פּרעזידיום פֿון דער עפֿענונג פֿונעם "אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" דעם 17טן סעפּטעמבער 1937. עס רעדט יוסף אָפּאַטאָשו אין מיטן. |
אין סעפּטעמבער 1937, בעת דעם ייִדישן קולטור-קאָנגרעס אין פּאַריז, האָט דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער שרײַבער דוד איגנאַטאָוו פֿאַרפֿירט די רייד וועגן אַן "אומפּאַרטיייִשער פּאַרטיי", וואָס האָט, לויט זײַן מיינונג, שוין לאַנג עקזיסטירט אויף דער ייִדישער גאַס:
"... כאָטש מען קען ניט אָנגעבן דאָס יאָר און דעם טאָג, ווען זי איז געגרינדעט געוואָרן, ווי מע קען דאָס אָנגעבן וועגן די אַנדערע פּאַרטייען, כאָטש איר פּראָגראַם און קאָנסטיטוציע איז ניט אָפּגעדרוקט שחור על גבי לבן [שוואַרץ אויף ווײַס] און אירע מיטגלידער האָבן ניט קיין פֿאַקטישע מיטגלידער-קאַרטן, איז אָבער אָט די פּאַרטיי פֿאַראַנען, זי איז דאָ און שפּילט איר גרויסע ראָל פֿאַר די פּאַרטייען און פֿעלקער פֿון דער וועלט..."
ס'איז טאַקע ניט קיין גרינגע זאַך — אָנצורופֿן די פּינקטלעכע דאַטע, ווען ס'איז אויפֿגעקומען די "אומפּאַרטיייִשער פּאַרטיי", וואָס האָט אָנגעשריבן "ייִדיש" אויף איר פֿאָן. אָבער עס וואָלט געווען גאַנץ יושרדיק צו פֿירן די כראָנאָלאָגיע פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. פֿאַר דעם זעלבן פּאַריזער קאָנגרעס האָט חיים זשיטלאָווסקי געשריבן:
"די צונויפֿרופֿער פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ [זשיטלאָווסקי בתוכם] האָבן געהאַט אין זינען ניט נאָר די ייִדישע שפּראַך, נאָר אויך די קולטור אין איר. עס איז ניט געווען נאָר אַ פֿילאָלאָגישע קאָנפֿערענץ. עס האָט געדאַרפֿט פֿאָרמולירט ווערן די שטעלונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און דער ייִדישער עפֿנטלעכקייט צו ייִדיש, ווי אַ שפּראַך, און צו איר נאַציאָנאַלן באַדײַט. עס האָבן געזאָלט אויף דער קאָנפֿערענץ אויסגעאַרבעט ווערן פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע באַדינגונגען פֿאַר דעם אויפֿבוי פֿון דער קולטור אין דער ייִדישער שפּראַך-ספֿערע, און עס האָט געזאָלט באַשאַפֿן ווערן אַן אַלוועלטלעכע אָרגאַניזאַציע, וואָס זאָל דורכפֿירן אָט דעם אויפֿבוי."
אַ סבֿרא, אַז אָט די אַלוועלטלעכע ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציע וואָלט געשפּילט די ראָלע פֿון דער "אומפּאַרטיייִשער פּאַרטיי". צום באַדויערן, האָט זיך זעלטן אײַנגעגעבן צו שאַפֿן עפֿעקטיווע בשותּפֿות-פּאַרטיייִשע ייִדישיסטישע סטרוקטורן. און טאָמער אַזעלכע פֿלעגן זיך יאָ באַווײַזן (ווי די קיִעווער "קולטור-ליגע" אין 1918—1920), האָבן זיי ניט געהאַט קיין אַריכות-ימים. פּאַרטיייִשע סטרוקטורן זײַנען, פֿון דעסטוועגן, געווען שטאַרקער, און דער אומפּאַרטיייִשער אינטעליגענטנער עולם איז אָפֿט מאָל געשפּרונגען פֿון איין פּאַרטיי צו אַן אַנדערער. כאַראַקטעריש, אַז גאָר ניט זעלטן פֿלעגט דער דאָזיקער עולם פֿאַרכּישופֿט ווערן דווקא דורך קאָמוניזם.
איך וויל ברענגען נאָך איין ציטאַט פֿון דוד איגנאַטאָווס רעדע, וואָס ער האָט געהאַלטן אין פּאַריז אין 1937:
"... עס זאָל און עס מוז דאָ געזאָגט ווערן, אַז די קאָמוניסטישע גרופּן זענען די לעצטע עטלעכע יאָר די איינציקע, וואָס מאַכן פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור אַן אַקטיוון, פּאָליטישן פֿאַקטאָר. עס איז ניט גראָד דאָס, וואָס זיי געבן אַרויס צײַטונגען, זשורנאַלן און ביכער. דאָס טוען אויך אַנדערע ייִדישע גרופּן און פּאַרטייען. וויכטיק איז דאָס, וואָס זיי זעען די פּאָליטישע פֿעיִקייט און פּאָליטישע וויכטיקייט פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור."
דעם קאָמוניסטישן צד האָט געלויבט ניט נאָר איגנאַטאָוו. בכלל, די רייד גייט ניט סתּם וועגן אַ יחיד-במינו, נאָר וועגן זייער אַ סך צענטראַלע פֿיגורן אין אָט דעם אומפּאַרטיייִשן אידעאָלאָגישן שטראָם, אַרײַנגערעכנט חיים זשיטלאָווסקין — ער איז דאָך, אין תּוך אַרײַן, געווען דער פֿירער. און מע קען אויך דערמאָנען ה. לייוויקן, פּרץ הירשביינען, דוד אָפּאַטאָשון און כּמה-וכּמה אַנדערע.
דער פּאַראַדאָקס איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט אַזאַ מין אינטעלעקטואַל קיין סך ברירות ניט געהאַט. עס איז זייער שווער געווען דעמאָלט צו זײַן אַ ייִדישיסט און בלײַבן, אַ שטייגער, אַ חסיד פֿון אַב. קאַהאַנען און זײַן "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה, וועלכע האָט געפֿירט די ייִדן אין אַן אַנדער ריכטונג — וווּהין מע איז טאַקע לסוף געקומען: צו אַמעריקאַניזאַציע. דער ציל פֿון דער סאָציאַליסטישער פּראָגראַם פֿון "פֿאָרווערטס" איז, קודם-כּל, געווען אַ סאָציאַלער, ניט קיין נאַציאָנאַלער.
דער "בונד" האָט דעמאָלט אויך זיך געדרייט אויפֿן קאָרעק, אַבי מע זאָל די פּאַרטיי, חס-וחלילה, ניט באַשולדיקן אין נאַציאָנאַליזם. הגם דער "בונד" האָט זיך קיין מאָל ניט געשעמט מיט ייִדישקייט, בפֿרט מיט וועלטלעכער און פּראָלעטאַרישער, האָט די פּאַרטיי אויך ניט געהאַט קיין נאַציע-בויערישע פּלענער. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען ניט שטאַרק צום האַרצן אַ היפּשער צאָל נאַציאָנאַל-געשטימטע אינטעלעקטואַלן. אַ שטאַרקער ייִדיש-קאָמפּאָנענט איז געווען בײַ די פּועלי-ציוניסטן, אָבער גאָר ניט אַלע ייִדישיסטן האָבן געגלייבט אין ציוניזם. עס זײַנען געווען, פֿאַרשטייט זיך, כּלערליי טעריטאָריאַליסטישע און פֿאָלקיסטישע גרופּקעלעך, אָבער זיי האָבן תּמיד באַפֿעלקערט מאַרגינאַלע שטחים אויף דער אַלגעמיינער ייִדישער לאַנדשאַפֿט.
גלײַכצײַטיק, האָט קאָמוניזם צוגעצויגן ניט ווייניק ייִדישיסטישע אינטעלעקטואַלן, וועלכע זײַנען, ערשטנס, פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט דעם פֿאַרנעם פֿון ייִדישע אַקטיוויטעטן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. צווייטנס, איז עס געווען די אַלטע היים. שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, וואָס אַ סך, און אפֿשר ס'רובֿ, ייִדישע ליטעראַטן זײַנען דאָך אויסגעוואַקסן אויף דער רוסישער קולטור. אויך מחוץ דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד זײַנען די קאָמוניסטן געווען זייער אַקטיוו אין דער ייִדישער קולטור. אין פּאַריז, למשל, זײַנען זיי אין די 1930ער יאָרן געוואָרן דער צענטראַלער כּוח אין ייִדיש.
מע קען — און מע דאַרף — ווײַטער טראַכטן וועגן דעם, וואָס איז געווען וויכטיקער: די פֿאַרפֿירערישע צוצי-קראַפֿט פֿון קאָמוניזם, צי די שוואַכקייט פֿון אַנדערע באַוועגונגען. אַזוי צי אַזוי, אָבער ביז די 1950ער יאָרן איז דער "אומפּאַרטיייִשער" ייִדישיזם געווען, אין אַ היפּשער מאָס, אַ טייל פֿון דער ייִדישער קאָמוניסטישער געשיכטע. פֿון מאָל צו מאָל פֿלעגן די אומפּאַרטיייִשע אינטעליגענטן זיך באַליידיקן אויף די קאָמוניסטן, אָדער די קאָמוניסטן פֿלעגן זיי פּשוט אָפּשטויסן. אָבער די ייִדישיסטישע און קאָמוניסטישע סבֿיבֿות זײַנען סײַ-ווי-סײַ פֿאַרבליבן, לכל-הפּחות טיילווײַז, פֿאַראייניקטע כּלים. אָט אַזאַ מאָדנעם קער האָט געמאַכט די באַוועגונג, וועלכע איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ.