- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַזאַ זאַך מאַכט זיך זייער אָפֿט, ווען מע זוכט עפּעס אין אַלטע צײַטונגען, דהײַנו: מע שטויסט זיך אָן אויף אַ פּובליקאַציע, וואָס איז אינטערעסאַנט און וויכטיק, כאָטש עס האָט ניט קיין דירעקטן שײַכות צו דער פֿאָרשונג, צוליב וועלכער דו ווערסט בלינד, לייענענדיק די מיקראָפֿילמען מיט שלעכט פֿאָקוסירטע קאָפּיעס פֿון פֿאַרצײַטיקע פּובליקאַציעס. דאָס מאָל האָב איך געזוכט אַרטיקלען וועגן ייִדישער עקאָנאָמיע אין דער פּעטערבורגער צײַטונג "פֿרײַנד", אָבער ס׳איז "אַרויפֿגעשוווּמען" אויך אַן אַרטיקל, וואָס אילוסטרירט דעם מצבֿ ערבֿ דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. צווישן די טעמעס, וואָס אינטערעסירן מיך איצט אין מײַן פֿאָרש-אַרבעט, פֿאַסצינירט מיך באַזונדערס די געשיכטע פֿון קאָאָפּעראַטיוון (למשל, קרעדיט-קאָאָפּעראַטיוון צי לײַ-און-שפּאָר-קאַסעס), וואָס ייִדן האָבן געשאַפֿן אין אַ סך ערטער פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אין סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערטער. דאָס איז געווען איינע פֿון די פֿאָרמען פֿון אַ מין אַלטערנאַטיווער ייִדישער עקאָנאָמיע, אין וועלכער ייִדיש האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע — דערפֿאַר האָט עס מיך טאַקע פֿאַראינטערעסירט. דעם 4טן נאָוועמבער אין דעם ניו-יאָרקער "ייִדישן קולטור-קאָנגרעס" (אַ וויכטיקער אַדרעס פֿאַר יעדן ליבהאָבער פֿון ייִדיש) האָט ד״ר שבֿע צוקער, אַ באַקאַנטע ייִדישע קולטור-טוערין, דערציילט וועגן איר ביראָבידזשאַנער דערפֿאַרונג. זי איז געווען איינע פֿון די לעקטאָרן אויף דער הײַיאָריקער ייִדישער זומער-פּראָגראַם, וואָס איז אַדורך אין דער ווײַט-מיזרחדיקער שטאָט. די לעקציע איז געווען אַ געראָטענע, אילוסטרירט מיט אינטערעסאַנטע פֿאָטאָס, אָבער דער עיקר האָט ד״ר צוקער זייער גוט איבערגעגעבן די אַטמאָספֿער, וואָס זי האָט דערפֿילט אין יענע מקומות. די טעג איז געוואָרן 90 יאָר זינט דער באָלשעוויסטישער איבערקערעניש, וועלכע האָט ראַדיקאַל געביטן דעם גאַנג פֿון דער גאַנצער ווײַטערדיקער געשיכטע. מיליאָנען מענטשן זײַנען אומגעקומען, געוואָרן קרבנות פֿון דעם אידעאָלאָגישן עקספּערימענט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די מיליאָנען מענטשן איבער דער גאַנצער וועלט, וואָס זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אידעאָלאָגישע קאַליקעס, רעליגיעז פֿאַרגלייבטע אין אַן אוטאָפּיע. דער כּישוף פֿון קאָמוניזם לאָזט ניט אָפּ די גלויביקע און ציט נאָך אַלץ צו צו זיך נײַע סעקטאַנטן. דעם 3טן סעפּטעמבער 1936 האָט זיך אין "פֿאָרווערטס" באַוויזן אַזאַ מודעה: דער "פֿאָרווערטס" פֿאַנגט אָן צו דרוקן אַ סעריע אַרטיקלען אַיבער ביראָבידזשאַן פֿון אַדאָלף העלד גענאָסע אַדאָלף העלד, דער פּרעזידענט פֿון דער אַמאַלגאַמייטעד באַנק און פּרעזידענט פֿון "פֿאָרווערטס"-אַסאָסיִיישן, האָט זיך מיט עטלעכע טעג צוריק אומגעקערט פֿון אַ רײַזע איבער ביראָבידזשאַן, רוסלאַנד און פּוילן. ער האָט די לענדער באַזוכט אין די אינטערעסן פֿון דעם "אָרט" און אויך אַלס פֿאָרשטייער פֿון "פֿאָרווערטס". ס׳איז גאַנץ ברייט פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז טאָמער אַ גאַס, אַ שול וכ׳ ווערט אָנגערופֿן לזכּרון עפּעס אַ מענטשן, מיינט עס, אַז דער נאָמען פֿון אָט דעם מענטשן איז פֿאַראייביקט געוואָרן. אין תּוך אַרײַן איז עס, אַ פּנים, ריכטיק. אָבער פּרוּווט פֿרעגן דעם עולם, וואָס קומט אין שטענדיקן באַריר מיטן פֿאַראייביקטן נאָמען, און זײַט ניט צו שטאַרק שאָקירט, ווען דער עולם וועט קיין אַנונג ניט האָבן וועגן דעם נאָמען, וואָס שטייט אָנגעוויזן אויפֿן ראָג פֿון דער גאַס צי אויף דעם בנין פֿון דער שול. דעם נאָמען יצחק-אײַזיק הורוויטש (Isaac Hourwich, 1924—1860) האָט, בלי-ספֿק, באַגעגנט יעדער איינער, וואָס האָט זיך אינטערעסירט מיט אַזעלכע טעמעס ווי דער עקאָנאָמישער מצבֿ פֿון ייִדן סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, ווי אויך מיט דער געשיכטע פֿון דער אַרבעטער-באַוועגונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אמת, די דאָזיקע צוויי טעמעס באַגרענעצן ניט הורוויטשס לעבן. דער מענטש האָט איבערגעלאָזט שפּורן אין כּלערליי געביטן. "דו ווייסט, זיי — פּוטינען און זײַן קאָמאַנדע — האָט זיך אײַנגעגעבן דאָס וואָס ברעזשניעוון האָט זיך אַפֿילו ניט געחלומט". אַזאַ רעפּליק האָט זיך אַרויסגעריסן בײַ מײַן ווײַב, ווען מיר האָבן געקוקט, אויף אַ רוסישן טעלעוויזיע-קאַנאַל, די רעאַקציע אויף דעם (דאַכט זיך) ווייניק אינטערעסאַנטן פֿאַקט פֿון אויסקלײַבן סאָטשי פֿאַרן אָרט, וווּ עס וועט אין זיבן יאָר אַרום דורכגיין די ווינטער-אָלימפּיאַדע. פֿרעג אַ ייִדישן עמיגראַנט פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וואָס וווינט הײַנט אין ישׂראל, אַמעריקע, דײַטשלאַנד וכד׳, צוליב וואָס זי צי ער האָט גענומען די טאָרבע און זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן. דער ענטפֿער וועט בדרך-כּלל זיך דרייען אַרום אַנטיסעמיטיזם. אין תּוך אַרײַן, חזרט עס איבער דעם מצבֿ, וואָס מע האָט געהאַט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. אין דער מיטאָלאָגיע פֿון ס'רובֿ משפּחות, וועמעס אבֿות האָבן פֿאַרלאָזט רוסלאַנד אין יענע צײַטן, פֿאַרנעמט אַנטיסעמיטיזם, בפֿרט אין דער פֿאָרעם פֿון פּאָגראָמען, דאָס צענטראַלע אָרט. איך קען נאָך אַלץ ניט צוגעוווינט ווערן צום היגן אופֿן פֿון לערנען געשיכטע אין שול. מע טוט עס שטיקלעכווײַז. מײַן איידעם, למשל, געדענקט זייער אַ סך פּרטים וועגן דער ערשטער וועלט-מלחמה און וועגן דעם רוסישן קייסער פּעטער דעם ערשטן. אָבער ער איז זיך מודה אַליין, אַז די געשיכטע פֿון זײַן אייגן לאַנד, גרויס-בריטאַניע, ווייסט ער זייער שלעכט — אים איז פּשוט ניט באַשערט געווען עס צו לערנען. אין די סאָוועטישע שולן האָט מען די געשיכטע געלערנט כראָנאָלאָגיש, וואָס האָט — ניט געקוקט אויף די אידעאָלאָגישע משוגעתן — איבערגעלאָזט אין מוח אַן אַלגעמיין בילד פֿון געשעענישן. די טעג בין איך אַרײַן אין דער סלאַווישער ביבליאָטעק פֿון אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט צו נעמען אויף איבערצולייענען איוואַן טורגענעווס ראָמאַן "רויך". איך זאָג צו, אַז אין אַ וואָך אַרום, אין מײַן קומענדיקן אַרטיקל, וועל איך, אם ירצה השם, דערקלערן צוליב וואָס מיר איז נייטיק געווען עס צו לייענען. אָבער איצט בין איך אויסן צו קאָנצענטרירן זיך אויף גאָר אַן אַנדער טעמע. אַ יונגע פֿרוי, וואָס האָט אויך עפּעס געזוכט אויף די פּאָליצעס פֿון דער ביבליאָטעק, האָט דערזען דעם "רויך" אין מײַנע הענט און זיך געוואָנדן צו מיר. ניט לאַנג צוריק איז אין דעם זשורנאַל Jewish History, באַנד 20, נומ. 3–4, דערשינען אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל פֿון גור אלרואי (חיפֿה-אוניווערסיטעט). די אַרבעט הייסט "דעמאָגראַפֿיע אויף דער דינסט פֿונעם פֿאָלק: ליבמאַן הערש, יעקבֿ לעשצינסקי, און די פֿריִע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער מיגראַציע". וועגן לעשצינסקין האָב איך שוין ניט איין מאָל געשריבן, און מײַן גרויסער ענגלישער אַרטיקל וועגן דעם מערקווערדיקן מענטשן וועט אָט-אָט דערשײַנען אין דעם זשורנאַל Science in Context, וואָס האָט אויסגעטיילט אַ גאַנצן נומער דער טעמע פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט. |