דוד לוואָוויטש |
ס׳איז גאַנץ ברייט פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז טאָמער אַ גאַס, אַ שול וכ׳ ווערט אָנגערופֿן לזכּרון עפּעס אַ מענטשן, מיינט עס, אַז דער נאָמען פֿון אָט דעם מענטשן איז פֿאַראייביקט געוואָרן. אין תּוך אַרײַן איז עס, אַ פּנים, ריכטיק. אָבער פּרוּווט פֿרעגן דעם עולם, וואָס קומט אין שטענדיקן באַריר מיטן פֿאַראייביקטן נאָמען, און זײַט ניט צו שטאַרק שאָקירט, ווען דער עולם וועט קיין אַנונג ניט האָבן וועגן דעם נאָמען, וואָס שטייט אָנגעוויזן אויפֿן ראָג פֿון דער גאַס צי אויף דעם בנין פֿון דער שול.
איך האָב מיט עטלעכע יאָר צוריק געהאַט אַ סטודענטקע, וואָס האָט זיך געלערנט אין אַ י.-ל. פּרץ-שול און האָט קיין מאָל ניט געהערט וועגן י.-ל. פּרצן. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָב איך גערעדט מיט אַ תּלמיד פֿון אַן "אָרט"-שול אין ישׂראל, אָבער דעם בחור האָט קיינער ניט דערקלערט דעם באַטײַט פֿונעם וואָרט "אָרט", שוין אָפּגעשמועסט פֿון דער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט אַזוי פֿיל אויפֿגעטאָן, און טוט נאָך אַלץ, פֿאַר פּראָפֿעסיאָנעלער (און — ממילא — סאָציאַלער) אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דער גאַנצער וועלט.
אין נתּניה איז דאָ אַן "אָרט"-שול, וואָס הייסט "יד-לבוביץ׳", און איך בין זיכער, אַז די תּלמידים און לערער פֿון אָט דעם לערן-אַנשטאַלט ווייסן גאָרנישט, צי כּמעט גאָרנישט מכּוח דעם מענטשן, דוד לוואָוויטש (1882—1950). ס׳איז אַ פּאַראַדאָקס בכלל, אַז אַ שול זאָל טראָגן אַזאַ נאָמען דווקא אין ישׂראל, ווײַל לוואָווישט איז געווען אַ קעגנער פֿון ציוניזם.
געבוירן איז ער אין דער שטאָט לוגאַנסק, וואָס איז אין דאָנבאַס, אַן אינדוסטריעלע געגנט אין אוקראַיִנע. זײַנע עלטערן זײַנען געווען זייער פֿאַרמעגלעכע ייִדן, און אַסימילירטע אויך. דוד לוואָוויטש האָט פֿון קינדווײַז אָן גערעדט רוסיש, אָבער ייִדיש, ווי אויך אַ שיין ביסל אַנדערע שפּראַכן, האָט ער אויסגעלערנט שפּעטער. ער האָט שטודירט טעכנישע וויסנשאַפֿטן אין דײַטשלאַנד, און זײַן דאָקטאָראַט האָט ער באַקומען אין פּעטערבורג, וווּ ער האָט שטודירט עקאָנאָמיע און יוריספּרודענץ.
אין די סטודענטישע יאָרן זײַנע איז ער געקומען אין באַריר מיט דער רוסישער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג און מיט ציוניזם. אָבער זײַן ציוניסטישער ענטוזיאַזם האָט געדויערט ניט לאַנג. אין באַזעל, בשעת דעם 7טן ציוניסטישן קאָנגרעס, איז ער פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט ישׂראל זאַנגווילס טעריטאָריאַליסטישער פּראָגראַם. אין אַ פּאָר יאָר אַרום איז ער שוין געווען אַ מיטגליד פֿון דעם צענטראַל-קאָמיטעט אין דער נאָר וואָס געשאַפֿענער טעריטאָריאַליסטישער פּאַרטיי. ביז דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט ער געפֿירט אַן אַקטיווע טעטיקייט, כּדי אַרײַנצופֿירן די ייִדישע עמיגראַציע אין אַן אָרגאַניזירטן שטראָם, געגרייט אַ וועלט-צוזאַמענפֿאָר, וואָס האָט געזאָלט דורכגיין אין ווין, און אַ ספּעציעלן עמיגראַציע-באַנק, וועלכן מע האָט פּלאַנירט צו עפֿענען אין לאָנדאָן. די ערשטע וועלט-מלחמה האָט רויִנירט די דאָזיקע פּלענער.
אַהרן סינגאַלאָווסקי |
אין די מלחמה-יאָרן האָט לוואָוויטש געוווינט, דער עיקר, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און האָט געהאַט עפּעס אַ געשעפֿט. גלײַכצײַטיק האָט ער זיך ווײַטער אָפּגעגעבן מיט דער סאָציאַליסטישער און טעריטאָריאַליסטישער טעטיקייט, געחלומט וועגן אַ ייִדיש-רעדנדיק לאַנד מיט אַ סך ייִדישע פּויערים און אַנדערע האָרעפּאַשניקעס. זומער 1917 איז ער געפֿאָרן קיין שוועדן און זיך באַטייליקט אין דער סאָציאַליסטישער שלום-קאָנפֿערעץ, וווּ ער האָט פֿאָרגעשטעלט די אַמעריקאַנער סאָציאַליסטיש-טעריטאָריאַליסטישע באַוועגונג. פֿון שטאָקהאָלם איז שוין געווען אַ קאַצנשפּרונג ביז רוסלאַנד. דאָרטן האָבן די ייִדישע קאָלאָניסטן פֿון דרום-רוסלאַנד (הײַנט אוקראַיִנע) אים אויסגעקליבן אין דער גרינדונגס-פֿאַרזאַמלונג, וועלכע האָט געדאַרפֿט אַרויספֿירן רוסלאַנד אויפֿן דעמאָקראַטישן דרך-המלך. די באָלשעוויקעס, אָבער, האָבן עס ניט דערלאָזט.
זינט 1919 ביזן סוך פֿון זײַן לעבן איז לוואָוויטש געווען אַ פֿירער פֿון "אָרט", וואָס איז אָנהייב 1920ער טראַנספֿאָרמירט געוואָרן פֿון אַ רוסיש-ייִדישער אין אַן אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע, באַזירט אין בערלין. אין דער דאָזיקער צײַט האָט זיך געשאַפֿן דער לעגענדאַרער "טריִומוויראַט" פֿון "אָרט"-פֿירער: לעאָן בראַמסאָן, דוד לוואָוויטש און אַהרן סינגאַלאָווסקי. בראַמסאָנס נאָמען איז פֿאַראייביקט אין דעם באַרימטן "אָרט"-קאָלעדזש אין ניו-יאָרק, סינגאַלאָווסקיס און לוואָוויטשס — אין די "אָרט"-שולן אין ישׂראל.
אין 1933 האָט דער צענטראַלער אַפּאַראַט פֿון "אָרט" געמוזט פֿאַרלאָזן בערלין און זיך באַזעצן אין פּאַריז. אָבער אין זיבן יאָר אַרום איז געווען אַ נײַע עוואַקואַציע, דאָס מאָל אין ווישי-פֿראַנקרײַך. אין יענער צײַט איז די אָרגאַניזאַציע פֿאַרבליבן אָן איר פּרעזידענט — בראַמסאָן איז געשטאָרבן אין 1941. די צוויי פֿאַרטרעטער זײַנע, סינגאַלאָווסקי און לוואָוויטש, זײַנען געווען אין פֿאַרשיידענע עקן פֿון דער וועלט: סינגאַלאָווסקי — אין ווישי-פֿראַנקרײַך און זינט 1943 אין דער שווייץ, בעת לוואָוויטש האָט פֿאָרגעשטעלט די אינטערעסן פֿון "אָרט" אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. נאָך דער מלחמה האָט לוואָוויטש זיך אומגעקערט קיין אייראָפּע, געוווינט אין פּאַריז, וווּ ער איז געשטאָרבן אין 1950.
ניט געקוקט אויף די קאָנפֿליקטן וואָס סינגאַלאָווסקי און לוואָוויטש האָבן געהאַט אין די 1940ער יאָרן, ווען עס זײַנען געווען פּרוּוון אַריבערצוציִען דעם צענטער פֿון "אָרט" קיין אַמעריקע, האָט סינגאַלאָווסקי בשעת לוואָוויטשס לוויה זייער וואַרעם גערעדט וועגן זײַן אַלטן חבֿר. סינגאַלאָווסקי איז דאָך אויך געווען אַ וועטעראַן פֿון דער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג. האָט ער געגלייבט, אַז "דער אָנדענק אָן אונדזער לוואָוויטש וועט ניט אויפֿהערן, און איך זע ווי ייִדישע פּויערים ברענגען אַ קראַנץ זאַנגען און בלומען פֿון ייִדישע פֿעלדער אויף זײַן קבֿר, אויף דעם קבֿר פֿון אָט דעם קעמפֿער און איידעלן ריטער פֿון דער ייִדישער ערד-אַרבעט". צום באַדויערן, איז עס פֿאַרבליבן נאָר ווי אַ פּאָעטישע שורה.