די טעג איז געוואָרן 90 יאָר זינט דער באָלשעוויסטישער איבערקערעניש, וועלכע האָט ראַדיקאַל געביטן דעם גאַנג פֿון דער גאַנצער ווײַטערדיקער געשיכטע. מיליאָנען מענטשן זײַנען אומגעקומען, געוואָרן קרבנות פֿון דעם אידעאָלאָגישן עקספּערימענט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די מיליאָנען מענטשן איבער דער גאַנצער וועלט, וואָס זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אידעאָלאָגישע קאַליקעס, רעליגיעז פֿאַרגלייבטע אין אַן אוטאָפּיע. דער כּישוף פֿון קאָמוניזם לאָזט ניט אָפּ די גלויביקע און ציט נאָך אַלץ צו צו זיך נײַע סעקטאַנטן.
מע הערט ניט אויף צו דערציילן וועגן די גוטע מעשׂים פֿון קאָמוניזם, למשל, אין דער אַנטוויקלונג פֿון כּלערליי סאָציאַלע אינפֿראַסטרוקטורן. אָבער דאָס איז דאָך כאַראַקטעריש פֿאַר יעדער סעקטע, מיט אַזעלכע צוקערקעס פֿאַרנאַרט זי לײַט אין אירע רייען. וועגן כאַמאַס און "כעזבאָלאַ" הערט מען אויך, אַז זיי העלפֿן אַ סך דער באַפֿעלקערונג.
אויף דער ייִדישער גאַס האָט דער קאָמוניזם, גאָט צו דאַנקען, זיך אײַנגעשטילט. מיט שטויב פֿון דער געשיכטע זײַנען פֿאַרשאָטן געוואָרן די "ייִדישע סעקציעס" און "ייִדישע ביוראָען" אין פֿאַרשיידענע קאָמוניסטישע פּאַרטייען. אמת, אייניקע פֿאַרעקשנטע לײַט האָבן זיך געהאַלטן ביזן לעצטן, אַפֿילו ווען מע האָט שוין געהאַט אַנטפּלעקט די פֿאַרברעכנס און, בכלל, די מאַסן-מערדערײַ אין די יאָרן פֿון סטאַלינס ממשלה.
מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט, ווי אין יאָר 1988 צי 1989 איז אין דער רעדאַקציע "סאָוועטיש היימלאַנד" געקומען אַן אַלטער ייִדישער קאָמוניסט פֿון אַמעריקע, אַ באַקאַנטער פֿון דעם רעדאַקטאָר אַהרן ווערגעליס. דער גאַסט האָט ניט געהערט צום חדר פֿון פּסח נאָוויק, וואָס איז צו יענער צײַט געווען — אין ווערגעליסעס אויגן — אַ "רענעגאַט". איך האָב געהאַט די נאַרישקייט צו זאָגן עפּעס גוטס וועגן דער "פּערעסטרויקע" — האָב איך שוין פֿון דעם גאַסט באַקומען אַ גאָב! דער קאָמוניסט איז געווען גאַנץ טויב, אַזוי אַז זײַן ווײַב האָט געקענט מיר שטילערהייט זאָגן: "האָט ניט קיין פֿאַראיבל אויף מײַן מאַן. ער איז אַ וווילער מענטש, אָבער אַ קליינער חכם."
מיר איז שטענדיק געווען באַזונדערס שווער צו באַנעמען ווי אַזוי אַ מענטש האָט געקענט זײַן געטרײַ דער קאָמוניסטישער אידעע נאָך די אַנטפּלעקונגען פֿון די מיט-1950ער יאָרן. פֿריִער — דאָס קען איך פֿאַרשטיין. פֿריִער האָט עס דאָך, לכל-הפּחות, אויסגעזען אַנדערש, בפֿרט ווען מע האָט אויף דעם אַלץ געקוקט פֿון אויסלאַנד און דורך דער פּריזמע פֿון פּראָ-סאָוועטישע צײַטשריפֿטן. אָבער ווי אַזוי האָבן זיי געקענט גלייבן שפּעטער, ווען ס׳איז שוין געוואָרן קלאָר ווי דער טאָג, אַז סטאַלין האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ באַנדיט און זײַן אַרומרינגלונג איז אויך געווען אַ באַנדיטישע, ווען אויף זײַן אָרט איז געקומען דער כיטרער פּויער ניקיטאַ כרושטשיאָוו, אַ מין הוגאָ טשאַוועס פֿון זײַן צײַט? און נאָך שפּעטער — די קוים-זשיפּענדיקע מומיע, לעאָניד ברעזשנעוו.
עס האָט זיך אַפֿילו אַנטוויקלט אַן אייגענע מליצהדיקע שפּראַך, אויך אין ייִדיש — אַ זשאַרגאָן פֿון קאָמוניזם. אין דעם ייִוואָ-אַרכיוו האָב איך איבערגעלייענט אין אַ בריוו, וואָס דער מאָסקווער ייִדישער רעדאַקטאָר, ווערגעליס, האָט געשריבן צו זײַן אַמעריקאַנער קאָלעגע פּסח נאָוויק, אין אַפּריל 1969, ווען זיי האָבן נאָך געפּרוּווט צו בלײַבן פֿרײַנד:
"בעט איך אײַך: טוט גאָרניש ניט קיין נעגאַטיווס, האַלט זיך פֿעסטער אויף דער פּרינציפּיעלער הייך פֿון די גרונט-פֿראַגן, לאָזט ניט, אַז, בילדעריש גערעדט, דער עמאָציאָנעלער שטראָם זאָל אַרויסשלעפּן ברעטער פֿונעם פּאַראָם [פּראָם], אויף וועלכן די ׳מאָרגן-פֿרײַהייט׳ פֿירט אַריבער איר לייענער פֿון דער פֿראַגע ביזן ענטפֿער אויף איר."
ווי מיר ווייסן, האָט פּסח נאָוויק פֿון דעסטוועגן געפֿירט זײַן פּראָם אין אַ ריכטונג, וועלכע האָט סײַ אים סײַ דעם עולם פֿון "מאָרגן-פֿרײַהייט" באַפֿרײַט פֿון בלינדער פּראָ-סאָוועטישער סעקטאַנטישקייט. אמת, דער דאָזיקער עולם איז סײַ-ווי-סײַ בדרך-כּלל פֿאַרבליבן אָפּגעזונדערט פֿון, אַ שטייגער, דעם עולם פֿון "פֿאָרווערטס". אָבער דאָס איז שוין געווען מער פֿאַרבונדן מיט פּערזענלעכע חשבונות, איידער מיט ממשותדיקע אידעאָלאָגישע אונטערשיידן. למשל, שמעון וועבער, אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער נאָך-אַב-קאַהאַן-תּקופֿה פֿון "פֿאָרווערטס", האָט מיט זײַנע גבֿית-עדותן אין פֿעברואַר 1951 געהאָלפֿן דער מלוכה צו פֿאַרמאַכן דעם פּראָ-סאָוועטישן "אינטערנאַציאָנאַלן אַרבעטער-אָרדן", אַרײַנגערעכנט זײַנע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. אַזעלכע זאַכן האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט געקענט פֿאַרגעסן און פֿאַרגעבן.
ס׳איז דאָ אַ סך וועגן וואָס צו רעדן אין שײַכות מיט דעם טרויעריקן יובֿל — 90 יאָר זינט דער רעוואָלוציע. ווי אַ טייל פֿון דעם עקספּערימענט, האָט רוסלאַנד אָפּגעהיט כּמעט די גאַנצע רוסישע קאָלאָניאַלע אימפּעריע. אין 1991 האָט זיך די גאַנצע מעשׂה פֿאַרענדיקט, אָבער גאָר ניט אין גאַנצן. די אידעאָלאָגישע מוטאַנטן, פּראָדוצירט אין דער קאָמוניסטישער תּקופֿה, שפּילן די צענטראַלע ראָלעס אין רוסלאַנד (איך רעד שוין ניט וועגן אַזעלכע ערטער ווי ווײַסרוסלאַנד). איך לייג ניט פֿאָר צו זײַן פּאַראַנאָיִש, אָבער היטן זיך דאַרף מען.