אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿרעג אַ ייִדישן עמיגראַנט פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וואָס וווינט הײַנט אין ישׂראל, אַמעריקע, דײַטשלאַנד וכד׳, צוליב וואָס זי צי ער האָט גענומען די טאָרבע און זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן. דער ענטפֿער וועט בדרך-כּלל זיך דרייען אַרום אַנטיסעמיטיזם. אין תּוך אַרײַן, חזרט עס איבער דעם מצבֿ, וואָס מע האָט געהאַט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. אין דער מיטאָלאָגיע פֿון ס'רובֿ משפּחות, וועמעס אבֿות האָבן פֿאַרלאָזט רוסלאַנד אין יענע צײַטן, פֿאַרנעמט אַנטיסעמיטיזם, בפֿרט אין דער פֿאָרעם פֿון פּאָגראָמען, דאָס צענטראַלע אָרט.

די עקאָנאָמישע עמיגראַציע שפּילט אַ קליינע ראָלע סײַ אין דער אַנומלטיקער, סײַ אין דער אַמאָליקער ייִדישער מיטאָלאָגיע. צו אַנטפּלעקן דעם אמת איז זייער שווער. ס'איז דאָך אוממעגלעך זיך פֿונאַנדערצוקלײַבן אין די אמתדיקע סיבות, צוליב וועלכע דער אָדער יענער יחיד האָט באַשלאָסן צו פֿאָרן. בפֿרט נאָך אַז צו עמיגרירן צוליב אַנטיסעמיטיזם איז "שענער" איידער צו עמיגרירן צוליב אַ חלום צו עפֿענען אַן אייגענעם געשעפֿט.

אָבער דער היסטאָרישער פֿאַקט באַשטייט אין דעם, אַז — כאָטש זייער אַ סך ייִדן זײַנען טאַקע געלאָפֿן פֿון פּאָגראָמען צי, אַ שטייגער, פֿון דער פּערספּעקטיוו צו דינען אין דער רוסישער אַרמיי — זייער אַ היפּשער, און אפֿשר דער גרעסטער, חלק פֿון די ייִדן "האָבן געשטימט מיט זייערע פֿיס" קעגן זייער עקאָנאָמישן מצבֿ אין דער רוסישער אימפּעריע. אַזוי ווי איטאַליענער, אירלענדער און מענטשן פֿון אַנדערע פֿעלקער זײַנען געפֿאָרן צו זוכן גליקן אין אַמעריקע.

וואָס זשע אַזוינס איז פֿאָרגעקומען מיט זיי מיט אַ יאָרהונדערט צוריק אין דער רוסישער עקאָנאָמיע? אויף אייניקע זײַטן פֿון אָט דער פֿראַגע וויל איך זיך הײַנט אָפּשטעלן.

ווען די טעריטאָריעס פֿון פּוילן, באַפֿעלקערט מיט ייִדן, זײַנען סוף 18טן יאָרהונדערט פֿאַרכאַפּט געוואָרן דורך רוסלאַנד, האָט אין לאַנד נאָך זייער ווייניק געשמעקט מיט קאַפּיטאַליסטישע פֿאָרמען פֿון עקאָנאָמיע. אין די קומענדיקע יאָרצענדליקער פֿון 19טן יאָרהונדערט האָבן ייִדן אָפֿט מאָל געשפּילט די הויפּט-ראָלע אין די כּמו-קאַפּיטאַליסטישע קאָמפּאָנענטן פֿון עקאָנאָמיע. זיי זײַנען געווען די פֿאַרמיטלער צווישן די צוויי פֿעאָדאַלע שיכטן — דער אַריסטאָקראַטיע און די פֿאַרשקלאַפֿטע פּויערים. אָן זיי, די פֿאַרמיטלער, וואָלטן געלטער און סחורה ניט געקענט ווי עס דאַרף צו זײַן צירקולירן. אַגבֿ, צוליב דער פּראָטאָ-קאַפּיטאַליסטישער פֿונקציע האָט מען די ייִדן פֿײַנט געהאַט אין די פֿאָלקיסטישע קרײַזן פֿון אינטעליגענץ.

אין 1861 האָט מען באַפֿרײַט דעם רוסישן פּויער, און אַרום דער זעלבער צײַט האָט זיך אין רוסלאַנד גענומען אַנטוויקלען שוין אַ ריכטיקער קאַפּיטאַליזם. עס האָבן זיך גענומען באַווײַזן נײַע פֿאַבריקן, וואָס האָבן זיך גענייטיקט אין אַרבעטער. גאַנץ אָפֿט זײַנען אי די קאַפּיטאַליסטן אי די פּראָלעטאַריער געווען ייִדן; לכל-הפּחות בײַם אָנהייב. ווײַל אין אַ צײַט אַרום האָט מען באַמערקט אַזאַ פֿענאָמען: די ייִדישע אונטערנעמער האָבן בעסער גענומען אויף דער אַרבעט די ניט-ייִדישע פּויערים, וואָס האָבן אַ דאַנק זייער באַפֿרײַונג אין 1861 באַקומען די מעגלעכקייט צו מיגרירן פֿון דערפֿער אין שטעט.

די פּויערים האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ מער לוינעוודיקן עולם צוליב עטלעכע סיבות. ערשטנס, האָבן זיי זיך באַנוגנט מיט קלענערע שׂכירות, מחמת זיי זײַנען דערווײַל געווען צוגעוווינט צו אַ נידעריקן ניוואָ פֿון באַדערפֿענישן, און דערצו נאָך פֿלעגן זיי געוויינטלעך ניט אין גאַנצן צערײַסן מיטן דאָרף, באַקומענדיקן פֿון דאָרטן אַכילה. צווייטנס, איז דער דאָרפֿישער עולם געווען פֿיזיש שטאַרקער. דריטנס, זײַנען זיי ניט געווען אַזוי אָנגעשטעקט מיט ראַדיקאַלע אידעען ווי די ייִדן און האָבן ניט אַזוי אָפֿט געשטרײַקט.

ווייניק געבילדעטע און ווייניק אָרגאַניזירטע אַרבעטער זײַנען געווען גוט פֿאַר די פּרימיטיווע אָפּעראַציעס, וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אין מאָדערנע פֿאַבריקן. אָבער אַ חוץ די פּרימיטיווע אָפּעראַציעס, האָט די פֿריִערדיקע בעל-מלאכהשע אַרבעט אויסגעטיילט אויך אַ הויך-קוואַליפֿיצירטע אַרבעט, וועלכע האָט זיך גענייטיקט אין הויך-קוואַליפֿיצירטע "בלויע קאָלנערס". און אַזעלכע איז אויך געווען גרינגער צו געפֿינען צווישן ניט-ייִדן, ווײַל פֿאַר זיי זײַנען געווען ברייטער צעעפֿנט די טירן פֿון לערן-אַנשטאַלטן. ניט צופֿעליק האָט מען אין אַ סך שטעט פֿון תּחום-המושבֿ גענומען עפֿענען קאָמערץ-שולן און פֿאַכשולן, גאַנץ אָפֿט ספּאָנסירט דורך רײַכע ייִדישע תּושבֿים. מע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אין דער קאַפּיטאַליסטישער עקאָנאָמיע מוז מען האָבן בילדונג.

אויב אויף דער פֿאַבריק באַווײַזט זיך אַ גרופּע ניט-ייִדישע אַרבעטער, מוז מען זיי געבן אַ פֿרײַען זונטיק. און ייִדן מוז מען באַפֿרײַען אויף שבת. מיט אַנדערע ווערטער, האָט דער באַלעבאָס געדאַרפֿט האַלטן די פֿאַבריק פֿאַרמאַכט אין משך פֿון צוויי טעג. האָט עס אין אַ סך פֿאַלן געשטופּט דעם ייִדישן קאַפּיטאַליסט צום פֿאַרגוייִשן דעם גאַנצן קאַדער. אייניקע אַנאַליטיקער האָבן געטענהט, אַז ייִדישע קאַפּיטאַליסטן האָבן זיך געוואָלט באַפֿרײַען פֿון ייִדישע אַרבעטער אויך כּדי די אונטערנעמונג זאָל ניט האָבן קיין רעפּוטאַציע פֿון אַ ייִדישן געשעפֿט — אַזאַ אימאַזש האָט געקענט שטערן בײַם פֿאַרקויפֿן די סחורה.

דאָס אַלץ האָט געשאַפֿן דעם גאַנץ פֿאַרשפּרייטן פֿענאָמען פֿון אַרויסשטופּן דעם ייִדישן אַרבעטער אַפֿילו פֿון ייִדישע אונטערנעמונגען. נאָך שטאַרקער האָט עס געקענט זײַן אויף די פֿאַרבריקן, וועלכע האָבן געהערט צו ניט-ייִדן. וואָס האָט געקענט טאָן אַן "אַרויסגעשטופּטער" ייִד? ווערן אַ בעל-מלאכה? אָבער די אַנטוויקלונג פֿון קאַפּיטאַליזם האָט אויך באַגרענעצט דעם שטח פֿון טעטיקייט פֿאַר בעלי-מלאכות. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז עס האָט געדויערט יאָרן צו ווערן גוט קוואַליפֿיצירט אין אַ מלאכה. האָט אַן "אַרויסגעשטופּטער" גאַנץ אָפֿט קיין ברירה ניט געהאַט ווי לאָזן זיך זוכן גליקן אין אַמעריקע צי נאָך ערגעץ-וווּ אין אויסלאַנד.

צי די אייניקלעך פֿונעם "אַרויסגעשטופּטן" ווייסן און געדענקען וועגן דעם? דאָס איז שוין גאָר אַן אַנדער מעשׂה.