- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אַ יאָר פֿינף און צוואַנציק צוריק האָב איך זיך אַוועקגעזעצט מיט מײַן מאַמען, און זי האָט מיר בפֿרטיות דערציילט וועגן אונדזערע קרובֿים, קודם-כּל פֿון איר צד. אַזוי האָבן זיך בײַ מיר באַוויזן זײַטלעך פּאַפּיר, וועלכע האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ מין גענעאַלאָגישן בוים. די מאַמע האָט גאַנץ גוט געדענקט די געשיכטע פֿון אונדזער משפּחה זינט דער צײַט, ווען מע איז געקומען און זיך באַזעצט אין דעם נײַעם ייִדישן דאָרף נײַ-זלאַטאָפּאָל (נאָוואָזלאַטאָפּאָל אויף רוסיש), אין דרום-מיזרח פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. דער ייִשובֿ, אָדער "קאָלאָניע", האָט זיך באַוויזן אין די שפּעטע 1840ער יאָרן. אויב איך פּלאָנטער ניט (און די אינטערנעץ-אינפֿאָרמאַציע העלפֿט מיר אויסצומײַדן אַ טעות), איז עס געשען אין יאַנואַר 1997. דעמאָלט זײַנען די "טעג פֿון ייִדישער קולטור" אין בערלין צונויפֿגעפֿאַלן מיטן חורבן-טאָג, וואָס מע האָט, דאַכט זיך, צום ערשטן מאָל ברייט אָפּגעמערקט אין דײַטשלאַנד. אַ צאָל ייִדישע ליטעראַטן (אַני-הקטן בתוכם) און מוזיקער זײַנען אין יענע טעג געווען אין דער שטאָט. האָט מען אָרגאַניזירט קאָנצערטן און כּלערליי אַנדערע קולטור-אונטערנעמונגען. מיט 60 יאָר צוריק, דעם 1טן דעצעמבער 1949, איז פֿאַרמאַכט געוואָרן דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער. דאָס איז געווען אַ מלוכישע אינסטיטוציע, און טאַקע די מלוכה האָט זי פֿאַרמאַכט. דער אָפֿיציעלער אויסרייד איז געווען אַ פֿינאַנציעלער — דער טעאַטער האָט צוגעצויגן ווייניק צושויער. אָבער דאָס איז געווען בלויז אַ תּירוץ. סטאַלינס בלוטיקער רעזשים האָט זיך דעמאָלט באַשעפֿטיקט מיטן פֿאַרענדיקן דעם פּלאַנמעסיקן פּראָצעס פֿון ליקווידירן דעם גאַנצן בנין פֿון ייִדישער קולטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מיט 95 יאָר צוריק, דעם 5טן נאָוועמבער 1914, איז אין ניו-יאָרק אַרויס דער ערשטער נומער פֿון דער ייִדישער צײַטונג "דער טאָג". די לייענער האָט זיך גלײַך געוואָרפֿן אין די אויגן אַ פֿאָטאָסטאַט פֿון דעם ענגלישן אָריגינאַל און אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון דעם בריוו, מיט וועלכן דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וווּדראָו ווילסאָן, האָט באַגריסy די נײַע אויסגאַבע און איר רעדאַקטאָר הערמאַן בערנשטיין. דער פּרעזידענט האָט געשריבן: "... עס טוט מיר אמת הנאה צו וויסן, אַז איר וועט זײַן איר רעדאַקטאָר און טאָן-געבער. די טעג האָב איך, ווי יעדע וואָך, באַקומען אַן עלעקטראָנישע רעקלאַמע פֿון די פֿרישע אַרטיקלען, וואָס האָבן זיך באַוויזן אין דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס". צווישן זיי איז געווען אויך אַזאַ: "שמוציקע ווערטלעך ווערן קיין מאָל ניט פֿאַרעלטערט". עליסאַ סטראַוס, די מחברטע פֿון דער ענטוזיאַסטישער רעצענזיע, לעקט זיך ממש די פֿינגער פֿון דער נײַער אויפֿלאַגע פֿונעם ביכל Yiddish Sayings Mama Never Taught You ("ייִדישע ווערטלעך, וואָס די מאַמע האָט דיך ניט געלערנט"). איך האָב זיך ניט באַטייליקט אין די וואַלן דעם 3טן נאָוועמבער, כאָטש אין דעם טאָג בין איך געווען אין ניו-יאָרק. די זאַך איז אַז איך בין ניט קיין אַמעריקאַנער בירגער. אָבער דער פֿאַקט פֿון מײַן אָנגעהעריקייט צו גרויס-בריטאַניע שטייט ניט געשריבן בײַ מיר אויפֿן שטערן, און אין משך פֿונעם גאַנצן טאָג האָט מען מיר אין די הענט געשטופּט פּאַפּירלעך, גערופֿן מיך צו שטימען פֿאַר מײַקל בלומבערגן. וואָס וואָלט איך געטאָן, טאָמער איך וואָלט יאָ געווען אַן אַמעריקאַנער? מיר דאַכט זיך, אַז פֿאַר בלומבערגן וואָלט איך בשום-אופֿן ניט געשטימט. איך שרײַב עס נאָך דעם ווי כ׳האָב איבערגעלייענט דעם נעקראָלאָג, וואָס די "ניו-יאָרק טײַמס" האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 7טן אָקטאָבער. עמעצער האָט דער רעדאַקציע אונטערגעזאָגט, אַז אין טשערנאָוויץ איז, אין עלטער פֿון 97 יאָר, געשטאָרבן דער ייִדישער שרײַבער, יוסף בורג. ס׳איז גוט, פֿאַרשטייט זיך, צו זען, אַז די בכּבֿודיקע צײַטונג רופֿט זיך אָפּ אויף דער פּטירה פֿון אַ שרײַבער פֿון דער וועלט פֿון ייִדיש. איך קוק אַרײַן פֿון מאָל צו מאָל אין דעם "לעקסיקאָן פֿון 'פֿאָרווערטס’-שרײַבער זינט 1897", צונויפֿגעשטעלט דורך אליהו שולמאַן און שמעון וועבער. קיין יאָר טראָגט אויף זיך ניט די אויסגאַבע, אָבער אַרויס איז עס, אַ פּנים, אין 1986. וועגן מאַקס ווײַנרײַכן שטייט דאָרטן געשריבן: "אין 1919 האָט ווײַנרײַך אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַרן 'פֿאָרווערטס’ און זינט דעמאָלט געדרוקט פּאָפּולערע אַרטיקלען וועגן צײַט-פּראָבלעמען און קאָרעספּאָנדענציעס. איך האָב שוין אַ פּאָר מאָל געהאַט געשריבן וועגן איבערזעצונגען פֿון שלום-עליכמס ווערק אויף רוסיש. דאָס איז, גלייב איך, דער לעצטער צײַטונג-עסיי מײַנער אויף אָט דער טעמע, וועלכע איך קלײַב זיך אַרומרעדן אין אַ באַזונדערן אַקאַדעמישן אַרטיקל. אָבער הײַנט — איך שרײַב די דאָזיקע שורות אין דעם טאָג פֿון מײַן טאַטנס 100סטן געבוירן־טאָג — בין איך געשטימט ניט זייער "אַקאַדעמיש" און דערמאָן זיך אָן מײַן באַגעגעניש מיט אַן איבערזעצער פֿון שלום-עליכם. די באַציִונגען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז איינער פֿון די הויפּט-פֿאַקטאָרן, וואָס האָט אין משך פֿון יאָרצענדליקער באַשטימט די מאָדערנע געשיכטע. נאָך איצט פֿילט זיך עס אין די באַציִונגען מיט רוסלאַנד. ביידע צדדים קוקן תּמיד מיט חשד איינער אויפֿן אַנדערן. רוסאָפֿאָביע פֿאַרלאָזט ניט די אַמעריקאַנער פּאָליטיק, בפֿרט אין דעם רעפּובליקאַנער לאַגער, בעת אין רוסלאַנד זײַנען די נאַציאָנאַליסטן בדרך-כּלל געשטימט זייער אַנטי-אַמעריקאַניש. מיט 75 יאָר צוריק, אין די טעג צווישן דעם 17טן אויגוסט און דעם 1טן סעפּטעמבער 1934, איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען דער ערשטער צוזאַמענפֿאָר פֿון סאָוועטישע שרײַבער, וואָס האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר אַ נײַער תּקופֿה אין דער סאָוועטישער קולטור — די תּקופֿה פֿון דעם אַזוי-גערופֿענעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם. דער צוזאַמענפֿאָר האָט געשאַפֿן דעם סאָוועטישן שרײַבער-פֿאַראיין, אַ מין מיניסטעריום פֿאַר ליטעראַטור. מײַנע קאָלעגן בײַם זוכן אַ פֿאַראַיאָריקן שניי אין די אַלטע צײַטונגען ווייסן, אַז בײַ אַזאַ לייענען קען מען ניט זײַן זיכער וועגן דעם רעזולטאַט. אָפֿט מאָל געפֿינט מען ניט דאָס וואָס מע זוכט. אָבער מע קען זײַן זיכער, אַז עס וועט אַרויסשווימען אַן אינטערעסאַנטער מאַטעריאַל, וועלכער האָט קיין שום שײַכות ניט צו דײַן איצטיקער אַרבעט. בײַ מיר קומט עס פֿאָר די גאַנצע צײַט, בפֿרט בײַם לייענען דעם "פֿאָרווערטס", וואָס איז, ערשטנס, געווען אַ טעגלעכע, גרויסע צײַטונג, און, צווייטנס, האָט געדעקט אַ ברייטע גאַמע געשעענישן און, בכלל, טעמעס. |