אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט

איך שרײַב עס נאָך דעם ווי כ׳האָב איבערגעלייענט דעם נעקראָלאָג, וואָס די "ניו-יאָרק טײַמס" האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 7טן אָקטאָבער. עמעצער האָט דער רעדאַקציע אונטערגעזאָגט, אַז אין טשערנאָוויץ איז, אין עלטער פֿון 97 יאָר, געשטאָרבן דער ייִדישער שרײַבער, יוסף בורג. ס׳איז גוט, פֿאַרשטייט זיך, צו זען, אַז די בכּבֿודיקע צײַטונג רופֿט זיך אָפּ אויף דער פּטירה פֿון אַ שרײַבער פֿון דער וועלט פֿון ייִדיש. נאָך מער — זי וויל מאַכן עס ניט אַזוי פֿאָרמעל, ווי עס האָבן צו דעם זיך באַצויגן אַ צאָל אַנדערע צײַטונגען (אַרײַנגערעכנט דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס"), וועלכע האָבן פּשוט איבערגעדרוקט די עטלעכע שורות, צעשיקט דורך דער ייִדישער טעלעגראַף-אַגענץ.

דער זשורנאַליסט פֿון דער "ניו-יאָרק טײַמס" האָט זיך דווקא ניט געפֿוילט און געקלונגען צו עטלעכע מענטשן, אַרײַנגערעכנט מיך, כּדי אויסצוקלאָרן פּרטים פֿון יוסף בורגס לעבן און שאַפֿן. און — גאָט צו דאַנקען — האָט מען ניט פֿאַרגרײַזט די עטלעכע ווערטער מײַנע, וואָס באַווײַזן זיך אין דעם נעקראָלאָג. אָבער אַ היפּש ביסל ווילדע גרײַזן זײַנען יאָ אַרײַן אין דעם טעקסט, און עס פֿאַרדריסט, ווײַל איך נעם עס אויף ווי אַן אומכּבֿוד צום ייִדישן שרײַבער, גלײַך ווי ער וואָלט פֿאַרדינט נאָר אַן אַרטיקל, געשריבן בחפּזון, דורך אַ מענטשן וואָס פֿאַרשטייט גאָרנישט אין דעם ענין. איך רעד שוין ניט וועגן די נאַרישע סטערעאָטיפּן, אַזעלכע ווי:

Drafted into the Red Army, Mr. Burg spent the war years in forced labor because, as a Jewish intellectual, he was considered too great a security risk to stay in the army.

[מאָביליזירט אין דער רויטער אַרמיי, האָט יוסף בורג פֿאַרבראַכט די מלחמה-יאָרן אויף צוואַנג-אַרבעט, ווײַל, ווי אַ ייִדישער אינטעלעקטואַל, האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר אַ מענטש, וואָס האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ צו גרויסע זיכערקייט-ריזיקע פֿאַר דער אַרמיי.]

עס בלײַבט פֿאַר מיר אַ רעטעניש, וווּ מע נעמט אַזעלכע באָבע-מעשׂיות? מע דאַרף ניט זײַן צו שטאַרק באַהאַוונט אין דער געשיכטע, כּדי צו וויסן, אַז אין דער רויטער אַרמיי האָט מען בכלל ניט שטאַרק גענומען די תּושבֿים — ייִדישע צי ניט ייִדישע, אינטעלעקטועלע צי ניט אינטעלעקטועלע — פֿון די נײַע סאָוועטישע געגנטן, אַזעלכע ווי טשערנאָוויץ, וואָס איז דעמאָלט נאָך אַ קנאַפּ יאָר פֿאַר דעם געווען אַ טייל פֿון רומעניע. אַנשטאָט דער "ריכטיקער" אַרמיי, מיט שלאָגן זיך קעגן די נאַציס אויפֿן פֿראָנט, פֿלעגט מען זיי שיקן אין דער אַזוי-גערופֿענער "אַרבעטס-אַרמיי".

די צרה איז, אַז די נעקראָלאָגן פֿון דער "ניו-יאָרק טײַמס" זײַנען צוטריטלעך דורך אינטערנעץ, וווּ פֿון זיי שעפּט מען אָפֿט מאָל אינפֿאָרמאַציע. ווי אַ פּועל-יוצא וועלן מענטשן גלייבן, למשל, אַז יוסף בורג האָט אין יאָר 1959 באַנײַט די אויסגאַבע פֿון דער ייִדישער צײַטונג "טשערנאָוויצער בלעטער". (איין קלייניקייט! אַזוי שטייט געשריבן אין דער "ניו-יאָרק טײַמס".) מע וועט גלייבן, אַז אין טשערנאָוויץ איז געווען אַ ייִדישע צײַטונג אין דעם יאָר, ווען מע האָט קוים-קוים זיך דערשלאָגן עס זאָל אין מאָסקווע אַרויס דאָס ערשטע ייִדישע בוך זינט די סטאַליניסטישע גזירות...

וועגן פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט — און אומפֿאַראַנטוואָרטלעכקייט — פֿון דער מעדיאַ איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו טראַכטן בעת ס׳איז דערשינען אַ בוך פֿון מײַנעם אַ קאָלעגע אין איינעם פֿון די אַמעריקאַנער פֿאַרלאַגן. האָט מען אים גערופֿן צו רעדן וועגן דעם אין אַ ראַדיאָ-פּראָגראַם און געבעטן, ער זאָל קומען מיט נאָך אַ מענטש, צו מאַכן גרעסער דעם עולם פֿון רעדנערס. דאָס בוך האָט צו טאָן מיט דער סאָוועטיש-ייִדישער געשיכטע, און דער קאָלעגע האָט באַשלאָסן, אַז איך טויג זיך אויס פֿאַר אַזאַ שליחות.

די דאָזיקע ראַדיאָ-פּראָגראַם איז אויסגערעכנט אויף די לײַט, וואָס שלאָפֿן ניט בײַ נאַכט — עס הייבט זיך אָן אַרום 12 אַ זייגער און גייט ביז אין דער פֿרי. בטבֿע שלאָף איך אין אָט דער צײַט. אָבער אָפּזאָגן מײַן באַקאַנטן איז מיר געווען שווער; האָב איך געזאָגט "יאָ", כּאָטש מיינען האָב איך געמיינט "ניין". ווײַטער איז שוין געווען לויטן ווערטל: ביסטו אַ ציג, טאָ שפּרינג אין טשערעדע — אַנשטאָט צו לייגן זיך שלאָפֿן, האָב איך זיך אַ שעה צײַט געשלעפּט, בײַ נאַכט, אין דער ראַדיאָ-סטאַנציע.

פֿירט מען אונדז אַרײַן אין דער סטודיע, וווּ עס געפֿינען זיך שוין צוויי מענער. איינער זיצט מעשׂה באַלעבאָס, ווײַל ער פֿירט שוין לאַנגע יאָרן אָן מיט אָט דער נאַכט-פּראָגראַם. דער צווייטער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט ווי אַ שטיקל היסטאָריקער, פּינקטלעכער — אַ ליבהאָבער פֿון געשיכטע. אין גיכן האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז בעסער וואָלט ער זי פֿײַנט געהאַט.

און דאָ האָט דער פֿירער פֿון דער פּראָגראַם אָנגעהויבן צו רעדן. ער האָט אַ ביסל דערציילט וועגן דעם פֿילם, וואָס אים איז אויסגעקומען צו קוקן אין דער פֿרי. דערנאָך איז ער יאַקאָס אַריבער צו דעמאָקראַטיע, בפֿרט בײַ די אוראַלטע גריכן. פֿון יענע צײַטן און מקומות איז ער אַריבערגעשפּרונגען אין איראַן. און נאָך ערגעץ-וווּ. און אַזוי ווײַטער; ביז ער האָט אָנגעהויבן לויבן דאָס רוסישע פֿאָלק פֿאַר זייער בײַטראָג אין קולטור און וויסנשאַפֿט. אַ פּאָר מינוט האָט ער געדברט וועגן מוסאָליני. (דער היסטאָריקער-ליבהאָבער האָט די גאַנצע צײַט עפּעס פּאָטאַקעוועט.) פּלוצעם האָט ער אַ קוק געטאָן אין אונדזער זײַט און אַ פֿרעג געטאָן: "פֿאַר וואָס האָבן די איטאַליענער און די רוסן געקושט היטלערס הינטן?"

איך האָב דערפֿילט, אַז מיר ווילט זיך אויפֿשטיין און אַוועקגיין. אָבער איך האָב ניט געוואָלט באַליידיקן דעם קאָלעגע מײַנעם. אמת, מכּוח דעם "קושן" האָב איך, פֿונדעסטוועגן, עפּעס געזאָגט. אויף אַנדערע נאַרישקייטן, וואָס האָבן זיך געגאָסן עמערווײַז, האָב איך פּשוט ניט רעאַגירט. גלײַך ווי דאָס אַלץ איז מיר ניט אָנגעגאַנגען. צום סוף, שוין ניט אין מיקראָפֿאָן, האָב איך געפֿרעגט דעם פּראָגראַם-פֿירער:

"קיינער האָט ניט קיין טענות צו אײַך?"

"ניין, אין משך פֿון די יאָרן האָט קיינער זיך אויף מיר ניט באַקלאָגט."

די דאָזיקע ווערטער האָבן מיך ממש איבערגעשראָקן; סײַדן זײַנע רייד העלפֿן די מענטשן גיכער אײַנשלאָפֿן.