מײַנע קאָלעגן בײַם זוכן אַ פֿאַראַיאָריקן שניי אין די אַלטע צײַטונגען ווייסן, אַז בײַ אַזאַ לייענען קען מען ניט זײַן זיכער וועגן דעם רעזולטאַט. אָפֿט מאָל געפֿינט מען ניט דאָס וואָס מע זוכט. אָבער מע קען זײַן זיכער, אַז עס וועט אַרויסשווימען אַן אינטערעסאַנטער מאַטעריאַל, וועלכער האָט קיין שום שײַכות ניט צו דײַן איצטיקער אַרבעט. בײַ מיר קומט עס פֿאָר די גאַנצע צײַט, בפֿרט בײַם לייענען דעם "פֿאָרווערטס", וואָס איז, ערשטנס, געווען אַ טעגלעכע, גרויסע צײַטונג, און, צווייטנס, האָט געדעקט אַ ברייטע גאַמע געשעענישן און, בכלל, טעמעס.
אַזוי האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַן אַרטיקל, וואָס איז דערשינען אין "פֿאָרווערטס" מיט אַכציק יאָר צוריק, דעם 29סטן סעפּטעמבער 1929. אין יענעם יאָר איז עס אויסגעפֿאַלן אויף זונטיק, און זונטיק איז די צײַטונג געווען באַזונדערס גרויס, מיט אַן אָפּטייל אויף ענגליש. דאָרטן האָט איינער לויִס ריטש (כ׳האָב וועגן אים קיין אינפֿאָרמאַציע ניט געפֿונען, און אפֿשר איז עס גאָר אַ פּסעוודאָנים) פֿאַרעפֿנטלעכט דעם אַרטיקל Forward’s Gallery of Missing Husbands, "די ׳פֿאָרווערטס׳-גאַלעריע פֿון פֿאַרשוווּנדענע מענער", וואָס דערציילט די געשיכטע פֿון אָט דער רעגולערער רובריק.
מער ווי מיט צוויי יאָרצענדליק פֿריִער פֿאַר דער פּובליקאַציע פֿון אָט דעם אַרטיקל, נאָך אין די ייִנגלשע יאָרן פֿונעם "פֿאָרווערטס", האָט די רעדאַקציע באַקומען אַ בריוו פֿון אַ פֿרוי. די ייִדענע האָט נאָר וואָס זיך אומגעקערט פֿון אַ האַלביאָר-לאַנגער נסיעה קיין אייראָפּע, וווּהין זי איז געפֿאָרן לויט אַן עצה פֿון איר מאַן. צוריקקומענדיק, האָט זי אים, דעם מאַן אירן, אין דער היים ניט געפֿונען. האָט זי געבעטן דעם "פֿאָרווערטס" צו פֿאַרעפֿנטלעכן זײַן פֿאָטאָ, האָפֿנדיק, אַז עמעצער פֿון די לייענער וועט אים זען און דערקענען. צופֿעליק זײַנען פּונקט אין דעם זעלבן טאָג אָנגעקומען נאָך צוויי בריוו, אויך מיט "פּיקטשורס" פֿון נעלם-געוואָרענע מענער.
לעאָן גאָטליב (1878—1947), אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס" (אַב. קאַהאַנס סעקרעטאַר, ווי אויך אַ ראָמאַניסט, אַן איבערזעצער, וכ׳) איז דעמאָלט געווען דער רעדאַקטאָר פֿון די זונטיק-נומערן. האָט ער פֿאָרגעלייגט קאַהאַנען צו טאָן עפּעס מיט אָט די בריוו און פֿאָטאָס. קאַהאַן האָט די דאָזיקע אידעע אונטערגעכאַפּט, און אַזוי האָט זיך אין די זונטיק-נומערן באַוויזן די רובריק "אַ גאַלעריע פֿון פֿאַרשוווּנדענע מענער".
צוויי טעג שפּעטער, נאָך דער ערשטער פּובליקאַציע, איז אָנגעקומען אַ בריוו פֿון דעם שעריף אין אַ שטאָט אין אַ ווײַטן שטאַט. דאָרטן האָט מען דערקענט איינעם פֿון די מענער און אים גלײַך אַרעסטירט פֿאַר ביגאַמיע, ווײַל ער האָט שוין געהאַט אַן אַנדער ווײַב. אין אַ צײַט אַרום האָט מען געפֿונען אויך די איבעריקע צוויי פֿאַרשוווּנדענע (אין דער אמתן, אַנטלאָפֿענע) מאַנצבילן. די צײַטונג האָט, פֿאַרשטייט זיך, דערציילט וועגן אָט דעם דערפֿאָלג פֿון איר פּובליקאַציע. אָבער דאָס האָט אַרויסגערופֿן ממש אַ שטראָם בריוו פֿון די עגונות. אין אייניקע טעג פֿלעגן אָנקומען ביז פֿופֿציק אַזעלכע וויי-געשרייען.
אין איינעם פֿון די בריוו האָט זיך געשלאָגן על-חטא אַ פֿאַבריקאַנט, וואָס איז כּלומרשט אַנטלאָפֿן פֿון זײַן ווײַב. נאָך דער פּובליקאַציע פֿון אָט דער געשיכטע, האָט זיך מיט דער רעדאַקציע פֿאַרבונדן אַן אַדוואָקאַט, וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט די אינטערעסן פֿון אָט דעם מענטשן. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די גאַנצע מעשׂה איז געווען אַן אויסגעטראַכטע — אַזוי האָט זיך מיט דעם פֿאַבריקאַנט געוואָלט אָפּרעכענען אַ ייִד, וועמען מע האָט ניט גענומען אויף דער אַרבעט. דער דאָזיקער פֿאַל האָט געמאַכט קלאָר, אַז מיט אַזעלכע בריוו האָט מען געקענט זיך אַרײַנפּאַקן אין ניט קיין שיינע געשיכטעס און אַז מע דאַרף, קודם-כּל, קאָנטראָלירן די פֿאַקטן. אויף אַ צײַט איז גאָטליב געוואָרן אַן אויספֿאָרשער. גאַנצענע טעג פֿלעגט ער אַרומפֿאָרן און אַרומגיין, אינטערוויויִרנדיק די ווײַבער און די מענער.
בינו-לבינו איז געוואַקסן די צאָל בריוו, וואָס די רעדאַקציע האָט באַקומען פֿון אירע לייענערינס. אייניקע פֿלעגן אַרײַנשיקן די פֿאָטאָס פֿון זייערע מענער נאָך איידער זיי זײַנען אַנטלאָפֿן. די פֿרויען האָבן געשריבן, אַז דאָס האַרץ זאָגט זיי אונטער וועגן דער פּליטה, וואָס דער מאַן קלײַבט זיך צו מאַכן. דערפֿאַר האָבן זיי געבעטן די רעדאַקציע צו היטן די פֿאָטאָס — "אויף יעדן פֿאַל". כאַראַקטעריסטיש, אַז בערך אַכציק פּראָצענט פֿון אַזעלכע פֿאָטאָס פֿלעגן זיך סוף-כּל-סוף טאַקע באַווײַזן אין דער "גאַלעריע".
די פּראָבלעם פֿון פֿאַרשוווּנדענע מענער איז געווען אַזוי גרויס, אַז די ייִדישע צדקה-אָרגאַניזאַציעס האָבן באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ ספּעציעלן ביוראָ — National Desertion Bureau — וואָס האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט טויזנטער פֿאַלן. די סיבות פֿון אַנטלויפֿן זײַנען געווען פֿאַרשיידענע: אַ נײַע הייסע ליבע, אַ פּרוּוו אַראָפּצוּוואַרפֿן פֿון זיך דעם עול פֿון האָדעווען אַ משפּחה, וכ׳. וועגן דעם קען מען לייענען אין דעם בוך פֿון Anna R. Igra, וואָס הייסט Wives without Husbands ("ווײַבער אָן מענער"), וואָס איז באַזירט אויף די אַרכיוון פֿון דעם ביוראָ. אָבער אַפֿילו ווען דער ביוראָ האָט שוין גענומען אויף זיך די גאַנצע טירחה, האָט דער "פֿאָרווערטס" ניט אויפֿגעהערט צו שפּילן אַן אַקטיווע ראָלע אין דעם ענין.
מיטן ביוראָ האָט אַ לענגערע צײַט אָנגעפֿירט טשאַרלס (קלמן) צונזער, וואָס זײַן פֿאָטער איז געווען דער באַקאַנטער ייִדישער דיכטער אליקום צונזער. טשאַרלס צונזער האָט אַליין אויך געשריבן לידער און דערציילונגען פֿאַר ייִדישע זשורנאַלן. זײַן פֿרוי, מרים צונזער-שמר, אַ טאָכטער פֿונעם פּאָפּולערן ייִדישן ראָמאַניסט נחום-מאיר שײַקעוויטש (שמר), האָט — ווי איר מאַן — קאָמבינירט געזעלשאַפֿטלעכע טעטיקייט מיט ליטעראַרישער.