איך האָב שוין אַ פּאָר מאָל געהאַט געשריבן וועגן איבערזעצונגען פֿון שלום-עליכמס ווערק אויף רוסיש. דאָס איז, גלייב איך, דער לעצטער צײַטונג-עסיי מײַנער אויף אָט דער טעמע, וועלכע איך קלײַב זיך אַרומרעדן אין אַ באַזונדערן אַקאַדעמישן אַרטיקל. אָבער הײַנט — איך שרײַב די דאָזיקע שורות אין דעם טאָג פֿון מײַן טאַטנס 100סטן געבוירן־טאָג — בין איך געשטימט ניט זייער "אַקאַדעמיש" און דערמאָן זיך אָן מײַן באַגעגעניש מיט אַן איבערזעצער פֿון שלום-עליכם.
מײַן טאַטע, יעקבֿ עסטרײַך ע״ה, האָט זיך זײַן גאַנץ לעבן (אַ חוץ די יאָרן בעת דער מלחמה) באַשעפֿטיקט מיט לערערײַ, ביזן יאָר 1938 אויף ייִדיש, שפּעטער אויף רוסיש און אוקראַיִניש. דאָס האָט געמיינט, אַז זומער־צײַט האָט ער געהאַט לאַנגע וואַקאַציעס, און די עלטערן פֿלעגן נעמען מיך, דעם מיזיניק, און פֿאָרן אין פֿאַרשיידענע ערטער, בדרך-כּלל, צום ים — דעם שוואַרצן צי אַזאָוון. איין זומער, אָבער, אין די פֿריִע 1960ער, ווען איך בין געווען אַ יאָר 11 צי 12 אַלט, האָבן די עלטערן באַשלאָסן צו פֿאָרן אויף צוויי חדשים קיין נײַ-זלאַטאָפּאָל, וווּ זיי האָבן געוווינט פֿאַר דער מלחמה, ווען דאָרטן איז געווען אַ ייִדישער ראַיאָן. נאָך אין די 1960ער, און אַפֿילו שפּעטער, האָבן אין דעם דאָרף געלעבט אַ צאָל ייִדן, אַרײַנגערעכנט אַ שוועסטער און אַ שוועסטערקינד פֿון מײַן מאַמען, און עפּעס ווײַטע קרובֿים אויך.
אין נײַ-זלאַטאָפּאָל האָב איך טאַקע געהאַט די זכיה צו זען אַן איבערזעצער פֿון שלום-עליכם. דאָס איז געווען דער היגער אַפּטייקער, וועמעס נאָמען געדענק איך ניט. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך אומגעקערט אין דאָרף, וווּ ער האָט זיך באַזעצט אין די 1930ער יאָרן. אין די הײַזער פֿון ייִדישע תּושבֿים, וועלכע די דײַטשן האָבן אומגעבראַכט, האָט ער צונויפֿגעקליבן ייִדישע ביכער — זיי האָבן געשאַפֿן זײַן ביבליאָטעק. געווען זײַנען דאָרטן אויך ביכער פֿון שלום-עליכמען. אין 1959, ווען מע האָט געפּראַוועט דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿון שלום-עליכמען, איז אין מאָסקווע אַרויס אַ זעקס-בענדיקע רוסישע אויסגאַבע פֿון דעם קלאַסיקערס ווערק. דער אַפּטייקער האָט די דאָזיקע אויסגאַבע אויך געהאַט, און זי איז אים דווקא ניט געפֿעלן געוואָרן. ער האָט געהאַלטן, אַז די איבערזעצער זײַנען זייער אָפֿט ניט געווען געטרײַ דעם אָריגינאַל. האָט ער באַשלאָסן, אַז דאָס איז זײַן שליחות — צו שאַפֿן "ריכטיקע" איבערזעצונגען.
דער אַפּטייקער האָט ניט געוווּסט, אַז אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט די אויבערהאַנט געקראָגן די שול פֿון איבערזעצונג, וועלכע האָט עסטעטיש און אידעאָלאָגיש אָפּגעוואָרפֿן די פֿולע געטרײַשאַפֿט צו דעם אָריגינאַל. עס האָט געהערשט אַ מין סאָציאַליסטיש-רעאַליסטישע איבערדיכטונג. גאָר ניט זעלטן האָט עס געהאַט צו טאָן אויך מיט צענזור. מע האָט זיך דאָך, אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, אַרײַנגעמישט אַפֿילו אין דעם טעקסט בײַם איבערדרוקן די אָריגינאַלן, פֿאַרבײַטנדיק צי אויסמײַדנדיק אין שלום-עליכמס פּראָזע די ניט "פּאָליטיש קאָרעקטע" ווערטער (למשל, "גוי") און גאַנצע פֿראַזעס.
דער נײַ-זלאַטאָפּאָלער אַפּטייקער איז געווען אָפּגעריסן פֿון אָט די ליטעראַרישע דיסקוסיעס, און דערצו איז ער געווען אַ שטיקל נודניק. פֿלעגט ער קומען צו מײַן טאַטן און פֿאָרלייענען אים זײַנע נײַע איבערזעצונגען. דעם טאַטן האָט עס אַלץ זייער ווייניק אינטערעסירט, פֿאַר אים איז עס געווען אַן אָפּקומעניש, אָבער אָפּזאָגן דעם דאָרפֿישן אינטעלעקטואַל, אַן אַלטן באַקאַנטן האָט ער, פֿאַרשטייט זיך, ניט געקענט. פֿלעג איך זיך אויך צוהערן צו די ליטעראַרישע שמועסן זייערע. אינטערעסאַנט — און דאָס האָב איך פֿאַרגעדענקט — אַז דער אַפּטייקער האָט געפּרוּווט נוצן אַלט-סלאַוויש בײַם פֿאַרטײַטשן די פּסוקים, מיט וועלכע עס שיטן גאַנץ אָפֿט שלום-עליכמס העלדן.
איך האָב די טעג געלייענט מאַקס עריקס אַרטיקל "שלום-עליכם און זײַן איבערזעצער", פֿאַרעפֿנטלעכט אין "צײַטשריפֿט" (מינסק) אין יאָר 1931. עריק, דער ליטעראַטור-היסטאָריקער, האָט געמאַכט אַן איבערזיכט פֿון די בריוו, וועלכע עס האָבן זיך אָפּגעהיט אין דעם אַרכיוו פֿון יוד פּינוס (1884–?), דעם איבערזעצער פֿון שלום-עליכמס ווערק אין די יאָרן ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה. פּינוסעס איבערזעצונגען האָבן געשאַפֿן די געזאַמלטע ווערק, וועלכע עס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דער מאָסקווער פֿאַרלאַג "סאָוורעמענניִע פּראָבלעמי" ("פֿראַגן פֿון הײַנטצײַטיקייט"). שלום-עליכם האָט זיך ניט געפֿוילט צו קאָרעספּאָנדירן מיט פּינוסן. ער האָט קאָנטראָלירט די איבערזעצונגען און, בכלל, זיך באַצויגן זייער ערנסט צו די רוסישע טעקסטן פֿון זײַנע דערציילונגען און ראָמאַנען. בפֿרט, האָט ער געפֿאָדערט "אומבאַדינגט די קריסטלעך-סלאַווישע סטיליזאַציע" פֿון די פּסוקים.
וואָס שייך דער בוכשטעבלעכקייט, צו וועלכער עס האָט געשטרעבט דער נײַ-זלאַטאָפּאָלער אַפּטייקער, איז אַזאַ צוגאַנג געווען לחלוטין ניט צום האַרצן דעם ייִדישן קלאַסיקער. "אין אַ בריוו פֿאָדערט שלום-עליכם קאַטעגאָריש אויסצומײַדן טערמינען פֿון רעליגיעז-שטייגערישן כאַראַקטער ווי 'קידוש’, 'קדיש’, 'יאָרצײַט’, 'תּפֿילין’, 'מזוזה’, 'מינחה’, 'מעריבֿ’, 'אַתּה־הראית’, 'טלית-קטן’, און לייגט פֿאָר אַפֿילו שטאַרק אָפּווײַכן פֿון טעקסט, אַבי זיי אויסצומײַדן." ווי מיר ווייסן, איז אַן ענלעכער צוגאַנג שפּעטער געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר יצחק באַשעוויס-זינגערן, וואָס האָט זיך זייער אַקטיוו באַטייליקט אין דעם פּראָצעס פֿון שאַפֿן ענגלישע איבערזעצונגען פֿון זײַנע ווערק.