- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַן אַרײַנבליק אין דער געשעפֿטלעך-עקאָנאָמישער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס" דעם 22סטן דעצעמבער 1918 האָט דער "פֿאָרווערטס" מיטגעטיילט, אַז פֿונעם נײַעם יאָר אָן וועט די צײַטונג אַרויסגיין אויך אין שיקאַגאָ. די דאָזיקע געשעעניש האָט מען אָפּגעמערקט מיט אַ צונויפֿקומעניש פֿון אַרום 15 טויזנט ענטוזיאַסטישע לייענער — דעם 2טן יאַנואַר 1919 איז עס אָנגערופֿן געוואָרן, אויפֿן ערשטן זײַט, "דער ריזיקער פּראַכטפֿולער יום-טובֿ לכּבֿוד דעם נײַעם ׳פֿאָרווערטס׳ אין שיקאַגאָ". ס׳איז טאַקע געווען מיט וואָס זיך צו גרויסן, ווײַל ביוראָען פֿון דער צײַטונג האָט מען גענומען עפֿענען אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. עס לאָזט זיך אויס, אַז אין שײַכות מיט לייענען, געפֿינט זיך דער הימל דערווײַל גאָר ניט בײַ דער ערד — אַזוי, לכל-הפּחות ווײַזט די לעצטע פֿאָרשונג, דורכגעפֿירט צווישן די אַמעריקאַנער. צום ערשטן מאָל אין דעם 21סטן יאָרהונדערט זעט מען, אַז ס׳איז גרעסער געוואָרן די צאָל לײַט, וואָס לייענען ליטעראַטור. אמת, מיינט נאָך ניט, אַז דאָס איז אַ בשׂורה-טובֿה פֿאַר די קאָמערציעלע פֿאַרלאַגן, ווײַל אַ היפּשער טייל מענטשן, בפֿרט יונגע, לייענען ראָמאַנען און דערציילונגען נעמענדיק עס אין אינטערנעץ. אַגבֿ, פּאָעזיע לייענט כּמעט קיינער ניט, דאָס איז געוואָרן, צום באַדויערן, אַ זשאַנער פֿאַר אַ פּיצינקער גרופּע עסטעטן. איך האָב זיך זייער דערפֿרייט, ווען אַ פֿרײַנד האָט מיר געבראַכט פֿון מאָסקווע אַ נײַ רוסיש בוך "פּאָעזיע און פּאָעטיק פֿון אַ שטאָט Поэзия и поэтика города: Wilno — ווילנע — Vilnius", וואָס איז דערשינען אין אַ בכּבֿודיקן פֿאַרלאַג. וואָס שייך "ןן" אויפֿן אָרט פֿון "וו", האָב איך זיך ניט פֿאַרפּלאָנטערט אין די ייִדישע אותיות — אַזוי שטייט עס טאַקע געשריבן אויף ביידע זײַטן פֿון דער הילע: "ןןילנע". נאָך מער: דער דאָזיקער דרוק־פֿעלער אַנטפּלעקט, ממש אויף אַ פֿרוידיאַנישן אופֿן, די פּראָבלעם פֿון אָט דער מאָנאָגראַפֿיע, וועלכע עס האָט אָנגעשריבן וואַלענטינאַ בריִאָ, אַ געוועזענע ווילנער אײַנוווינערין און הײַנט אַ מיטאַרבעטאָרין פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. ס'איז גוט באַוווּסט, אַז אַב. קאַהאַן, דער גרינדער פֿון "פֿאָרווערטס", איז געווען אַ גרויסער רוסאָפֿיל. ער האָט פֿון דעם קיין סוד ניט געמאַכט אין זײַנע אַרטיקלען אין דער צײַטונג. למשל, דעם 2טן יאַנואַר 1921 האָט ער געלויבט "די רוסישע אָפֿנהאַרציקייט און די רוסישע פֿעיִקייט זיך אָפּצורופֿן אויף דעם רוף פֿון יושר". דעם אמת זאָגנדיק, האָב איך תּמיד פּראָבלעמען מיט אַרויסזאָגונגען פֿון אַזאַ סאָרט, ווײַל אין זיי ליגט באַגראָבן עפּעס אַ פֿאַרגלײַך, דהײַנו: מענטשן פֿון אַזאַ פֿאָלק רופֿן זיך אָפּ בעסער ווי מענטשן פֿון אַן אַנדער פֿאָלק. דעם 20סטן דעצעמבער איז אין עלטער פֿון 92 יאָר געשטאָרבן די באַוווּסטע סאָוועטישע באַלערינע אָלגאַ לעפּעשינסקאַיאַ. פֿון איר האָט אַ וועלט געהאַלטן סטאַלין, ס׳איז אַפֿילו ניט אויסגעשלאָסן, אַז זי איז געווען זײַן קאָכאַנקע. וועגן דעם האָט מען, יעדנפֿאַלס, גערעדט. אַזוי צי אַזוי, אָבער דער דיקטאַטאָר האָט זי ממש באַשאָטן מיט פֿאַרשיידענע באַלוינונגען. לעפּעשינסקאַיאַ האָט געהאַט דרײַ מענער. איר ערשטער מאַן איז געווען דער קינאָ-רעזשיסאָר איליאַ טראַובערג. אין די 1940ער און אין די פֿריִע 1950ער יאָרן האָט זי געהאַט אַן אַנדער ייִדישן מאַן — דעם גענעראַל-לייטענאַנט לעאָניד רײַכמאַן (1908—1990). אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן צעטיילן זיך אויף עטלעכע קאַטעגאָריעס. עס זײַנען דאָ גרויסע יאַרידן, מיט הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער אָנטיילנעמער. איך האַלט ניט פֿון אַזעלכע צונויפֿקומענישן, מחמת זיי האָבן מער צו טאָן מיט אַקאַדעמישער פּאָליטיק צי אַקאַדעמישן סאָציאַלן לעבן איידער מיט וויסנשאַפֿט גופֿא. אַ סך בעסער — יעדנפֿאַלס נאָך מײַן געשמאַק נאָך — זײַנען קלענערע, "געמיטלעכע" קאָנפֿערענצן, פֿון סאַמע אָנהייב אָן איז דער "פֿאָרווערטס" ניט געווען קיין "נאָרמאַלע צײַטונג" — דאָס הייסט אַ צײַטונג, וואָס ציט צו דעם לייענער נאָר דורך דעם אינהאַלט און אויסזען פֿון די פּובליקאַציעס. צו זײַן אַ לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" האָט אָפֿט מאָל געמיינט אויך אַ מיטגלידערשאַפֿט. די סאָציאַלע באַזע פֿאַר דער צײַטונג האָבן געשאַפֿן די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, יוניאָנס. דער "פֿאָרווערטס" האָט שוין געשריבן וועגן דער אויסשטעלונג "שאַגאַל און די קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועט-רוסלאַנד", וואָס מע קען איצט זען אין דעם ניו-יאָרקער ייִדישן מוזיי. אָבער איך האָב דערווײַל איבערגעלייענט אויך אַן אַרטיקל אין "ניו-יאָרק טײַמס" (דעם 7טן נאָוועמבער — צופֿעליק אין דעם יאָרטאָג פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע), געווידמעט דער דאָזיקער אויסשטעלונג. מיט פֿערציק יאָר צוריק איז אַרויס די ערשטע אויפֿלאַגע פֿון אוריאל ווײַנרײַכס "מאָדערן ענגליש-ייִדיש ייִדיש-ענגליש ווערטערבוך". דאָס ווערטערבוך הערט ניט אויף צו דינען ווי דער וויכטיקסטער לעקסיקאָגראַפֿישער אינסטרומענט בײַם לערנען ייִדיש אין ענגליש-שפּראַכיקע און ענגליש-קענענדיקע קרײַזן, און פֿאַר דעם זאָל עס גערימט און געקרוינט זײַן. אָבער גלײַכצײַטיק האָט עס אַרײַנגעלייגט אונדזער שפּראַך אין אַ סדום-בעטל — הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער מענטשן רעדן איצט די ווערטערבוך-שפּראַך, האָט איר, אפֿשר, באַמערקט אַזאַ פֿענאָמען: אַן ערנסט בוך, וואָס האָט אַ דירעקטן שײַכות צו ייִדיש (למשל, אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון אַ באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער), באַמערקט מען, בדרך-כּלל, ניט אַפֿילו אין דער ייִדישער (דאָס הייסט, "דזשויִש") פּעריאָדיק. אָבער ווען עס באַווײַזט זיך אַ בוך פֿון ייִדישע וויצן (ייִדיש איז דאָך funny!), צי אַ בוך, וווּ ייִדיש ווערט אויסגענוצט בלויז ווי אַ מין טעאַטער-דעקאָראַציע, — אַזאַ סחורה ווערט גלײַך אונטערגעכאַפּט, אַרומגערעדט און געלויבט. מיט צען יאָר צוריק האָט מען אין "מענדעלע", דעם אינטערנעץ-אַדרעס וווּ מע קיבעצט וועגן ייִדיש, זיך צערעדט וועגן דעם באַגריף "ייִדישלאַנד". דער עיקר, וועגן דעם, פֿון וואַנען דאָס וואָרט בכלל האָט זיך גענומען. יוסף ווײַסמאַן, דער אויסערגעוויינטלעך ערודירטער מענטש און איינער פֿון די טאַטעס פֿון "מענדעלע", האָט דעמאָלט אָנגעוויזן אויף צוויי זאַכן: ערשטנס, אַז דאָס וואָרט איז באַזונדערס פּאָפּולער אין פֿראַנצויזיש-שפּראַכיקע אויסגאַבעס; צווייטנס, אַז דאָס וואָרט באַווײַזט זיך אין אַ טעקסט, וואָס חיים זשיטלאָווסקי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין יאָר 1937. אַלע ווייסן, אַז דאָס אַרומפֿאָרן מאַכט אַ מענטשן ניט בלויז מיד, נאָר אויך אַ ביסל קליגער. למשל, מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מען מיך גערופֿן צו לייענען אַ לעקציע אין פּאָרטלענד, אָרעגאָן, וווּ עס געפֿינט זיך דער באַקאַנטער "ריד-קאָלעדזש". דאָרטן האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער נאָמען האָט צו טאָן מיט דער היגער רײַכער משפּחה, ריד, וועלכע האָט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק זיך צעבײַטלט אויף דער לערן-אינסטיטוציע. נאָך מער: טאַקע פֿון אָט דער משפּחה שטאַמט דזשאָן ריד, דער פּיאָנער פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער באַוועגונג און דער העלד פֿונעם "אָסקאַר"-באַקרוינטן פֿילם "רויטע" (Reds). |