אָלגאַ לעפּעשינסקאַיאַ |
דעם 20סטן דעצעמבער איז אין עלטער פֿון 92 יאָר געשטאָרבן די באַוווּסטע סאָוועטישע באַלערינע אָלגאַ לעפּעשינסקאַיאַ. פֿון איר האָט אַ וועלט געהאַלטן סטאַלין, ס׳איז אַפֿילו ניט אויסגעשלאָסן, אַז זי איז געווען זײַן קאָכאַנקע. וועגן דעם האָט מען, יעדנפֿאַלס, גערעדט. אַזוי צי אַזוי, אָבער דער דיקטאַטאָר האָט זי ממש באַשאָטן מיט פֿאַרשיידענע באַלוינונגען.
לעפּעשינסקאַיאַ האָט געהאַט דרײַ מענער. איר ערשטער מאַן איז געווען דער קינאָ-רעזשיסאָר איליאַ טראַובערג. אין די 1940ער און אין די פֿריִע 1950ער יאָרן האָט זי געהאַט אַן אַנדער ייִדישן מאַן — דעם גענעראַל-לייטענאַנט לעאָניד רײַכמאַן (1908—1990). זײַן נאָמען האָט זיך מיר דערמאָנט בײַם לייענען אין דער לאָנדאָנער "טײַמס" אַ נעקראָלאָג וועגן לעפּעשינסקאַיאַ.
יעדער פֿאָרשער, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט סאָוועטיש-ייִדישער געשיכטע אין דעם לעצטן יאָרצענדליק פֿון סטאַלינס ממשלה, שטויסט זיך אָן ניט איין מאָל אויף אָט דעם נאָמען פֿון אַ קאָמוניסטישן תּלין. אַזעלכע ווי ער האָט מען געהאַט די-והותר אין די רעפּרעסיווע אָרגאַנען — ווייניק געבילדעטע (רײַכמאַן האָט פֿאַרענדיקט אַ צוויי-יאָריקע שול), פֿאַנאַטיש איבערגעגעבענע און אויסערגעוויינלעך אַמביצעזע. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן ניט דערגרייכט קיין גרויסע שטעלעס. אייניקע האָבן געאַרבעט אין די אָרגאַנען נאָר אַ קורצע צײַט.
כ׳וועל זיך דערלויבן אַ פּאַראַנטעז: מיט אַן ערך פֿינף יאָר צוריק בין איך געווען צו גאַסט בײַ אַ ווײַטער קרובֿה מײַנער, וועגן וועלכער כ׳האָב פֿריִער אַפֿילו ניט געוווּסט. אָבער אַ שוועסטערקינד האָט מיר אין ישׂראל געגעבן איר ברוקלינער טעלעפֿאָן און כ׳בין צו איר אַרײַנגעפֿאָרן. אַ פֿערטל יאָרהונדערט עלטער פֿון מיר, האָט זי מיך וואַרעם אויפֿגענומען, דערציילט וועגן איר לעבן און משפּחה. זי האָט זיך געגרויסט דער עיקר מיט צוויי זאַכן: איר דירה, וואָס זי האָט באַקומען אומזיסט אין אַמעריקע ווי אַ פּליטה פֿון סאָוועטישן אַנטיסעמיטיזם, און איר עבֿר פֿון אַ משפּיעדיקער פֿונקציאָנערקע אין דער אוקראַיִנישער שטאָט, וווּ זי האָט געוווינט ביז דער עמיגראַציע. וועגן איר פֿאַרשטאָרבענעם מאַן האָט זי דערציילט, אַז די ערשטע צײַט נאָך דער מלחמה האָט ער געאַרבעט אין די זיכערקייט-אָרגאַנען, אָבער זי האָט אים אײַנגערעדט פֿון דאָרטן אַוועקגיין, ווײַל די אַרבעט איז געווען אַ שווערער און מערסטנטייל בײַנאַכט. האָב איך געפֿרעגט: "ער האָט אַרעסטירט צי אויסגעפֿרעגט?" די פֿראַגע איז איר לחלוטין ניט געפֿעלן געוואָרן און האָט אָפּגעסמט די אַטמאָספֿער פֿון אונדזער באַגעגעניש. מער האָבן מיר קיין קאָנטאַקטן ניט געהאַט.
לעפּעשינסקאַיאַ אינעם באַלעט |
בײַ לעאָניד רײַכמאַנען איז די אַרבעט אין די סאָוועטישע זיכערקייט-אָרגאַנען ניט געווען קיין עפּיזאָד. ער האָט אָפּגעדינט אין זיי דרײַ יאָרצענדליק, זינט 1924, דאָס הייסט, ווען ער איז געווען אַ 16־יאָריקער בחור. אין צוויי יאָר אַרום איז ער שוין געווען אַ ריכטיקער סאָוועטישער אָלרײַטניק. איין קלייניקייט! — מע האָט אים אַרײַנגענומען אין דער פּאַרטיי. צום סוף 1930ער האָט רײַכמאַן זיך דערדינט ביז אַ ראַנג, וואָס איז געווען אויף דער הייך פֿון גענעראַל. זײַן נאָמען באַווײַזט זיך אין דעם קאַטינער-ענין, ווען מע האָט אויסגעהרגעט טויזנטער פּוילישע אָפֿיצירן, וועלכע זײַנען געווען אין סאָוועטישע לאַגערן פֿאַר געפֿאַנגענע. מע קען נאָר זיך פֿאָרשטעלן, אין וויפֿל בלוטיקע "ענינים" האָט ער זיך באַטייליקט בשעת זײַן קאַריערע.
זינט 1941 איז רײַכמאַן געווען צווישן די פֿירער פֿונעם סאָוועטישן קאָנטער-שפּיִאָנאַזש. ווי עס טענהן די היסטאָריקער, וואָס האָבן געפֿאָרשט די געשעענישן אַרום דעם טראַגישן גורל פֿון די בונדיסטישע פֿירער הענריק ערליך און וויקטאָר אַלטער, איז עס געווען רײַכמאַנס "אויפֿטו", ווען מע האָט זיי אַרעסטירט אָנהייב דעצעמבער 1941. בכלל, איז ער געווען אַ נאָענטער מיטאַרבעטער פֿון לאַוורענטי בעריאַ — סטאַלינס רעכטע האַנט. אַזאַ נאָענטקייט האָט געגעבן, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך פּרעווילעגיעס. אָבער ס׳איז דאָך באַוווּסט, אַז דער וואָס גייט אין שפּאַן באַקומט אויך אָפֿט מאָל מיטן בײַטש — אַזאַ נאָענטקייט האָט אויך געטראָגן אין זיך אַ היפּש ביסל סכּנה.
צום סוף פֿון זײַן לעבן, איז סטאַלינס פּאַראַנאָע נאָך שטאַרקער געוואָרן. ער האָט שוין ניט פֿאַרטרויט אויך בעריאַן. כּדי אָפּצושוואַכן אים, האָט מען גענומען אַרעסטירן די גענעראַלן און אָפֿיצירן, וועלכע מען האָט געהאַלטן פֿאַר בעריאַס לײַט. אין דער אַבסורדישער סטאַליניסטישער וועלט האָט מען עטלעכע פֿון זיי — די ייִדן — באַשולדיקט אין ציוניזם. אַזאַ "ציוניסט" איז געווען אויך לעאָניד רײַכמאַן. אין אָקטאָבער 1951 האָט מען אים אַרעסטירט. אָלגאַ לעפּעשינסקאַיאַ האָט זיך מיט אים דעמאָלט געגט, ווײַל זי האָט ניט געוואָלט האָבן אַ שייכות מיט אַ "שׂונא פֿון פֿאָלק". נאָך סטאַלינס טויט אין מאַרץ 1953 האָט מען אים, אָבער, באַפֿרײַט, און די פּרימאַ-באַלערינע האָט מיט איר גענעראַל ווידער חתונה געהאַט. געדויערט האָט עס ניט לאַנג, ווײַל אין אויגוסט 1953 איז רײַכמאַן שוין ווידער אַ מאָל געווען אין תּפֿיסה — דאָס מאָל האָט מען אים גענומען צוזאַמען מיט אַ גאַנצער גרופּע בעריאַס לײַט, ווען ניקיטאַ כרושטשיאָוו האָט באַשלאָסן פּטור צו ווערן פֿון דעם סאַמע געפֿערלעכן קאָנקורענט. האָט לעפּעשינסקאַיאַ זיך ווידער געגט מיט איר מאַן און קיין נײַע חתונה איז שוין ניט געווען אין 1957, ווען רײַכמאַנען האָט מען ווידער באַפֿרײַט. איר דריטער מאַן איז אויך געווען אַ גענעראַל, אָבער צו אונדזער, "ייִדישער", מעשה האָט עס ניט קיין שייכות.