|
ניקאָלײַ קיסעלעוו |
|
ס'איז גוט באַוווּסט, אַז אַב. קאַהאַן, דער גרינדער פֿון "פֿאָרווערטס", איז געווען אַ גרויסער רוסאָפֿיל. ער האָט פֿון דעם קיין סוד ניט געמאַכט אין זײַנע אַרטיקלען אין דער צײַטונג. למשל, דעם 2טן יאַנואַר 1921 האָט ער געלויבט "די רוסישע אָפֿנהאַרציקייט און די רוסישע פֿעיִקייט זיך אָפּצורופֿן אויף דעם רוף פֿון יושר". דעם אמת זאָגנדיק, האָב איך תּמיד פּראָבלעמען מיט אַרויסזאָגונגען פֿון אַזאַ סאָרט, ווײַל אין זיי ליגט באַגראָבן עפּעס אַ פֿאַרגלײַך, דהײַנו: מענטשן פֿון אַזאַ פֿאָלק רופֿן זיך אָפּ בעסער ווי מענטשן פֿון אַן אַנדער פֿאָלק. אָבער די דאָזיקע כאַראַקטעריסטיק פֿונעם בעסטן טייל רוסישן פֿאָלק האָט אין זיך, בלי-ספֿק, פֿאַרקערפּערט ניקאָלײַ קיסעלעוו, וועמעס נאָמען איז אין יאָר 2005 אַרײַן אין דער רשימה פֿון חסידי-אומות-העולם.
אינאַ געראַסימאָוואַ, די דירעקטאָרין פֿונעם מוזיי פֿון געשיכטע און קולטור פֿון ייִדן אין ווײַסרוסלאַנד, האָט זיך נאָך מיט יאָרן צוריק אָנגעשטויסן אויף אייניקע אומדירעקטע באַווײַזן פֿון ניקאָלײַ קיסעלעווס העלדישקייט בײַם ראַטעווען די ייִדישע תּושבֿים פֿונעם שטעטל דאָלהינאָוו (דאָלגינאָוואָ אויף רוסיש). אָבער קיין קלאָרע ידיעות וועגן דעם זײַנען ניט געווען באַקאַנט. אַ נײַעם אימפּולס צום זוכן פֿאַרלאָזלעכע דאָקומענטן האָט געגעבן געראַסימאָוואַס שמועס מיט איינעם פֿון די געראַטעוועטע, שמעון לעווין, וואָס איז געקומען קיין מינסק פֿון אַמעריקע און האָט באַזוכט דעם מוזיי. סוף-כּל-סוף, האָבן די אַרכיוון און זכרונות פֿון די ניצול-געוואָרענע ייִדן געגעבן אַ מעגלעכקייט ווידער אויפֿצושטעלן די געשעענישן פֿון 1942, ווען — אין יוני — האָבן די נאַציס שוין אויסגעהרגעט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דאָלהינאָוו.
עטלעכע הונדערט ייִדן האָט זיך פֿונדעסטוועגן אײַנגעגעבן אַוועקגיין אין די וועלדער, וווּ צו יענער צײַט זײַנען געווען טעטיק די פּאַרטיזאַנער. אין איינער פֿון די ווידערשטאַנד-גרופּעס איז געווען דער יונגער אָפֿיציר ניקאָלײַ קיסעלעוו (1913—1974). אַ פֿאַרוווּנדעטער, איז ער אַרײַנגעפֿאַלן צו די דײַטשן, אָבער שפּעטער האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן פֿון זיי. אים האָט מען אינסטרוקטירט צונויפֿצוקלײַבן די ייִדן און זיי אַרויספֿירן אויף דער סאָוועטישער זײַט פֿונעם פֿראָנט, וואָס האָט זיך דעמאָלט, אין אַ יאָר אַרום נאָכן אָנהייב פֿון דער סאָוועטיש-דײַטשישער מלחמה, געפֿונען זייער ווײַט פֿון דאָלהינאָוו — אויף אַ מהלך פֿון אַריבער טויזנט קילאָמעטער. פֿאַר די מיליטערישע גרופּעס איז געווען וויכטיק צו באַפֿרײַען די וועלדער פֿון קינדער, פֿרויען און זקנים, ווײַל די איבעריקע הונגעריקע מײַלער האָבן אָפּגעסמט די באַציִונגען צווישן די פּאַרטיזאַנער און די פּויערים. ס'איז באַוווּסט, אַז צו מאָל האָבן די פּאַרטיזאַנער פּשוט ליקווידירט די אַרומבלאָנדזשענדיקע ייִדן, אָבער אין דעם פֿאַל האָט מען אָנגענומען אַן אַנדער באַשלוס.
|
דאָס מיידעלע בערטע |
|
קיסעלעוו און נאָך עטלעכע פּאַרטיזאַנער אונטער זײַן קאָמאַנדע (איינע פֿון זיי — אַ מיידל — האָט דערנאָך חתונה געהאַט מיט קיסעלעוון) האָבן צונויפֿגעקליבן אַרום 280 ייִדן און זיך געלאָזט אין דעם ווײַטן וועג אַרײַן. וועגן דעם דאָזיקן לאַנגן מאַרש געדענקען איצט, 66 יאָר שפּעטער, דער עיקר, די קינדער, וואָס זײַנען שוין אויך גאָר ניט קיין יונגע לײַט. די ייִנגסטע פֿון זיי איז געווען בערטע, אַ צוויי-יאָריק מיידל, וואָס האָט די גאַנצע צײַט געוויינט. ס'איז באַוווּסט, אַז אין אוממענטשלעכע סיטואַציעס ווערן מענטשן אָפֿט מאָל אויס מענטשן. האָט מען גענומען רעדן וועגן טייטן דאָס מיידל, ווײַל איר וויינען האָט געקענט זיי אַלעמען אַרויסגעבן. בערטען האָט געראַטעוועט קיסעלעוו — בײַ אים אויף די הענט האָט זי ניט געוויינט. זײַן פֿערד — איין פֿערד אין דער גאַנצער גרופּע — האָט קיסעלעוו אָפּגעגעבן אַן עלטערן ייִד, וואָס האָט געהאַט איין פֿוס.
וועגן די געשעענישן פֿון יענעם מאַרש דערמאָנען זיך עטלעכע פֿון די ניצול-געוואָרענע אין דעם דאָקומענטאַלן פֿילם "די רשימה פֿון ניקאָלײַ קיסעלעוו", וועלכן עס האָבן אין דעצעמבער באַוויזן עטלעכע רוסיש-שפּראַכיקע טעלעוויזיע-קאַנאַלן. ניט אַלעמען איז באַשערט געווען צו קומען צום סוף פֿון דעם מאַרש. דאָך, האָט קיסעלעוו און זײַן גרופּע אַרויסגעפֿירט אויף דער סאָוועטישער זײַט 218 מענטשן. די היסטאָריקערין אינאַ געראַסימאָוואַ האָט געפֿונען אין די אַרכיוון אַ דאָקומענט וועגן באַלוינען קיסעלעוון און אַנדערע אַכט פּאַרטיזאַנער מיט געלט-פּרעמיעס פֿאַר ראַטעווען די ייִדן. עס האָט זיך אָפּגעהיט אויך קיסעלעווס אייגענער באַריכט.
אין די שפּעטערדיקע יאָרן האָט, אָבער, קיסעלעוו קיין סך ניט דערציילט וועגן די איבערלעבענישן. ער האָט געלעבט אין מאָסקווע, געאַרבעט אין מיניסטעריום פֿון אויסערן-האַנדל. צו פֿיל רעדן וועגן זײַן דערפֿאַרונג אויף די אָקופּירטע טעריטאָריעס און וועגן זײַן האָבן צו טאָן מיט די ייִדן איז, אין תּוך אַרײַן, געווען ניט כּדאַי פֿאַר אַ באַאַמטן, וואָס פֿלעגט פֿון מאָל צו מאָל פֿאָרן אין אויסלאַנד. דערצו איז ער געווען אַ באַשיידענער מענטש. זײַן טאָכטער האָט געוווּסט נאָר וועגן דעם ייִדישן מיידל בערטע און האָט געהערט, ווי איר פֿאָטער האָט עטלעכע מאָל געזאָגט, אַז עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו דערוויסן זיך, וואָס איז געוואָרן מיט די געראַטעוועטע ייִדן. דער דאָקומענטאַלער פֿילם ווײַזט די באַגעגעניש, אין 2007, פֿון דער טאָכטער מיט אייניקע ייִדן פֿון "קיסעלעווס-רשימה" און זייערע משפּחות, וואָס וווינען איצט אין ישׂראל. אין יוני קלײַבן זיי זיך צונויף אויף אַ הזכּרה. דער דאָלהינאָוו-וועבזײַטל — http://www.eilatgordinlevitan.com/dolhinov/dolhinov.html — דערציילט, אַז הײַיאָר זײַנען אַריבער 150 נפֿשות געקומען דעם 17טן יוני.