איך האָב זיך זייער דערפֿרייט, ווען אַ פֿרײַנד האָט מיר געבראַכט פֿון מאָסקווע אַ נײַ רוסיש בוך "פּאָעזיע און פּאָעטיק פֿון אַ שטאָט Поэзия и поэтика города: Wilno — ווילנע — Vilnius", וואָס איז דערשינען אין אַ בכּבֿודיקן פֿאַרלאַג. וואָס שייך "ןן" אויפֿן אָרט פֿון "וו", האָב איך זיך ניט פֿאַרפּלאָנטערט אין די ייִדישע אותיות — אַזוי שטייט עס טאַקע געשריבן אויף ביידע זײַטן פֿון דער הילע: "ןןילנע". נאָך מער: דער דאָזיקער דרוק־פֿעלער אַנטפּלעקט, ממש אויף אַ פֿרוידיאַנישן אופֿן, די פּראָבלעם פֿון אָט דער מאָנאָגראַפֿיע, וועלכע עס האָט אָנגעשריבן וואַלענטינאַ בריִאָ, אַ געוועזענע ווילנער אײַנוווינערין און הײַנט אַ מיטאַרבעטאָרין פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.
דאָס בוך איז אַרויס אין אַ געלונגענעם מאָמענט, ווײַל הײַיאָר איז ווילנע אָנגערופֿן געוואָרן איינע פֿון די צוויי הויפּטשטעט פֿון אייראָפּעיִשער קולטור. דאָס מיינט, אַז אַ היפּש ביסל אונטערנעמונגען וועלן צוציִען צו דער שטאָט טוריסטן, געלערנטע און קולטור-טוער. דאָס נײַע יאָר אין שטאָט האָט זיך גלײַך אָנגעהויבן פֿון אַ ריזיקער, ביז אַ פֿערטל מיליאָן נפֿשות, צונויפֿקומעניש. בפֿרט נאָך, אַז אין משך פֿונעם יאָר וועט מען אויך פֿײַערן אַ יאָרטויזנט זינט דער ערשטער דאָקומענטירטער דערמאָנונג פֿון ליטע ווי אַ לאַנד.
אין 1985 איז אין מאָסקווע אַרויס אַ בוך פֿון יוסף ראַבין, אַ וועטעראַן פֿון סאָוועטיש-ייִדישער ליטעראַטור. אַ יונגער קאָמוניסט, איז ער אַנטלאָפֿן פֿון זײַן היימשטאָט, ווילנע, צו בויען סאָציאַליזם אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. סײַ אין מאָסקווע סײַ אין ביראָבידזשאַן איז אים באַשערט געווען אַ סך אויפֿטאָן און אָנשרײַבן, אָבער אויך אַ סך איבערלעבן, בפֿרט אין דעם "גולאַג", וווּ מע האָט אים געהאַלטן זעקס יאָר. וועגן ראַבינען האָט מען אין די לעצטע יאָרן געשריבן — אַ שטייגער, מישע לעוו אין זײַן בוך "ליטעראַרישע פּאָרטרעטן", און מאַניע לאַנדמאַן, אין "פֿאָרווערטס" (דעם 27סטן מאַרץ 2007). דאָס בוך, וואָס איז אַרויס אין 1985, האָט געהייסן "די שטאָט פֿון מײַן יונגט". דאָס איז געווען אַן אָפּקלײַבן פֿון ראַבינס ווערק, געווידמעט דער שטאָט ווילנע.
איך דערמאָן דאָס דאָזיקע בוך ווי אַ דוגמא פֿון דער ריזיקער צאָל ייִדישע ליטעראַרישע ווערק, געווידמעט ווילנע. אין 1995 האָט מיר דער ווילנע-געבוירענער שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש דערציילט (מײַן אינטערוויו מיט אים איז אַרויס אין נומ' 7 פֿונעם אָקספֿאָרדער זשורנאַל "די פּען"): "עס דריקט אויף מיר מײַן אָפּשטאַם. און דער רעדאַקטאָר פֿון דער 'גאָלדענער קייט’ אַבֿרהם סוצקעווער איז אַ ווילנער, אַ חבֿר פֿון מײַנע קינדער-יאָרן. ער זאָגט און טענהט, און אפֿשר מיט רעכט: דו האָסט אָנגעשריבן פֿיר ביכער וועגן לעבן אין ישׂראל, און וועגן דעם ניט נאָר דו אַליין שרײַבסט. נאָך אַנדערע שרײַבן און וועלן שרײַבן, בעסער אָדער ערגער. אָבער וועגן ווילנע וועט קיינער, אויסער דיר, אַזוי ניט שרײַבן. דו ביסט געבליבן שוין ממש דער איינציקער, נאָך חיים גראַדע אין דער גאַנצער וועלט, וואָס געדענקט נאָך יעדן שטיין, יעדן ווינקל, די ווירקלעכקייט, דאָס לעבן. איז דאַרפֿסטו שרײַבן, וויפֿל דו האָסט נאָך כּוח אין דײַן פֿעדער, וועגן ווילנע... קורץ גערעדט, גרייט איך צו אַ פֿערטן באַנד ווילנער דערציילונגען."
קאַרפּינאָוויטשעס דערציילונגען קען מען לייענען ניט נאָר אויף ייִדיש. יאָהאַנעס בראָזי, וואָס וווינט בשכנות מיט מיר אין אָקספֿאָרד, האָט אַ צאָל פֿון זיי איבערגעזעצט אויף דײַטש, זיי זײַנען אַרויס אין יאָר 1995 אונטערן טיטל Erzählungen aus dem jüdischen Wilna. און אויף פּויליש קען מען זיי לייענען — דאָס בוך Opowiadania wileńskie איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין 2005, אַ יאָר נאָך קאַרפּינאָוויטשעס טויט. אָבער ס׳איז אַ פּוסטע טירחה צו זוכן עס אין וואַלענטינאַ בריִאָס בוך. זי האָט זיך מיט אַזעלכע "קלייניקייטן" ניט באַשעפֿטיקט.
אַלץ, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן אין איר בוך וועגן ווילנע אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט, איז פֿאַקטיש אַרײַנגעפּרעסט אין איין פּאַראַגראַף: "נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה קלינגט די טעמע פֿון ייִדישן ווילנע ווי אַ ווייגעשריי נאָך דעם פֿאַרטיליקטן ירושלים-דליטא: דאָס זײַנען די ווערק און זכרונות פֿון די ייִדישע שרײַבער אַבא קאָוונער, אַבֿרהם סוצקעווער, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, חיים גראַדע, מאַשע ראָלניקײַטע, יצחק מעראַס, גריגאָרי קאַנאָוויטש און אַ סך אַנדערע."
איך וואָלט דער מחברטע מוחל געווען אַזאַ בקיצורדיקע "געשיכטע" פֿון אַ גאַנצער תּקופֿה אין ייִדישער ליטעראַטור וועגן ווילנע, ווען זי וואָלט געגעבן — אָדער לכל-הפּחות געפּרוּווט געבן — אַן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס ווילנע האָט אַזוי געצויגן צו זיך ייִדישע פּען-מענטשן. אַנשטאָט דעם, לייענט מען עפּעס, וואָס איז שוואַך אַפֿילו פֿאַר אַ סטודענטישער אַרבעט. ס'איז קלאָר, אַז וואַלענטינאַ בריִאָ פֿילט זיך בעסער אין דער ליטווישער און אין סלאַווישע קולטורן, אין וועלכע זי איז אַן אָנערקענטע מומחה. טאָ צוליב וואָס האָט מען געדאַרפֿט בכלל שרײַבן וועגן די ייִדישע אַספּעקטן פֿון דער טעמע? צי אפֿשר איז די ייִדישע ליטעראַטור אַזוי צווייטראַנגיק, אַז וועגן איר קען מען שרײַבן נאָר אויבערפֿלעכלעך?