הויפּט-ביוראָ פֿון "אַמאַלגאַמעיטעד-באַנק", יוניאָן-סקווער, ניו־יאָרק |
Forward Association |
פֿון סאַמע אָנהייב אָן איז דער "פֿאָרווערטס" ניט געווען קיין "נאָרמאַלע צײַטונג" — דאָס הייסט אַ צײַטונג, וואָס ציט צו דעם לייענער נאָר דורך דעם אינהאַלט און אויסזען פֿון די פּובליקאַציעס. צו זײַן אַ לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" האָט אָפֿט מאָל געמיינט אויך אַ מיטגלידערשאַפֿט. די סאָציאַלע באַזע פֿאַר דער צײַטונג האָבן געשאַפֿן די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, יוניאָנס. יוניאָן-פּאָליטיק איז געווען אין צענטער פֿון די פֿראַגן, וועלכע עס האָבן באַהאַנדלט די זשורנאַליסטן. באַזונדערס וויכטיק זײַנען געווען די באַציִונגען מיט דער "אינטערנעשאָנעל לעידיס גאַרמענט וואָירקערס יוניאָן" (עס האָט פֿאַראייניקט אַרבעטער אין אונטערנעמונגען פֿאַר פֿרויען-מלבושים) און די "אַמאַלגאַמעיטעד קלאָטהינג וואָירקערס יוניאָן" (אַ פֿאַראייניקונג פֿון אַרבעטער אין דער באַקלייד-אינדוסטריע). ייִדישע אַרבעטער האָבן דאָמינירט אין ביידע יוניאָנס; איך האָב געגעבן זייערע נעמען אַזוי, ווי מע האָט זיי געשריבן אין "פֿאָרווערטס".
בעת די באַציִונגען צווישן דער "אינטערנעשאָנאַל" און דעם "פֿאָרווערטס" זײַנען תּמיד געווען זייער גוטע, איז דער מצבֿ געווען אַנדערש מיט דער "אַמאַלגאַמעיטעד", בפֿרט מיט סידני הילמאַן (1887—1946), דעם גרינדער און פֿירער פֿון דער יוניאָן. הגם הילמאַן איז געווען אַ ליטווישער ייִד און האָט אין די יונגע יאָרן זיך באַטייליקט אין רוסלאַנד אין דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג, האָט ער געוואָלט זײַן העכער פֿון "ייִדישער פּאָליטיק". פּערזענלעך איז ער אויך ניט שטאַרק אויסגעקומען מיט אַב. קאַהאַנען. הילמאַנס צילן האָבן געהאַט אַן אַלגעמיין-אַמעריקאַנער כאַראַקטער. ניט צופֿעליק גיט מען אים אָפּ די בכורה פֿאַר שאַפֿן דעם מאָדערנעם מאָדעל פֿון אַמעריקאַנער יוניאָניזם.
דאָס איז געווען אַ מאָדעל פֿון פּשרה-מאַכן צווישן דעם באַלעבאָס און דעם אַרבעטער. הילמאַנס פֿילאָסאָפֿיע פֿון "קאָנסטרוקטיווער קאָאָפּעראַציע" איז געווען אַזאַ: מע דאַרף אַרבעטן גוט און אַ סך, כּדי געבן דעם באַלעבאָס אַ מעגלעכקייט צו באַקומען אַ גרויסן רווח, אָבער אין לעצטן סך-הכּל זאָל עס אויך זײַן גוט פֿאַרן אַרבעטער, ווײַל פֿונעם זעלבן רווח וועט וואַקסן זײַן וווילזײַן. אין "פֿאָרווערטס" האָט מען אַזאַ צוגאַנג קריטיקירט, ווײַל דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען גאַנץ ווײַט פֿון די מאַרקסיסטישע סטראַטעגיעס פֿון קלאַסן-קאַמף. דעם "פֿאָרווערטס" האָט אויך דענערווירט הילמאַנס פּשרה-מאַכערײַ מיט די קאָמוניסטן, סײַ די היגע, סײַ די סאָוועטישע.
סידני הילמאַן |
Forward Association |
אָבער אין גאַנצן זיך אָפּקערן פֿון דער "אַמאַלגאַמעיטעד" האָט דער "פֿאָרווערטס" פּשוט ניט געקאָנט, און סידני הילמאַן האָט אויך געוווּסט, אַז ער טאָר זיך ניט אין גאַנצן צעקריגן מיט דער גרעסטער ייִדישער צײַטונג. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס הילמאַנס איניציאַטיוון זײַנען אָפֿט מאָל געווען צום האַרצן די רעדאַקטאָרן. איינע פֿון די דאָזיקע איניציאַטיוון איז באַשטאַנען אין שאַפֿן אַן אַרבעטער-באַנק; דאָס הייסט אַ באַנק, וואָס האָט ניט קיין פּריוואַטע באַלעבאַטים — עס ווערט געשאַפֿן דורך אַ יוניאָן אָדער עטלעכע יוניאָנס. און דער ציל פֿון אַזאַ באַנק איז געווען צו דינען דעם אַרבעטער-עולם. אַזעלכע בענק האָבן גענומען זיך באַווײַזן אין אַמעריקע זינט דעם יאָר 1920, און צום סוף 1924 זײַנען שוין געווען 28 אַזעלכע בענק, וועלכע האָבן אָפּערירט מיט אַ קאַפּיטאַל פֿון אַרום 200 מיליאָן דאָלאַר. צווישן זיי זײַנען געווען אויך צוויי בענק, געעפֿנט דורך דער "אַמאַלגאַמעיטעד".
דעם 1טן יוני 1922, האָט אָנגעהויבן אַרבעטן די "אַמאַלגאַמעיטעד-באַנק" אין שיקאַגע, און דעם 14טן אַפּריל 1923 — אין ניו-יאָרק. ס׳רובֿ אַרבעטער-בענק האָבן ניט איבערגעלעבט די דעפּרעסיע-צײַטן, די איבעריקע זײַנען אונטערגעגאַנגען אין די שפּעטערדיקע יאָרן, אָבער די "אַמאַלגאַמעיטעד" לעבט ביזן הײַנטיקן טאָג — די איינציקע יוניאָן-באַנק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. און ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרבונדן מיט דער באַנק. אַ לענגערע צײַט איז די פֿאַרבינדונג געווען באַזונדערס אַ פֿעסטע דורך דעם אָנגעזעענעם טוער אין אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן, אַדאָלף העלד (1885—1969). אין 1907—1920 איז העלד געווען דער נײַעס-רעדאַקטאָר און דער פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס". די קומענדיקע פֿינף יאָר האָט ער פֿאַרבראַכט אין אויסלאַנד, ווי דער דירעקטאָר פֿון "האַיאַס" אין אייראָפּע. אין 1925—1945 האָט העלד פֿאַרנומען די שטעלע פֿונעם פּרעזידענט פֿון דער "אַמאַלגאַמעיטעד-באַנק", און גלײַכצײַטיק איז ער לאַנגע יאָרן געווען דער פּרעזידענט פֿון דער "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע.
פֿון רעכטס: יעקבֿ פּאָטאָפֿסקי, אַדאָלף העלד, אומבאַקאַנט |
Forward Association |
דאָס איז, בכלל, אַן אינטערעסאַנט זײַטל אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקאַנער סאָציאַליזם, דהײַנו: די באַמיִונגען צו שאַפֿן כּמו-סאָציאַליסטישע אינסטיטוציעס אין דער דורכויס-קאַפּיטאַליסטישער געזעלשאַפֿט. צווישן זיי זײַנען געווען אויך די קאָאָפּעראַטיווע דירות פֿאַר אַרבעטער, געשטיצט דורך דער "אַמאַלגאַמעיטעד-באַנק" און דעם "פֿאָרווערטס". אין דעם פּראָיעקט ליגט אויך אַ היפּש ביסל ענערגיע פֿון סידני הילמאַן. דאָס איז דאָך געווען אַ טייל פֿון זײַן פֿילאָסאָפֿיע — ניט צו קעמפֿן פֿאַר איבערקערן די וועלט, נאָר אויספּועלן וואָס מער פֿון דער עקזיסטירנדיקער געזעלשאַפֿט.
זינט 1925 האָט דער הויפּט-ביוראָ פֿון "אַמאַלגאַמעיטעד-באַנק" זיך געפֿונען אין יוניאָן-סקווער, אין דעם אַמאָליקן בנין פֿון "טיפֿאַני". אָבער מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך פּלוצעם באַמערקט, אַז אויף יענעם אָרט גייט אָן עפּעס אַ בויונג. האָב איך אַ נישטער געטאָן אין אינטערנעץ — עס לאָזט זיך אויס, אַז די "אַמאַלגאַמעיטעד-באַנק" האָט נאָך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק פֿאַרקויפֿט איר בנין און דאָרטן וועט אָט-אָט אויסוואַקסן אַ הויז מיט משונה-טײַערע דירות. וואָס שייך דער "אַמאַלגאַמעיטעד-באַנק", איז זי אַריבער אין ברוקלין. מע הערט ניט קיין קלאַנגען, זי זאָל האָבן ערנסטע שוועריקייטן מיט איבערווינטערן דעם איצטיקן קריזיס.