- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט צען יאָר צוריק האָט מען אין שוועדן באַשלאָסן צו געבן ייִדיש דעם סטאַטוס פֿון אַ מינאָריטעט-שפּראַך, געשטיצט דורך דער מלוכה. מע האָט מיר עטלעכע מאָל דערציילט, ווי אַזוי דאָס אַלץ האָט זיך באַקומען. דאָך, פֿיל איך זיך ניט זיכער, פּינקטלעכער, ניט גענוג קוואַליפֿיצירט צו שרײַבן וועגן דעם. מע דאַרף אָבער ניט זײַן איבערגעשפּיצט, כּדי אין דעם באַשלוס ניט אײַנזען אַ צוגאָב פֿון פּאָליטיק, פֿון "שולד-געפֿיל", אין שײַכות מיט דער ראָלע, וואָס שוועדן — אָפֿיציעל, אַ נייטראַל לאַנד — האָט געשפּילט בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. אין דער אמתן, ווילנדיק אויסמײַדן אַ מלחמה מיט דײַטשלאַנד, האָט די שוועדישע רעגירונג ניט איין מאָל קאָמפּראָמיטירט דעם סטאַטוס פֿון אַ נייטראַל לאַנד. מיר ווייסן שוין, אַז ייִדישיזם האָט קיין מאָל ניט געשאַפֿן קיין באַוועגונג. איך רעד וועגן "ייִדישיזם" ניט פֿון דעם איצטיקן שניט (דאָס הייסט, פֿון זאָגן "קוקווינקל" אַנשטאָט "שטאַנדפּונקט"), נאָר וועגן דער אידעאָלאָגיע פֿון אַ הונדערט יאָר צוריק, ווען צענדליקער טויזנטער יחידים האָבן געגלייבט, אַז אַרום ייִדיש און ייִדישער קולטור האָט מען געקענט אויסבויען אַ מאָדערנע ייִדישע נאַציע, צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט. דאָס מיינט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז מע האָט לחלוטין ניט געפּרוּווט צו שאַפֿן אַזעלכע אָרגאַניזאַציאָנעלע קאָנסטרוקציעס. איך האָב געהערט, אַז עמעצער, דאַכט זיך אין דײַטשלאַנד, שרײַבט שוין יאָרנלאַנג אַ דאָקטאָר-אַרבעט אויף דער טעמע פֿון טראַקטאָריסטן און טראַקטאָריסטקעס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. געהערט האָב איך עס מיט אַ יאָר זעקס, צי זיבן, צוריק. אָבער קיין פֿאַרטיקער פּראָדוקט איז, אויף וויפֿל איך ווייס, פֿון אָט דער אידעע דערווײַל ניט אַרויס. אַ שאָד. די טעמע איז אַן אינטערעסאַנטע און אַ רײַכע. דער עיקר, אַ סאָוועטישע, פֿאַרשטייט זיך. (הײַנטיקע קלעזמאָרים האָבן ליב אַזעלכע "עקזאָטישע" זאַכן — ניט צופֿעליק האָט זיך פֿאַראַיאָרן באַוויזן אַ קאָמפּאַקטל מיטן נאָמען "טראַקטאָריסט".) מיט 75 יאָר צוריק, סוף יוני 1934, איז די הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע אַריבערגעפֿאָרן פֿון כאַרקאָוו (אָדער כאַרקיוו, לויטן אוקראַיִנישן נוסח) קיין קיִעוו. פֿריִער, נאָך דער רעוואָלוציע, איז "ניט אָנגעשטאַנען" צו האָבן קיִעוו פֿאַרן צענטער פֿון סאָוועט-אוקראַיִנע, ווײַל די שטאָט האָט אויף זיך געטראָגן די שרעקלעכע זינד פֿון נאַציאָנאַליזם. מיט קיִעוו איז דאָך געווען פֿאַרבונדן די געשיכטע — אמת, אַ קורצע — פֿון דער אוקראַיִנישער אומאָפּהענגיקייט. אין כאַרקאָוו האָט מען געשאַפֿן די סאָוועטישע רעגירונג נאָך איידער מע האָט סאָוועטיזירט קיִעוו, און אַזוי איז עס שוין פֿאַרבליבן. איך שרײַב די דאָזיקע שורות דעם 22סטן יוני. פֿאַר ס׳רובֿ לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" איז עס, משמעות, נאָר דער לענגסטער טאָג אין יאָר. פֿאַר מיר איז עס תּמיד דער טאָג, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די סאָוועטיש-דײַטשישע מלחמה. איך געדענק עס, כאָטש דעם 22סטן יוני 1941 בין איך נאָך (ווי אַן עלטערער קרובֿ מײַנער פֿלעגט זאָגן) ניט געווען אַפֿילו פֿאַרפּראָיעקטירט. אָבער יענע מלחמה האָט איבערגעלאָזט אַזאַ טיפֿן, בלוטיקן שפּור אין מײַן משפּחה, אין דעם גאַנצן אַרום, אין וועלכן איך בין געבוירן געוואָרן, צווישן די ייִדישע פּראָזע-שרײַבער, וועלכע האָבן זיך באַוויזן אין דער ליטעראַטור אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, איז יוסף אָפּאַטאָשו (1886—1954) געווען איינער פֿון די סאַמע באַקאַנטע און פּאָפּולערע. דעם גרעסטן דערפֿאָלג האָט געהאַט זײַן ראָמאַן “אין פּוילישע וועלדער" (1921), וואָס האָט געהאַט אַ צענדליק אויפֿלאַגעס אויף ייִדיש און איז אַרויס אויך אויף אַנדערע שפּראַכן, אַזעלכע ווי העברעיִש, ענגליש, דײַטש, פּויליש, רוסיש און אוקראַיִניש. אין דעם ראָמאַן האָט דער מחבר געוויזן די ליכטיקע זײַטן און די שאָטנס פֿון חסידישן לעבן אין פּוילן אין 19טן יאָרהונדערט, בפֿרט בעת דעם פּוילישן אויפֿשטאַנד קעגן דער רוסישער מאַכט אין יאָר 1863. די געשיכטע פֿון מאָדערנער ייִדישע קולטור האָט צוויי פּאַראַלעלע מסורות: איינע פֿון זיי שטעלט מיט זיך פֿאָר “סתּם געשיכטע", בעת די צווייטע — די ייִדישיסטיש-אַפּאָלאָגעטישע — איז אידעאָלאָגיש אָנגעזעטיקט און זינדיקט אַפֿילו צומאָל קעגן דעם אמת. די ערשטע שטעלט פֿאַר זיך אַ ריין אַקאַדעמישן ציל, די צווייטע — האָט די נטיה צו בויען מיטאָלאָגיעס. צווישן די מיטאָלאָגעמעס שפּילט אַ צענטראַלע ראָלע, למשל, די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. יאָר-אײַן יאָר-אויס חזרט זיך איבער די זעלבע מעשׂה. דעם 20סטן מערץ איז געשטאָרבן מײַן קאָלעגע און פֿרײַנד, דער באַקאַנטער איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף ענגליש און ליטעראַטור-קענער יוסף שערמאַן. נאָך מיט עטלעכע חדשים צוריק, אָנהייב דעצעמבער, האָבן מיר ביידע זיך באַטייליקט אין אַ קאָנפֿערענץ אין דער דײַטשישער אוניווערסיטעטישער שטאָט הײַדעלבערג. יוסף האָט זיך דעמאָלט ניט באַקלאָגט אויפֿן געזונט. אמת, די שטימונג איז בײַ אים געווען ניט פֿון די בעסטע, ווײַל דאָס איז געווען זײַן לעצט אַקאַדעמיש יאָר אין אָקספֿאָרד. אין מײַ חודש האָט ער געדאַרפֿט ווערן 65 יאָר אַלט, וואָס איז אין ענגלאַנד דער עלטער, ווען מע מוז, בדרך-כּלל, פּענסיאָנירט ווערן. משה אָלגין (1878—1939) האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס", וווּ זײַנע אַרטיקלען האָבן זיך געדרוקט פֿון 1907 ביז דער שפּאַלטונג אין האַרבסט 1921, ווען אַ גאַנצע גרופּע זשורנאַליסטן האָבן פֿאַרלאָזט די צײַטונג. אָלגין איז געוואָרן אַ צענטראַלע פֿיגור צווישן די אַמעריקאַנער ייִדישע קאָמוניסטן. אָבער אין 1920—1921, בעת זײַן נסיעה קיין רוסלאַנד, איז ער נאָך קיין קאָמוניסט ניט געווען. די דאָזיקע רײַזע האָט פּרטימדיק אַנאַליזירט דער ניו-יאָרקער היסטאָריקער דניאל סאָיער אין זײַן אַרטיקל Soviet Travel and the Making of an American Jewish Communist: Moissaye Olgin’s Trip to Russia in 1920—1921, וואָס איז אַרויס אין זשורנאַל American Communist History אין יאָר 2005 (באַנד 4, נומער 1). בײַ מיר האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז דווקא אין אוקראַיִנע האָט ייִדיש איבערגעלעבט אַ באַזונדערס טראַגישן אונטערגאַנג. אין רוסלאַנד זײַנען פֿונדעסטוועגן דאָ ערנסטע פֿאָרשער און לערער פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור. אַפֿילו אין ווײַסרוסלאַנד זעט עס אויס — לכל-הפּחות פֿון דער ווײַטנס — בעסער איידער אין אוקראַיִנע. איך רעד שוין ניט וועגן פּוילן, וווּ עס זײַנען טעטיק אַ צאָל ערנסט-אויסגעשולטע אינטעלעקטואַלן פֿונעם ייִנגערן דור. ווי עס קומט פֿאָר מיט אַלע גרויסע שרײַבער, ווערט שלום־עליכם פֿון דאָס נײַ איבערגעלייענט און אָפּגעשאַצט דורך יעדן נײַעם דור לייענער און פֿאָרשער. מען זוכט כּסדר נאָך נײַע מאַטעריאַלן און קוקווינקלען, מען אַנטפּלעקט נײַע פֿאַרבאָרגענע טײַטשן, און מען געפֿינט נײַע פּאַראַלעלן מיט אַנדערע שרײַבער און קולטורן. נאָר אויף אַזאַ אופֿן קאָן אַ שרײַבער בלײַבן לעבעדיק און ניט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ שיינעם מאָנומענט. אין 1948 איז אין רוים אַרויס אַ בוך אונטערן טיטל "דער ייִדישער אָנטייל אין דער פּאַרטיזאַנער-באַוועגונג פֿון סאָוועט-רוסלאַנד". מיר איז באַקאַנט, אַז ס׳איז דאָ אויך אַן ענגלישער נוסח, Jewish Partisans of Eastern) Europe 1985), אָבער כ׳ווייס ניט אויף וויפֿל ער פֿאַלט צונויף מיטן ייִדישן. צו דעם מחבר, משה קאַגאַנאָוויטש, וואָס איז אַליין געווען אַ פּאַרטיזאַנער, האָט מען געהאַט טענות, למאַי ער האָט צו וואַרעם געשריבן וועגן דעם סאָוועטישן רעזשים. לויט קאַגאַנאָוויטשן, באַקומט זיך טאַקע, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט געטאָן זייער אַ סך, כּדי די פּאַרטיזאַנער זאָלן ראַטעווען וואָס מער ייִדן. |