יוסף שערמאַן |
דעם 20סטן מערץ איז געשטאָרבן מײַן קאָלעגע און פֿרײַנד, דער באַקאַנטער איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף ענגליש און ליטעראַטור-קענער יוסף שערמאַן. נאָך מיט עטלעכע חדשים צוריק, אָנהייב דעצעמבער, האָבן מיר ביידע זיך באַטייליקט אין אַ קאָנפֿערענץ אין דער דײַטשישער אוניווערסיטעטישער שטאָט הײַדעלבערג. יוסף האָט זיך דעמאָלט ניט באַקלאָגט אויפֿן געזונט. אמת, די שטימונג איז בײַ אים געווען ניט פֿון די בעסטע, ווײַל דאָס איז געווען זײַן לעצט אַקאַדעמיש יאָר אין אָקספֿאָרד. אין מײַ חודש האָט ער געדאַרפֿט ווערן 65 יאָר אַלט, וואָס איז אין ענגלאַנד דער עלטער, ווען מע מוז, בדרך-כּלל, פּענסיאָנירט ווערן. יוסף האָט געהאָפֿט, אַז מע וועט אים דערלויבן צו אַרבעטן נאָך צוויי יאָר, אָבער סוף נאָוועמבער האָט ער זיך דערוווּסט, אַז מע האָט אים אָפּגעזאָגט.
דאָך האָבן מיר גערעדט וועגן כּלערליי פּראָיעקטן. ער האָט אין יענער צײַט אויסגעלייענט זײַן איבערזעצונג פֿון דוד בערגעלסאָנס ערשטן ראָמאַן, "נאָך אַלעמען", וואָס האָט געזאָלט אַרויסגיין הײַיאָר. אויך הײַיאָר איז פֿאַרפּלאַנירט געווען אַרויסצוגעבן אַ באַנד איבערזעצונגען פֿון סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער, אומגעבראַכטע אין די סטאַליניסטישע צײַטן. ער האָט צונויפֿגעשטעלט דעם באַנד און געמאַכט פֿאַר אים ס׳רובֿ איבערזעצונגען. ביידע ביכער זײַנען שוין אַנאָנסירט, למשל, אין דעם אינטערנעץ ביכער-געשעפֿט "אַמאַזאָן".
מיר האָבן געהאַט אויך בשותּפֿותדיקע פּלענער. קודם-כּל, בײַ אונדז איז שוין געווען אַ קאָנטראַקט מיט אַ פֿאַרלעגער אויף אַרויסצוגעבן אַן אַקאַדעמיש בוך וועגן פּרץ מאַרקישן. מיר, און ניט נאָר מיר, זײַנען פֿאַרבליבן צופֿרידן מיט אונדזער באַנד וועגן דוד בערגעלסאָן (2007) און געטראַכט וועגן בויען דעם מאַרקיש-באַנד אויף אָט דעם מוסטער. אין הײַדעלבערג האָבן מיר אויך אויסגעקליבן אַ טעמע פֿאַר אַ קומענדיקער קאָנפֿערענץ, אין אויגוסט הײַיאָר. דאָס וואָלט געווען די לעצטע ייִדיש-קאָנפֿערענץ, אָרגאַניזירט אין אָקספֿאָרד דורך יוספֿן.
אָט אַזוי איז תּמיד געווען אין משך פֿון די יאָרן, וואָס מיר זײַנען געווען נאָענט באַקאַנט. יוסף האָט זיך אַרומגעטאָרגן מיט פּלענער, און מערסטנטייל פֿלעגט ער זיי רעאַליזירן. אָבער דאָס האָט, ווי איך זע איצט, אַרויפֿגעלייגט דעם שטעמפּל אויף אונדזערע שמועסן, וואָס האָבן זיך קאָנצענטרירט, דער עיקר, אויף פּראָפֿעסיאָנעלע ענינים; אין אָן שיִער בליצבריוו, בפֿרט מיט פֿראַגעס מכּוח אומבאַקאַנטע ווערטער און אויסדרוקן, אויף וועלכע יוסף פֿלעגט זיך אָנשטויסן בײַם איבערזעצן פֿון ייִדיש אויף ענגליש. איך פֿלעג זיך באַווײַזן אין אָקספֿאָרד נאָר פֿון צײַט צו צײַט, און אַ פּאָר מאָל איז ער געווען אין ניו-יאָרק. מיר האָבן זיך געטראָפֿן אויך אין אַנדערע עקן וועלט, אויף קאָנפֿערענצן.
איצט פֿאַרשטיי איך, אַז איך ווייס ניט, פֿאַר וואָס דווקא אים, אַ מענטשן וועלכן ס׳איז ניט באַשערט געווען אַפֿילו צו באַזוכן רוסלאַנד, אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד (ער האָט געחלומט וועגן אַזאַ נסיעה), האָט אַזוי געצויגן צו דער סאָוועטיש-ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. מע קען ניט זאָגן, אַז דאָס איז געווען אַ סימן פֿון אויסשעפּן אַנדערע טעמעס. אַפֿילו אויב ער האָט שוין ניט געזען פֿאַר זיך קיין "ראָזשענקעס" אין דער דרום-אַפֿריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור, האָט ער דאָך געקענט זיך באַשעפֿטיקן מיט ייִדישע שרײַבער פֿון אַמעריקע. בפֿרט נאָך, אַז ער האָט שוין געהאַט ניט ווייניק געפֿאָרשט באַשעוויסן און איבערגעזעצט אייניקע ווערק זײַנע.
בסך-הכּל האָבן מיר אָפּגעדברט צענדליקער און צענדליקער שעה. ס׳איז אַלע מאָל געווען אַ פֿאַרגעניגן צו שמועסן מיט יוספֿן, ניט געקוקט אויף דעם וואָס ער איז געווען טויב. אָן אַ הער-אַפּאַראַט האָט ער, גלייב איך, גאָרנישט ניט געהערט. ער פֿלעגט זיך חכמענען, אַז אים איז געווען גרינג זיך פֿאַרטיידיקן פֿון די קלאַנגען, וועלכע ער האָט ניט געוואָלט הערן: פּשוט אויסשליסן דעם אַפּאַראַט. פֿאַר אַ מענטשן, וואָס האָט גערעדט מיט אים, איז עס געווען אַן אָנשטרענג. איך האָב עס ניט שטאַרק געפֿילט — ער האָט געקענט "לייענען" מײַנע ליפּן.
אָבער דער סוף פֿון אָט די אַלע שמועסן איז פֿאַרבליבן אַזאַ: איך ווייס זייער ווייניק וועגן יוספֿס לעבן. מיר האָבן גערעדט, דער עיקר, וועגן אונדזער הײַנט און מאָרגן, אָבער זייער ווייניק וועגן אונדזער נעכטן. כ׳ווייס, אַז יוסף איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1944 אין דרום-אַפֿריקע אין אַ ייִדיש-רעדנדיקער משפּחה, וואָס האָט געשטאַמט פֿון ליטע. ער האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער שול אין יאָהאַנעסבורג. קיין ייִדיש האָט מען דאָרטן, דאַכט זיך, ניט געלערנט. אין דער אָדער אין אַן אַנדער שול האָט יוסף שפּעטער געאַרבעט ווי אַ לערער. דערנאָך איז ער געווען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ענגלישער ליטעראַטור אין דעם היגן וויטוואָטערסראַנד-אוניווערסיטעט.
מיט זיבן יאָר צוריק האָט יוסף זיך באַזעצט אין אָקספֿאָרד, ווען ער האָט באַקומען די ייִדיש-שטעלע בײַם אָקספֿאָרדער צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים. ניט איין מאָל האָב איך געהערט פֿון אים, ווי צופֿרידן ער איז געווען צו פֿאַרלאָזן דרום-אַפֿריקע, וווּ ער האָט זיך געפֿילט אין אַ שלעכטן אומער. אין אָקספֿאָרד, אָבער, איז ער געווען גאַנץ עלנט, ווײַל קיין פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישע סבֿיבֿה איז דאָרטן פֿאַקטיש כּמעט ניטאָ. דערצו האַלטן זיך די דרום-אַפֿריקאַנער אין ענגלאַנד אויך באַזונדער — זיי זײַנען אַנדערע, אַזוי לכל-הפּחות טענהן זיי. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס יוסף האָט, לויט זײַנע מאַנירן און פּרינציפּן, גלײַך ווי געהערט צו אַן אַנדער צײַט, וועגן וועלכער מיר לייענען אין דער קלאַסישער ענגלישער ליטעראַטור.
יוספֿס ווײַב, קאַרען, און ער האָבן שוין אָנגעהויבן דעם פּראָצעס פֿון אַריבערצופֿירן זייער היים קיין קאַנאַדע, צו דער משפּחה. אָבער זײַן גורל איז געווען, אַז אָקספֿאָרד איז געוואָרן די לעצטע סטאַנציע אין זײַן לעבן. אַ טאָג נאָך דעם, ווען עס האָט זיך פֿאַרענדיקט די הײַדעלבערגער קאָנפֿערענץ און אַלע זײַנען זיך צעפֿאָרן (יוסף איז פֿאַרבליבן — ער האָט פּלאַנירט צו באַזוכן אַ דרום-אַפֿריקאַנער פֿרײַנד אין פֿראַנקפֿורט), האָט ער זיך פּלוצעם דערפֿילט שלעכט און מען האָט אים גענומען אין שפּיטאָל. אין יאַנואַר האָט מען אים אַריבערגעפֿירט קיין אָקספֿאָרד, אויך גלײַך אין שפּיטאָל. דאָרטן האָב איך אים געזען צום לעצטן מאָל.
איך האָב פֿאַרלוירן אַ גוטן, קלוגן, האַרציקן און אַ ביסל עקסצענטרישן חבֿר. אַזאַ געפֿיל האָבן, בלי-ספֿק, אַ סך מענטשן. מע האָט אים האָלט געהאַט.