ווי עס קומט פֿאָר מיט אַלע גרויסע שרײַבער, ווערט שלום־עליכם פֿון דאָס נײַ איבערגעלייענט און אָפּגעשאַצט דורך יעדן נײַעם דור לייענער און פֿאָרשער. מען זוכט כּסדר נאָך נײַע מאַטעריאַלן און קוקווינקלען, מען אַנטפּלעקט נײַע פֿאַרבאָרגענע טײַטשן, און מען געפֿינט נײַע פּאַראַלעלן מיט אַנדערע שרײַבער און קולטורן. נאָר אויף אַזאַ אופֿן קאָן אַ שרײַבער בלײַבן לעבעדיק און ניט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ שיינעם מאָנומענט.
הײַנט צו טאָג ווערט שלום־עליכם געפֿאָרשט אין ביז גאָר פֿאַרשידענע קולטורעלע קאָנטעקסטן. דרײַ כראָנאָלאָגישע מאָמענטן אינעם שרײַבערס לעבן זײַנען באַזונדערס אינטערעסאַנט פֿאַר די הײַנטיקע פֿאָרשער. אַלעקסאַנדראַ האָפֿמאַן (אוניווערסיטעט פֿון מישיגען) פֿאָרשט די געשיכטע פֿון דער "ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק", שלום־עליכמס ערשטע גרויסע ליטעראַרישע אונטערנעמונג, וואָס איר צוועק איז געווען צו באַנײַען די ייִדישע ליטעראַטור אין אַ פֿאָלקסטימלעכן נוסח. מיט דער פּובליקאַציע פֿון די דאָזיקע צוויי בענד איז דער יונגער שלום־עליכם אַרויס אויף דער ייִדישער ליטעראַרישער בינע ווי אַ ראַדיקאַלער רעפֿאָרמיסט און אַ קעמפֿער קעגן "שונד".
די "ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק" איז געווען אַ גרויסער ליטעראַרישער דערפֿאָלג, אַפֿילו ניט געקוקט אויף דעם, וואָס שלום־עליכם אַליין איז אין גיכן געוואָרן אַ באַנקראָט און איז מער ניט געווען ביכלות ממשיך צו זײַן די דאָזיקע אונטערנעמונג. אָבער די גאַנצע וועלט האָט אָנגענומען זײַן קוק אויף דער ייִדישער ליטעראַטור, מיטן "זיידע" מענדעלע בראָש, און שלום־עליכם, ווי דאָס "אייניקל". כּמעט אין גאַנצן בלײַבן פֿאַרגעסן די אַנדערע פּעריאָדישע אויסגאַבעס פֿון יענער תּקופֿה, ווי למשל, ישׂראל לוויס "פֿאָלקסבלאַט" און מרדכי ספּעקטאָרס "הויזפֿרײַנד". מיט זײַנע אייגענע ווערק און מיט די ווערק פֿון אַנדערע מחברים האָט שלום־עליכם אויפֿגעבויט דעם בנין פֿון אַ "פֿאָלקס־ליטעראַטור" אויף ייִדיש, וואָס ער האָט נאָך דעמאָלט פֿאַרשטאַנען ניט ווי אַ כּלל־שפּראַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, נאָר ווי אַ רייד־שפּראַך פֿון פּוילישע און וואָלינער ייִדן.
אָלגאַ ליטוואַק, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אין קלאַרק־אוניווערסיטעט, גיט זיך אָפּ מיט דעם ווי די רוסישע רעוואָלוציע פֿון 1905 האָט געווירקט אויפֿן שלום־עליכמס לעבן און שאַפֿונג. זי טײַטשט אויס טובֿיהס מאָנאָלאָג "חווה" (1906) ווי אַ קערפּונקט אינעם מחברס קינסטלערישער וועלט־אַנשויונג. זי האַלט, אַז "דער פּאַטאָס פֿון טובֿיהס סימבאָלישן פֿאַלן פֿון זײַן ווערטלדיקן אָפּטימיזם אַראָפּ אין דעם מאָראַלישן תּוהו־ובֿוהו, קומט פֿון שלום־עליכמס אייגענער דערפֿאַרונג", וואָס ער האָט איבערגעלעבט אין קיִעוו בעת די פּאָגראָם־טעג אין אָקטאָבער 1905.
די צווייטע ווײַבערישע געשטאַלט, וואָס פֿאַרקערפּערט שלום־עליכמס נײַע פּעסימיסטישע וועלט־אַנשויונג, איז טאַמאַרע, די העלדין פֿונעם ראָמאַן "דער מבול" (1907) וועגן דער רעוואָלוציע פֿון 1905. ליטוואַק שאַצט טאַמאַרען אָפּ ווי אַ נײַע ייִדישע "אַנטי־העלדין", אַ מאָדערנע אינטעליגענטקע, וואָס וויל זיך ניט אומקערן צום ייִדישן פֿאָלק אין דער ביטערער צײַט פֿון לײַדן און צרות. אַזוי ווי זײַנע העלדין, האָט זיך שלום־עליכם אויך געפֿילט נאָכן יאָר 1905 אָפּגעפֿרעמדט פֿון דעם באַגריף — "פֿאָלק", וואָס ער אַליין האָט אים געשאַפֿן אין זײַנע פֿריִערדיקע ווערק.
יומי נאַקאַגאַוואַ, אַ יאַפּאַנישע אַספּיראַנטין, וואָס מאַכט איר דאָקטאָר־דיסערטאַציע וועגן שלום־עליכם אינעם רוסישן אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק אין מאָסקווע, גיט זיך אָפּ מיטן ראָמאַן "דער בלוטיקער שפּאַס", וואָס באַשרײַבט אין אַ בעלעטריסטישער פֿאָרעם דעם בייליס־פּראָצעס (1911 — 1913). נאַקאַגאַוואַ אַנאַליזירט דעם דאָזיקן ראָמאַן אין דעם רוסישן קולטורעלן און פּאָליטישן קאָנטעקסט פֿון יענע יאָרן. דער ראָמאַן איז לכתּחילה אַרויס אין המשכים אין דער וואַרשעווער צײַטונג "הײַנט" אין 1912 — 1913, און דערנאָך איז ער דערשינען אויף רוסיש ווי אַ בוך אין 1914.
ווי עס באַווײַזט נאַקאַגאַוואַ, איז דער ראָמאַן אָנגעשריבן געוואָרן ניט נאָר פֿאַרן ייִדישן, נאָר אויך פֿאַרן רוסישן עולם. פֿאַר שלום־עליכם איז געווען זייער וויכטיק, אַז זײַנע ווערק זאָלן אויסנעמען בײַ דער לינקער און ליבעראַלער רוסישער לייענערשאַפֿט, און ער האָט ספּעציעל צוגעפּאַסט די טעמאַטיק און דעם סטיל פֿון זײַנע שפּעטערע ווערק צו זייערע פּאָליטישע און עסטעטישע השׂגות. עס איז ניט צופֿעליק, אַז דער הויפּט־העלד פֿונעם "בלוטיקן שפּאַס", איז דווקא אַ רוסישער יונגערמאַן, וועלכער האָט באַשלאָסן ווי אַ שפּאַס, צו בײַטן זיך מיט די פּאַספּאָרטן מיט זײַן ייִדישן חבֿר, כּדי אויף דער אייגענער הויט צו שפּירן די אומיושרדיקייט פֿון דער אַנטי־ייִדישער דיסקרימינאַציע. אַזוי אַרום איז דער ייִדישער ראָמאַן געוואָרן אַ כּלי אין דער אַלגעמיינער קאָמפּאַניע, וואָס די רוסישע פּראָגרעסיווע געזעלשאַפֿטלעכקייט האָט געפֿירט קעגן דער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג.
דער פּרטימדיקער אַנאַליז פֿונעם רוסישן קאָנטעקסט ברענגט די יאַפּאַנישע פֿאָרשערין צו אַן אויספֿיר, אַז "דער ראָמאַן ‘דער בלוטיקער שפּאַס’, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן אויף די שפּורן פֿונעם אַקטועלן געזעלשאַפֿטלעכן קריזיס, געהערט צו דעם פּובליציסטישן זשאַנער. דערפֿאַר קאָן מען אים פֿאַרשטיין און אָפּשאַצן נאָר ווען מען נעמט אין באַטראַכט די קאָנקרעטע היסטאָרישע אומשטאַנדן פֿון דער רוסישער און רוסיש־ייִדישער פּובליציסטיק פֿון די אָנהייב 1910ער יאָרן, וואָס האָט משפּיע געווען אויף דער קאָנסטרוקציע, דעם ספּור־המעשׂה און דער פּאָעטיק פֿונעם קינסטלערישן ווערק."
אַזוי אַרום פֿאַרנעמען זיך די דרײַ פֿאָרשערינס, יעדע איינע פֿון אַן אייגענעם מעטאָדאָלאָגישן קוקווינקל, מיט שלום־עליכמס באַציִונגען מיט זײַן לייענערישן עולם און דער אַרומיקער געזעלשאַפֿטלעכער סבֿיבֿה. לכתּחילה האָט שלום־עליכם זיך געהאַלטן פֿאַר אַ ייִדישן "פֿאָלקסשרײַבער", וואָס זײַן שליחות איז געווען אויסצובילדן און צו דערציִען דעם ייִדישן פֿאָלקס־לייענער. אָבער מיט דער צײַט, און בפֿרט נאָך די בלוטיקע פּאָגראָמען פֿון 1905, האָט דער שרײַבער געענדערט זײַן פּאָזיציע. איצט האָט ער זיך באַטראַכט ווי אַ טייל פֿון דער וועלט־ליטעראַטור. ער האָט ווײַטער געדרוקט זײַנע ווערק אין דער ייִדישער פּעריאָדיק, נאָר זײַן באַצוועקטער לייענערישער עולם איז מער ניט געווען באַגרענעצט דורך דעם ייִדישן "עמך". שלום־עליכמס ליטעראַרישע אַמביציע איז געווען צו ווערן געלייענט ניט נאָר אין ייִדיש, נאָר אויך אין רוסיש, וואָס האָט אים געעפֿנט דעם וועג אין דער וועלט־ליטעראַטור.