- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿון די לעצטע ידיעות, אַרויסגעקומען פֿון צוויי פֿירנדיקע אויסשפּיר־אַגענצן — פֿון דער ישׂראלדיקער מיליטערישער אויסשפּיר־דינסט און דער נאַציאָנאַלער אויסשפּיר־דינסט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קומט אַרויס אַ מאָדנער אויספֿיר: ווי קאָן אַזוי זײַן, אַז די אויסשפּיר־אינפֿאָרמאַציעס פֿון ביידע אַליִיִרטע לענדער זאָלן זײַן אַזוי סתּירותדיק, אויב נישט זאָגן, היפּוכדיק? אַז מ׳האַלט אַז דאָס ייִדישע טעאַטער איז שוין אַ ברוך דיין אמת, איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד. נישט קיין נײַעס אויף דער ייִדישער און אויף דער אַנגלאָ־דזשויִשקער גאַס. און אַנשטאָט באַוויינען עס, מאַכט מען באַנקעטן, בענעפֿיטן, אַקאַדעמישע הספּדים. מען שרײַבט דאָקטאָראַטן און מ׳לייענט די דיסערטאַציעס פֿאַר אַ שיטערן עולם, וואָס קוואַפּעט זיך אויף אַ ייִדיש וואָרט, וואָס קוקט אויס אויף אַ טרייסט וואָרט און אויף אַ שטראַל פֿון האָפֿענונג. ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט חיים-נחמן ביאַליק פֿעסט געהאַלטן דעם שם פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַלן דיכטער. ער האָט שוין געהאַט אָנגעשריבן זײַנע בעסטע און סאַמע באַרימטע לידער, און געשאַפֿן אַ מוסטערהאַפֿטיקע ליטעראַרישע פּערזענלעכקייט פֿון אַ ייִדישן דיכטער. עס איז ניט קיין חידוש, וואָס דער יונגער דור ייִדישע און העברעיִשע דיכטער האָט רעבעלירט קעגן דעם אויטאָריטעט פֿון דעם אַלטן מײַסטער, ווײַל נאָר אויף אַזאַ אופֿן קאָן מען אַנטוויקלען אַ לעבעדיקע ליטעראַטור. אין 1841 האָט די צאַרישע רעגירונג אָנגעשטעלט דעם דײַטשישן ראַבינער מאַקס ליליענטאַל (1815—1882) אָנצופֿירן מיט אַ נײַעם פּראָיעקט צו עטאַבלירן אַ נעץ מלוכישע שולן פֿאַר ייִדן, מיטן ציל זיי צו מאָדערניזירן און אַסימילירן. אַ געבוירענער אין מינכן, האָט ליליענטאַל זינט 1839 שוין געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿון אַ ייִדישער שול אין ריגע, אַ שטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, וואָס איז אָבער געלעגן לעבן קורלאַנד, אונטער אַ שטאַרקער דײַטשישער קולטור־השפּעה. פּורים, וואָס איז איינער פֿון די צוויי פֿריילעכסטע ימים־טובֿים אין יאָר, איז אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל נישט אַלע מאָל געווען אַ פֿריילעכער טאָג. אַזוי אויך נישט דער הײַיאָריקער, כאָטש די קינדער און עמך, האָבן מקיים געווען די מיצווה פֿון מרבים בשׂימחה. אין הײַנטיקן טאָג פֿון פּורים איז אויך אויסגעפֿאַלן, לויטן "גוייִשן" קאַלענדאַר, דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿרויען־טאָג, וואָס האָט דאָס מאָל געבראַכט אַ "גוטע בשׂורה", מיט דרײַ וואָכן צוריק, האָבן מיר שוין באַטראַכט די מעשׂה פֿון מחצית־השקל, אין שײַכות מיטן פֿאַרגאַנגענעם "שבת־שקלים", ווען מע האָט געלייענט די דאָזיקע מעשׂה אין אַ באַזונדערער ספֿר־תּורה, ווי אַ מפֿטיר־פּרשה צו דער סדרה "משפּטים". דער אייבערשטער האָט געהייסן צו זאַמלען פֿון אַלע ייִדן אַ האַלבן שקל, אַ קליינע מאָס זילבער, כּדי דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זיך באַטייליקן אינעם אויפֿשטעלן דעם משכּן. די אַרויסזאָגונגען און דערקלערונגען פֿון פּראָפֿעסאָרן, אינטעלעקטואַלן און שרײַבער אין די ליטווישע דעלעגאַציעס בײַ דעם אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יריד, וואָס איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן מיט אַ חודש צוריק אין ירושלים לגבי די באַציִונגען און האַנדלונגען פֿון די ליטווינער צו דער ייִדישער באַפֿעלקערונג בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָבן געהאַט אַ ברייטן אָפּקלאַנג אין דער העברעיִשער און ענגלישער פּרעסע אין ישׂראל און אויך אין אויסלאַנד. אין מײַן פֿריִערדיקער נאָטיץ ("פֿאָרווערטס", 30.01.09) האָב איך דערציילט, אַז עס איז ניט באַשערט געווען, אַז די מלחמה זאָל זיך ענדיקן נאָך אין יולי 1944. קאָוונע, אָנהייב 1941. די פּאָליטישע אַטמאָספֿער אין אייראָפּע איז זייער געשפּאַנט. נאַצי־דײַטשלאַנד נאָך דער אָקופּאַציע פֿון פּוילן איז אין אַ קריגס־צושטאַנד מיט פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד. די סאָוועטן האָבן נאָר וואָס פֿאַרענדיקט די מיאוסע אַגרעסיע קעגן פֿינלאַנד און באַשײַמפּערלעך באַוויזן, אַז זיי הינקען אונטער מיליטעריש. עמיגראַציע, ווי אַ וועג זיך צו ראַטעווען פֿון פֿאַרשידענע צרות בײַ זיך אין לאַנד, איז באַקאַנט נאָך פֿון קדמונים אָן. אויב נעמען די ייִדן, האָבן זיי עס דורכגעמאַכט נישט איין מאָל, און נישט תּמיד לויט זייער ווילן. די אייראָפּעער, ווידער, צוליב דעם מאַנגל אין אייגענע רעסורסן אויפֿן קאָנטינענט גופֿא, ווי אויך צו באַהערשן די אַנדערע פֿעלקער און שטחים, האָבן זיי געמוזט פֿירן כּסדר מלחמות צווישן זיך, וואָס פֿלעגט ברענגען צו אַ מאַסן־איבערוואַנדערונג סײַ אינעם לאַנד און סײַ אויסער דעם קאָנטינענט. אַוודאי, איז נישט צו פֿאַרגלײַכן די סיבות און מאַסשטאַבן פֿון דער אייראָפּעיִשער אימיגראַציע מיט דער ייִדישער; משה אָלגין (1878—1939) האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס", וווּ זײַנע אַרטיקלען האָבן זיך געדרוקט פֿון 1907 ביז דער שפּאַלטונג אין האַרבסט 1921, ווען אַ גאַנצע גרופּע זשורנאַליסטן האָבן פֿאַרלאָזט די צײַטונג. אָלגין איז געוואָרן אַ צענטראַלע פֿיגור צווישן די אַמעריקאַנער ייִדישע קאָמוניסטן. אָבער אין 1920—1921, בעת זײַן נסיעה קיין רוסלאַנד, איז ער נאָך קיין קאָמוניסט ניט געווען. די דאָזיקע רײַזע האָט פּרטימדיק אַנאַליזירט דער ניו-יאָרקער היסטאָריקער דניאל סאָיער אין זײַן אַרטיקל Soviet Travel and the Making of an American Jewish Communist: Moissaye Olgin’s Trip to Russia in 1920—1921, וואָס איז אַרויס אין זשורנאַל American Communist History אין יאָר 2005 (באַנד 4, נומער 1). טײַערע חזטע, די דרײַ קינדער מײַנע וווינען שוין נישט מיט אונדז. דער זון וווינט אין ישׂראל, די עלטערע טאָכטער — אין קאַליפֿאָרניע, און די ייִנגסטע לערנט זיך אינעם אוניווערסיטעט, נישט ווײַט פֿון אונדז. זײַנען מיר פֿאַרבליבן ביידע, מײַן מאַן און איך, אין אַ ליידיקער שטוב. אַ גאַנצן טאָג אַרבעטן מיר, אָבער בײַ נאַכט און סוף־וואָך איז שטיל אין דער היים, אַז ס‘איז נישט צו פֿאַרטראָגן. איך פֿיל, אַז מײַן שלמה קומט אַרויס פֿון זײַן ביוראָ נאָר אָפּצועסן, און דערנאָך גייט ער צוריק אַרבעטן. איר וועט מיר מוחל זײַן, אָבער קיין ייִדיש וואָרט פֿאַר "בראַוניס" איז פּשוט נישטאָ בנימצא. דער רעצעפּט איז געזינטער ווי געוויינטלעך, ווײַל עס ניצט אַ העלפֿט פֿון דער פּוטער, און פֿאַרבײַט עס מיט אַ ביסל קאַנאָלע־בוימל. מע ניצט אויך ווייניקער אייער, צוקער און מעל. ווי איר וועט אַליין זען, איז עס פּונקט אַזוי געשמאַק ווי די מער פֿעטיקע, זיסערע "בראַוניס". |