טעאַטער
פֿון רעכטס: אַלען ריקמאַן, יעלענאַ שמואלענסאָן־ריקמאַן און סטיוו סטערנער
פֿון רעכטס: אַלען ריקמאַן, יעלענאַ שמואלענסאָן־ריקמאַן און סטיוו סטערנער

אַז מ׳האַלט אַז דאָס ייִדישע טעאַטער איז שוין אַ ברוך דיין אמת, איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד. נישט קיין נײַעס אויף דער ייִדישער און אויף דער אַנגלאָ־דזשויִשקער גאַס. און אַנשטאָט באַוויינען עס, מאַכט מען באַנקעטן, בענעפֿיטן, אַקאַדעמישע הספּדים. מען שרײַבט דאָקטאָראַטן און מ׳לייענט די דיסערטאַציעס פֿאַר אַ שיטערן עולם, וואָס קוואַפּעט זיך אויף אַ ייִדיש וואָרט, וואָס קוקט אויס אויף אַ טרייסט וואָרט און אויף אַ שטראַל פֿון האָפֿענונג. ליגט דאָס ייִדישע טעאַטער אין איינעם מיט איר צווילינג־שוועסטער — ייִדיש — אויף דאָס נײַ אין קימפּעט און פּרובירט דאָ און דאָרט אויפֿהייבן דאָס קעפּעלע, אָנהייבן קריכן, פּרובירן אויפֿשטיין און פּראַווען כאָטש אַ פּורימדיקע סעודה.

בין איך לעצטנס געווען אויף אַ סימפּאָזיום אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, וואָס זײַן סדר־היום איז געווען "ייִדיש־טעאַטער". האָט מען אַנאַליזירט, מיקראָסקאָפּירט, גריבלעניזירט, עקזאַמינירט און געוואָלט דערגיין פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן. פֿאַרשטייט זיך, אַז צום אַלעם ערשטן האָט מען זיך גענומען צום פֿאָטער און גרינדער פֿון ייִדישן טעאַטער, דעם מאַעסטראָ אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענען; אין זײַן גאַנצער פּראַכט און דורכפֿאַל, הייסט עס. מען האָט אָפּגעשפּילט דעם שענדלעכן און גרויזאַמען אַקט קעגן ייִדישן טעאַטער אין אונדזער אייגענער מדינה צוליבן איינציקן חסרון, נעמלעך — ס׳שמעקט מיט ייִדיש און נאָך ערגער — ס׳שמעקט מיט גלות. דער דאָזיקער צווילינג פּאַסט זיך נישט אַרײַן אין די גרויסאַרטיקע קאַמערן פֿון דער ייִדישער מדינה. מיט איין וואָרט, דאָס וואָס דער אַמאָליקער צאַר מיט דער צאַרינע האָבן געצילעוועט צו פֿאַרצוקן, האָט די מדינה זיי צוליב געטאָן.

געפֿירט דעם אָוונט האָט פּראָפֿעסאָר דוד ראָסקעס, און דווקא געפֿירט עס מיט טאַקט און אײַנזעעניש — סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף ענגליש. איך מוז זיך מודה זײַן, אַז די דיסערטאַציעס זײַנען מיר דורכגעפֿלויגן דורכן אויער ווי אַ ווײַטער אָפּקלאַנג פֿון אַן עכאָ, צוליב דעם וואָס מען האָט זיי געלייענט מיט אַ שנעלקייט פֿון אַ פּאַראַוואָז. אָבער וואָס ס׳האָט מיך דערשיטערט און דערצאָרנט, איז געווען די פּרעזענטאַציע וועגן ייִדישן טעאַטער ווי אַ שונד־אַטראַקציע, געלייענט פֿון אַן עלטערן ייִדן מיטן נאָמען ניל לעווין. ער קען טאַקע זײַן אַ פּראָפֿעסאָר צי אַן אַקאַדעמיקער פֿון דער אויבערשטער אָדער אונטערשטער טעמפּעראַטור פֿון אַ גרילעכל; איין זאַך קען איך אײַך פֿאַרזיכערן, דער ייִד האָט זיך געשטעלט גרויס ווי המן אויף דער תּליה. ער האָט גערעדט וועגן ייִדישן טעאַטער מיט אַזאַ ביטול, מיט אַזאַ אַראָגאַנץ, אַז ס׳האָט מיך ממש אונטערגעהויבן. ער האָט צונישט געמאַכט די גאַנצע קאַרעטע מיטן וואַש־ברעטל און עס אויסגעגאָסן אין זליוו אַרײַן. לויט זײַן דיסערטאַציע קומט אויס, אַז ווען עס קומט צו ייִדיש טעאַטער בכלל און שונד בפֿרט, איז קיין זאַך נישט אָריגינעל און נישט עכט. זאָגט מיר, וואָס איז עכט אין דער וועלט? יעדער שרײַבער, פּאָעט, קינסטלער נאַשט פֿון אַנדערע, אַרײַנגערעכנט שעקספּירן. קיין איין ליכטיקער מאָמענט איז נישט אַרויס פֿון ד״ר לעווינס דינע, טונקעלע ליפּן. זײַן באַנעם איז געווען חוזק, זײַן שטאַנד — נידעריק. וואָס ס׳האָט זיך געטראָגן פֿון אים איז געווען ביטול צו דער ייִדישער שפּראַך בכלל און צום ייִדישן טעאַטער בפֿרט. איך בין זיכער, ליבע פֿרײַנד, אַז דער ייִד קען אַ געזונטן ייִדיש. די שׂינאה דערצו איז צו אים געקומען פֿון יענע קוואַלן פֿון וואַנען עס טראָגט זיך די שׂינאה צו אַהבֿת־ישׂראל.

איז ווי עס מאַכט זיך, האָט זיך באַוויזן אויף דער ליכטיקער שײַן אַ קליין גרופּקעלע, וואָס רופֿט זיך "ייִדישער רעפּערטואַר טעאַטער", מיטן ציל אויף עפּעס בעסערס, עפּעס ממשותדיק, מיט אַן ערנסטן צוגאַנג, מיט אַ פֿאַרווײַלערישן טאָן. בין איך געגאַנגען יענע וואָך זיי זען אין אַרבעטער־רינג בנין, און זיי זײַנען געווען אַ זאַלב פֿאַר מײַנע וווּנדן. די ייִדיש־מוזיקאַלישע פּיעסע רופֿן זיי "דער מקור" (The Essence). און אונטער דעם שטעקט דער פֿעיִקער ייִדישער אַקטיאָר אַלען ריקמאַן. ער האָט דאָס אויסגעפֿאָרשט די געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער, צוזאַמען מיטן גרינדער און באַשאַפֿער פֿונעם ייִדישן טעאַטער "אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען", און געשטעלט אַ מוזיקאַלישע רעוויו איבערן רײַכן שניט פֿון אונדזער טעאַטראַלער געשיכטע.

די פּיעסע איז מיט פֿאַסטריגעס, און גענייט האָבן זי משה נאַדיר און לעאָן קאָברין; דזשיגאַן און שומאַכער, שוין אָפּגערעדט פֿון הומאָריסטן פּאַר־עקסעלאַנס. אָבער וואָס אַלען האָט אויפֿגעטאָן איז געווען דאָס וואָס ער האָט עס גוט צונויפֿגעבונדן מיט בינד־ווערטער, הומאָרעסקעס, לידער און טאַנץ. מיט אים שפּילט זײַן פֿרוי יעלענאַ שמואלענסאָן־ריקמאַן, איינע פֿון די בעסטע אַקטריסעס וואָס מיר פֿאַרמאָגן הײַנט צו טאָג. יונג און שיין, זינגט זי און שפּילט די פּיאַנע אויף דער בינע. זי שטעלט פֿאָר, זי טאַנצט — מיט איין וואָרט, זי איז געראָטן אויף אַלע נאָטן.

פֿאַרשטייט זיך, איר מאַן אַלען ריקמאַן קען די מלאכה. ער האָט אַ געשיכטע אונטער זיך פֿון ייִדיש טעאַטער. געשפּילט אין אַ סך פּיעסעס פֿאַר דער "פֿאָלקסבינע" און פֿאַר דעם רעלאַטיוו נײַעם נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער "פֿאָלקסבינע". געשפּילט אין ענגלישן טעאַטער און פֿילמען. מיט איין וואָרט, מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַן ערנסטן בחור וואָס פֿאַרשטייט זיך אויף אַ גוט שטיקל שרײַבעכץ. און אויב ער געפֿינט עס נישט, שרײַבט ער עס אַליין.

דער דריטער אַקטיאָר איז ווידער אַ מאָל אַ ספּעץ. ער שפּילט פּיאַנע, אויך דאָס מאָל אויף דער בינע; ער זינגט, ער טאַנצט, ער האָט טויזנט מעלות. ער איז אויך נישט קיין פּנים חדשות בײַ אונדז אין דער טעאַטראַלער ייִדישער וועלט. ער האָט געשפּילט אין דער "פֿאָלקסבינע" "שווער צו זײַן אַ ייִד" און אין אַ וועלט מיט ייִדישע פֿאָרשטעלונגען. אָנטייל גענומען אין פּיעסן אויף בראָדוויי און אָף־בראָדוויי. אַקאָמפּאַנירט באַרימטע ייִדישע אַקטיאָרן. ממש שווער אויסצורעכענען אַלע אויפֿטוען, וואָס די דרײַ אַקטיאָרן פֿון דער פּיעסע האָבן אונטער זיך. אַ סימן, אַז ווי מיר זאָלן נישט באַוויינען די מערכה פֿון ייִדישן טעאַטער, וויל עס בשום אופֿן נישט טאַנצן אַ קאָמאַרסקע אויף יענער וועלט.

די פֿאָרשטעלונג פֿאַרמאָגט אויך סופּער־טיטלען אויף ענגליש, פֿאַר אַן עולם וואָס ס׳איז אים פֿרעמד מאַמע־לשון. און דער וואָס איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די סופּער־טיטלען איז מעט טעמקין, אַ בחור אַ פּויקער, וואָס מאַכט אַ לעבן פֿון פּײַקלען בײַ פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען.

נאָך אַ זאַך. אַ פולער זאַל מיט יונגע מענטשן. ממש יונגוואַרג, פֿול מיט כאַכאַטשען און האַלטן זיך בײַ די זײַטן. איך בין אַלע מאָל געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז אויב מ׳וואָלט געברענגט פֿאַרן יונגן אַמעריקאַנער ייִדישן צושויער אַ ווערטפֿולן טעאַטער־מאַטעריאַל, וואָלטן זיי געקומען. און בכלל — ייִדיש ציט צו, ס׳האָט עפּעס אַזאַ מאַגיק, אַזאַ מין כּישוף־צינגעלע — אויב עס איז באַנײַט, אויב עס פֿאַלט אַרײַן אין די הענט פֿון אַן אינטעליגענטן טעאַטראַל, וואָס קען זיך נישט בלויז אויפֿן לשון, נאָר אויך אויפֿן עזבֿון, אויף דער אָפּגעשפּאָרטער טעאַטראַלער ייִדישער ירושה. עס ווענדט זיך נאָר אין וועלכע הענט די ירושה שטייט אײַן.

הײַנט לעבן מיר אין אַ וועלט וווּ יעדער וואָס פֿאַרמאָגט אַ קרישקע ייִדיש וויסן, גיט אַרויס ביכער, שטעלט פּיעסן, מאַכט קאָנצערטן און דאָס גלײַכן. עס איז דאָ אַ מאַרק פֿאַר דעם, כאַפּט מען זיך אָן אין אַ שטרוי, אַבי צו געניסן. מיר לעבן אין אַ וועלט וווּ מען לייענט נישט מער; און איך מיין די ענגלישע פּרעסע און ביכער. גיי געפֿין הײַנט עמעצן וואָס לייענט אַ ייִדישע צײַטונג, אַ ייִדש בוך. ס׳איז אַ וועלט פֿון הפֿקר פּעטרישקע. דעריבער דאַרף מען אָפּשאַצן יעדן פּרוּוו. אונדזערע קינדער און אייניקלעך לעבן אין אַ וועלט פֿון נאַרציסיזם, מיט אַזעלכע צאַצקעס ווי "אײַ־פּאַדס און "אײַ־פֿאָנס און "פֿייס־בוקס". האָב איך אַמאָל געפֿרעגט בײַ אַ יונגער, שיינער אַקאַדעמיקערין:

— וואָס אַזוינס איז אַ "פֿייס־בוק"?

ברענגט זי מיר צו שלעפּן אַ "לעפּ־טאַפּ" קאָמפּיוטער, גיט אַ קוועטש אַ פּאָר קנעפּלעך און, האָפּלאַ! עס שפּרינגט אַרויס אַ בילד פֿון איר אַליין. און אויב דאָס איז נישט גענוג, שטייט דאָרט אַ בילדל פֿון איר ווען זי איז געווען פֿינף יאָר אַלט; מיט אירע קאָמענטאַרן וועגן זיך. פֿרעג איך זי:

— טעכטערל! צו וואָס איז דאָס נייטיק?, זאָגט זי מיר:

— ס׳איז אַזאַ אוטשעכע, אַזאַ פֿאַרווײַלונג — זאָג איך איר:

— וועמען אַרט עס ווי דו האָסט אויסגעזען צו פֿינף צי צו צוואָנציק. וואָס האָסטו אויפֿגעטאָן אין לעבן? וועמען ווילסטו אימפּאָנירן? ס׳איז ממש זעלבסט־פֿאַרגעטערונג. דער עיקר, וויל מען איבערנאַכט ווערן באַרימט אָן שום סיבה דערפֿאַר.

די מויד האָט געשמייכלט אַ זיס שמייכעלע:

— אַלע טוען עס הײַנט.

איז צו וואָס לייענען, צו וואָס זיך פֿאַרטיפֿן אין ליטעראַטור, נאָך דערצו — אין אַ פֿרעמדער שפּראַך — אַז אַלץ קען אָנקומען אַזוי גרינג. גיי שטעל זיך אַנטקעגן דער וועלט אין וועלכער מיר דאַרפֿן הײַנט אָפּשיבן די שוווילטאָג־באַריקאַדן און נעמען זיך שעצן דעם אויפֿטו פֿון אַנדערע.

דעריבער שאַץ איך אָפּ די נײַ חבֿרה אונטערנעמער פֿון "ייִדיש רעפּ." זיי שרײַבן אין זייער פּראָגראַמקע, אַז זיי ווידמען זייער אַרבעט דער אויפֿלעבונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער און האָבן בדעה צו שטעלן פּיעסעס מיט שעפֿערישער אינאָוואַציע פֿאַר אַ ייִנגערן עולם צושויער. איך ווינטש זיי הצלחה. צו באַקומען די דאַטעס און ערטער פֿון זייערע פֿאָרשטעלונגען, פֿאַרשרײַבט זיך זייער וועבזײַט: newyiddishrep.org

און למען השם, פֿאַרפֿעלט נישט זייער פֿאָרשטעלונג. איר וועט ממש הנאה האָבן.