שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזטע,

די דרײַ קינדער מײַנע וווינען שוין נישט מיט אונדז. דער זון וווינט אין ישׂראל, די עלטערע טאָכטער — אין קאַליפֿאָרניע, און די ייִנגסטע לערנט זיך אינעם אוניווערסיטעט, נישט ווײַט פֿון אונדז. זײַנען מיר פֿאַרבליבן ביידע, מײַן מאַן און איך, אין אַ ליידיקער שטוב. אַ גאַנצן טאָג אַרבעטן מיר, אָבער בײַ נאַכט און סוף־וואָך איז שטיל אין דער היים, אַז ס‘איז נישט צו פֿאַרטראָגן. איך פֿיל, אַז מײַן שלמה קומט אַרויס פֿון זײַן ביוראָ נאָר אָפּצועסן, און דערנאָך גייט ער צוריק אַרבעטן. צי קען איך אים דען צורעדן צו קוקן די זעלבע פּראָגראַמען, וואָס איך קוק? איך האָב ליב איין פּראָגראַם, און ער — אַן אַנדערע. דערצו וועט ער זיך נישט לייגן שלאָפֿן, ביז זײַן פּראָגראַם וועט זיך נישט ענדיקן.

פֿאַרלאָזטע עלטערן


טײַערע פֿאַרלאָזטע עלטערן,

מיר דוכט, אַז איר דאַרפֿט געפֿינען אַ פּאָר אַקטיוויטעטן, וואָס וואָלטן אײַך ביידע פֿאַראינטערעסירט און וואָס איר וואָלט ביידע פֿון זיי געהאַט הנאָה. ס‘איז טאַקע גוט צו קוקן איניינעם די טעלעוויזע, אָבער עס איז אַ פּאַסיווע פֿאַרווײַלונג. חוץ דעם, הייבט זיך אָן אַ מעשׂה, ווער און וואָס וויל קוקן... אפֿשר איז כּדאַי צוויי אָדער אַפֿילו דרײַ מאָל אין דער וואָך אַרויסצוגיין צוזאַמען אויף אַ וועטשערע אין אַ רעסטאָראַן, אָדער זיך אַרײַנכאַפּן צו זען אַ נײַעם פֿילם, אָדער אַ טעאַטער־פֿאָרשטעלונג, אַ קאָנצערט, אַבי נישט זיצן פֿאַרשפּאַרט אין די פֿיר ווענט. ווייסט איר וואָס: געפֿינט אַ בשותּפֿותדיקע אַרבעט — אין גאָרטן, אין שטוב, אין אַ קלוב... סוף־כּל־סוף, רעדט מיט אײַער שלמהן איר זאָלט פֿאַרברענגען מער צײַט איניינעם! מע זאָגט דאָך, איינער איז קיינער.


טײַערע חזנטע,

יעדער איינער פֿרעגט מיך, פֿאַר וואָס איך האָב נאָך נישט חתונה געהאַט, גיב איך זיי אַלעמען דעם זעלבן ענטפֿער. איך וואַרט אויף דעם פּרינץ פֿון מײַנע חלומות. קינדווײַז האָב איך אָפֿט געקוקט די פֿילמען וועגן פּרינצן און בת־מלכּות, און איך פֿאַרשטיי נישט, פֿאַר וואָס קומט מיר נישט אַזאַ "העפּי־ענד", ווי דאָרט! איך וויל אויך האָבן אַ "פּרינץ", אַ קראַסאַוועץ, ווי דער קינאָ־שטערן, ברעד פּיט! פֿאַר וואָס נישט? מײַן חבֿרטע האָט מיר אָבער לעצטנס געזאָגט אָפֿנהאַרציק, אַז קיין גרויסע שיינהייט בין איך נישט, כ׳האַלט שוין בײַ 39 יאָר, און דערפֿאַר דאַרף איך אײַנגיין אויף עפּעס ווייניקערס. איז זי דען גערעכט? אָדער כ‘זאָל ווײַטער וואַרטן אויף מײַן פּרינץ?

"וואַרטנדיק אויפֿן פּרינץ"


ליבע "וואַרטנדיק אויפֿן פּרינץ",

איר זוכט אַ פּערפֿעקטן ראָמאַנס. נו, צײַט אַראָפּצולאָזן זיך אויף דער ערד. ס׳איז אַ טעות צו פֿאַרגלײַכן דאָס וואָס דו זעסט אין קינאָ, מיט די פּערזענלעכע באַציִונגען פֿונעם אמתן לעבן; און מיר דאַכט זיך, אַז טיף אין האַרצן ווייסט איר דאָס אַליין. פֿונדעסטוועגן, איז אײַער חבֿרטע נישט אין גאַנצן גערעכט וועגן דעם, אַז איר דאַרפֿט זיך באַנוגענען מיט עפּעס ווייניקערס. יעדע פֿרוי דאַרף זוכן אַ מאַן, וועלכער באַהאַנדלט זי מיט דרך־ארץ, ווײַזט איר אַרויס ליבשאַפֿט, און אַז זי איז אַ מענטש. אַזוינע שטריכן מיינען בײַ מיר צו זײַן אַן אמתער פּרינץ. צי מאַכט ער אײַך פֿילן עפּעס אויסערגעוויינטלעכס? באַציט ער זיך שיין צו מענטשן? אויב דאָס איז אײַך נישט גענוג, זאָלט איר ווײַטער הנאָה האָבן פֿון די מאַנסבילן מיט די שיינע פּנימער און שטאַרקע מוסקלען — בעת איר זיצט אין קינאָ איינע אַליין.


טײַערע חזנטע,

איך האָב אַ פּראָבלעם מיטן אויסגעבן געלט. איך האָב לעצטנס גראַדויִרט פֿונעם אוניווערסיטעט, און איך האָב אָנגעהויבן אַרבעטן. יעדע סוף וואָך באַקומען דעם טשעק און קיין גליקלעכער פֿון מיר איז אויף דער וועלט נישטאָ. אָבער שוין נאָך עטלעכע טעג בלײַבט פֿון מײַן געלט אַ שיבוש און אַ פּאַק זאַכן, וואָס, דעם אמת געזאָגט, דאַרף איך זיי נישט. ווי אַזוי קאָן איך פּטור ווערן פֿון דער שלעכטער געוווינטשאַפֿט?

געלט־אויסגעבערין


טײַערע געלט־אויסגעבערין,

קודם־כּל, מאַכט פֿאַר זיך אַ בודזשעט. רעכנט אויס אַלע אײַערע חודשלעכע הוצאָות און באַשליסט, וויפֿל איר דאַרפֿט אָפּלייגן אין אַ "קניפּל" יעדע וואָך צו דערגרייכן אײַערע צילן. פֿון דעם רעשט שפּאָרט אַ פּראָצענט און אַ פּראָצענט גיט אויס. גיט זיך אַן עצה וועגן אײַער געלט־פּלאַן מיט אַ גוטן חבֿר, וואָס קען זיך אויס אין די זאַכן, און זאָל ער אײַך פֿאַרזיכערן, אַז איר זײַט אויף אַ ריכטיקן וועג.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024