אין 1841 האָט די צאַרישע רעגירונג אָנגעשטעלט דעם דײַטשישן ראַבינער מאַקס ליליענטאַל (1815—1882) אָנצופֿירן מיט אַ נײַעם פּראָיעקט צו עטאַבלירן אַ נעץ מלוכישע שולן פֿאַר ייִדן, מיטן ציל זיי צו מאָדערניזירן און אַסימילירן. אַ געבוירענער אין מינכן, האָט ליליענטאַל זינט 1839 שוין געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿון אַ ייִדישער שול אין ריגע, אַ שטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, וואָס איז אָבער געלעגן לעבן קורלאַנד, אונטער אַ שטאַרקער דײַטשישער קולטור־השפּעה.
זײַן נײַ שליחות האָט אים צום ערשטן מאָל געבראַכט אין קאָנטאַקט מיט די מיליאָנען פֿרומע ייִדן פֿון דער אימפּעריע, וואָס ס׳רובֿ האָבן נישט געהאַלטן פֿון השׂכּלה, אָבער יאָ געהאַלטן, אַז יעדעס ביכל אויף דײַטש איז טריף־פּסול. אין משך פֿון עטלעכע יאָר איז ער אַרומגעפֿאָרן איבערן תּחום־המושבֿ, אויסגעפֿאָרשט דאָס שולוועזן, זיך געטראָפֿן מיט ייִדישע קהילה־פֿאָרשטייער, און זיי געפּרוּווט איבעררעדן מיטצואַרבעטן אויפֿן שול־פּראָיעקט, בדרך־כּלל, אָן דערפֿאָלג.
ווי די הויפּטשטאָט פֿון דער רוסישער השׂכּלה, איז ווילנע געווען אַ פּאַסיק אָרט פֿאַר ליליענטאַלס ערשטן וויזיט. דאָרט האָט ער געפֿונען אַ מאָדערנע ייִדישע שול און אַ גרויסן קרײַז משׂכּילים, וואָס האָבן געהאָפֿט, אַז דער צאַר מיט ליליענטאַל וועלן זיי העלפֿן אַרויסצושלעפּן די ייִדן פֿונעם "פֿינצטערן מיטלעלטער". ליליענטאַל האָט געוואָלט מאָדערניזירן די רוסישע ייִדן אויפֿן מאָדעל פֿון זייערע דײַטשישע גלויבנס־ברידער. אַזוי ווי די משׂכּילים, האָט ער געוואָלט, אַז די ייִדן זאָלן אָנהייבן זיך אָנטאָן, אויפֿפֿירן, און רעדן ווי די גוייִם — אָדער בעסער געזאָגט, ווי די דײַטשן. אַז זיי זאָלן קענען די מאָדערנע וויסנשאַפֿטן, באַקומען אויך אַ וועלטלעכע, נישט בלויז אַ רעליגיעזע דערציִונג, און פֿירן זייערע געשעפֿטן מיט אַ מערבֿדיקער ערלעכקייט און דײַטשישער פּינטקטלעכקייט. ווי אַ רעפֿאָרם־ראַבינער, האָט ער געהאַלטן, אַז ייִדן מוזן פּטור ווערן פֿון אַ סך איבעריקע ריטואַלן און אײַנגלייבענישן, וואָס לאָזן זיך נישט צונויפֿברענגען מיט אַ מאָדערנעם וועלטבאַנעם. ער האָט (כאָטש בײַם אָנהייב) געגלייבט, אַז די צאַרישע רעגירונג וויל באמת ברענגען דאָס ליכט פֿון דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט אין די טונקעלע ווינקעלעך פֿונעם רוסישן ייִדנטום — און נישט, ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, זיי סתּם אָפּשמדן.
אין 1844 האָט די רעגירונג געעפֿנט די נײַע מלוכישע שול־נעץ פֿאַר ייִדן, אָבער נאָך איידער דאָס יאָר האָט זיך פֿאַרענדיקט, איז אים קלאָר געוואָרן דער אמתער ציל פֿונעם רעזשים; דעמאָלט האָט ליליענטאַל זיך צוריקגעצויגן און איז אין גיכן אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע. זײַן מיסיע איז דורכגעפֿאַלן.
כאָטש די משׂכּילים האָבן צוזאַמען מיט ליליענטאַלן געהאַלטן, אַז מע קען צונויפֿברענגען ייִדישקייט מיט אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע, האָט ער אין ווילנע, ווי אויך אין די אַנדערע שטעט, זיך געטראָפֿן, דער עיקר, מיט די וויכטיקע רבנים, מגידים, און קהילה־לײַט. מיט די משׂכּילים, ווי פֿריִער, האָט ער פֿאַרבראַכט ווייניק צײַט. זיי זײַנען דעמאָלט נאָך געווען אַ קליינע גרופּע פֿון אינטעליגענטן און סוחרים, וואָס האָבן נישט געהאַט קיין גרויסע השפּעה אויף די ייִדישע מאַסן. דערצו האָבן די טראַדיציאָנאַליסטן זיי פֿײַנט געהאַט, און די רעגירונג האָט נישט פֿאַרטרויט זיי צוליב זייער פּאָליטישן ליבעראַליזם. אפֿשר דערפֿאַר האָט אים נישט געלוינט זיך צו האַלטן צו נאָענט מיט די משׂכּילים. זיי זײַנען בכלל נישט געווען גענוג עקזאָטיש, זיי זאָלן אים פֿאַראינטערעסירן. אין זײַנע זכרונות לויבט ליליענטאַל די משׂכּילים ווי פֿאָרלויפֿער פֿון דער צוקונפֿט, העלדן פֿון דער וויסנשאַפֿט — און שוין! ער באַשרײַבט ספּעציעל זייערע טשיקאַווע שטריכן: זייער אויסטראַכטן נײַע ווערטער און שרײַבן אויף העברעיִש, אַ שפּראַך, וואָס איז שוין געווען כּמעט ווי פֿאַרגעסן אין דײַטשלאַנד. ער גיט אָפּ אין זײַנע זכרונות אַ סך ווייניקער פּלאַץ די פּראָגרעסיווע כּוחות אין ווילנע, ווי די טראַדיציאָנאַליסטן. ערשטנס, האָט זײַן שליחות געפֿאָדערט ער זאָל רעדן דווקא מיט די רבנים און קהילה־פֿירער, און צווייטנס, האָבן זיי אים, דעם פֿרעמדן יעקע־טוריסט, ממש פֿאַרכאַפּט מיט זייערע פֿאַרצײַטישע בגדים און ריטואַלן.
איינער פֿון די באַקאַנטסטע משׂכּילים אין ווילנע איז געווען מרדכי־אַהרן גינזבורג, וואָס האָט געאַרבעט, דער עיקר, ווי אַ העברעיִשער שרײַבער, אָדער בעסער געזאָגט, אַן איבערזעצער אויף העברעיִש. העברעיִש האָט ער סעקולאַריזירט און מאָדערניזירט אויפֿן יסוד פֿון דײַטש, וואָס האָט אים געדינט ווי אַ מאָדעל פֿון אַ וויסנשאַפֿט־שפּראַך. צו ייִדיש האָט ער נישט געהאַט קיין גרויסע ליבע, גערעדט און געטראַכט האָט ער אויף דײַטש. זײַן אַלגעמיינער ציל, ווי בײַ אַלע משׁכּילים, איז געווען צו פֿאַרשפּרייטן צווישן די ייִדישע מאַסן דאָס מאָדערנע אייראָפּעיִשע וויסן, ספּעציעל, חכמת־היסטאָריע און געאָגראַפֿיע. אַ דאַנק דעם ציל, איז ער געוואָרן דער ערשטער ליטווישער משׂכּיל, וואָס האָט אַרויסגעגעבן אַ וויסנשאַפֿטלעך ווערק אויף ייִדיש — "די אַנטדעקונג פֿון אַמעריקע" — נישט געקוקט אויף זײַן פּערזענלעכער קעגענערשאַפֿט צו דער שפּראַך. ווײַל גינזבורג האָט געהאַלטן, אַז נישט בלויז די שפּראַך, נאָר אויך די הלבשה שטערט די ייִדן אין זייער קולטורעלער און עקאָנאָמישער אינטעגראַציע, האָט ער געשיקט דער רעגירונג פּעטיציעס, זי זאָל פֿאַרווערן די ייִדן אָנצוטאָן זייערע אַלטע מלבושים — די קאַפּאָטע, למשל, וואָס ער האָט יונגערהייט געדאַרפֿט אָנטאָן יעדעס מאָל, וואָס ער איז אַהיימגעקומען קיין ווילנע, ווײַל ער האָט נישט געטאָרט אויסזען "מאָדערן". ער האָט געהאָלפֿן פֿאַרלייגן די משׂכּילישע שול אין ווילנע, מיטגעאַרבעט מיט דער צאַרישער רעגירונג, און קריטיקירט די רבנים.
גינזבורג האָט נישט אַזוי שטאַרק געגלייבט אין פּראָגרעס ווי ליליענטאַל, וואָס די געשיכטע האָט פֿאַר אים געמיינט צו פֿירן די מענטשהייט צו אַלץ העכערע מדרגות פֿון ליכטיקייט. ליליענטאַל האָט געהאַלטן, למשל, אַז די ווילנער יוגנט שטיצט שוין זײַנע רעפֿאָרמען, ער האָט געזען די אַקטיוויטעטן פֿון די משׂכּילים ווי אַ טייל פֿון אַן אומפֿאַרמײַדלעכן פּראָצעס פֿון סאָציאַלער פֿאַרוואַנדלונג. גינזבורג, ווידער, איז געווען מער פּעסימיסטיש, מורא געהאַט פֿאַר דעם, וואָס די צוקונפֿט קען ברענגען. ער האָט געזען זײַן אַרבעט אינעם מאָדערניזירן די ייִדן, ווי אַ מיטל זיי צו פֿאַרזיכערן קעגן די סכּנות. גינזבורג האָט אויך געשטיצט עקאָנאָמישע, נישט רעליגיעזע, אינטעגראַציע; ייִדישקייט האָט ער געוואָלט אָפּהיטן מער־ווייניקער אויפֿן אָרטאָדאָקסישן שטייגער, און נישט צולאָזן, אַז רעפֿאָרם און אַטעיִזם זאָלן זי איבערנעמען. ער האָט שטענדיק געהאַלטן, אַז דער גלויבן דאַרף פֿאַרנעמען דעם אויבנאָן, דער שׂכל — בלויז דאָס צווייטע אָרט. אין דעם זינען איז ער געווען מער קאָנסערוואַטיוו ווי ליליענטאַל, נאָר צוליב זײַן קאַמף קעגן די רבנים, האָט ער געהאַט מיט זיי אַ סך ערגערע באַציִונגען. זײַן געדאַנק צו שאַפֿן אַ נײַעם מין רבֿ, וואָס קען סײַ תּורה, סײַ וויסנשאַפֿט, מיט אַן אָפֿיציעלן ראַבינאַט, וואָס זאָל איבערנעמען די ראָלע פֿונעם קהל, האָט די רבנים נישט געקענט געפֿעלן ווערן; צום סוף, נאָך זײַן טויט, האָבן די רבנים נישט געלאָזט, מע זאָל אויף אים מאַכן אַ הספּד.
סײַ ליליענטאַל, סײַ די משׂכּילים האָבן געהאַט אַ פּאַראַדאָקסאַלע באַציִונג צו דער מאַכט. ליליענטאַל האָט אָפֿיציעל רעפּרעזענטירט די צאַרישע רעגירונג, בשעת די משׂכּילים האָבן געליטן רדיפֿות סײַ מצד דער רעגירונג, סײַ מצד דער קהילה. אפֿשר צוליב זײַן נאָענטן קאָנטאַקט מיט דער רעגירונג האָט ליליענטאַל נישט געהאַט וועגן איר קיין אילוזיעס. פֿון סאַמע בראשית האָט ער געוווּסט, אַז דער צאַר קען מאַכן אַלע זײַנע פּלענער צו בלאָטע. אַזעלכע משׂכּילים ווי גינזבורג האָבן פֿאַרקערט געהאַלטן, אַז ניקאָלײַ איז אַן אויפֿגעקלערטער, אַ מין יאָזעף דער צווייטער פֿון עסטרײַך, וואָס וועט זיי שטיצן קעגן די רבנים. זיי האָבן זיך באַליידיקט, וואָס ליליענטאַל איגנאָרירט זיי און די רעגירונג האַלט די רעאַקציאָנערן פֿאַר מער געטרײַ.
כאָטש גינזבורג האָט אַרויפֿגעקוקט צו דער דײַטשישער קולטור, האָט ער אין דער "ליליענטאַל־אַפֿערע" זיך אויסגעדריקט קעגן דעם דײַטש־ייִדישן מאָדעל פֿון מאָדערניזאַציע. ערשטנס, האָט ער געטענהט, אַז די רוסישע ייִדן האָבן זייער אייגענע פּאָזיציע און דאַרפֿן נישט סתּם אַזוי אָננעמען די דעות פֿון די יעקעס. צווייטנס, קענען נישט די דײַטשישע ראַבינערס די תּורה ווי געהעריק, טויגן זיי נישט ווי די פֿירערס פֿון רוסישן ייִדנטום. צו וואָס זאָל מען אימפּאָרטירן לערערס פֿון דײַטשלאַנד, ווי ליליענטאַל האָט געוואָלט, ווען די בעסערע קאַנדידאַטן, משׂכּילים, געפֿינען זיך שוין אין רוסלאַנד? דערבײַ דאַרף מען באַמערקן, אַז ליליענטאַל האָט נישט געוואָלט מאַכן די רוסישע ייִדן פֿאַר יעקעס; שוין אין ווילנע האָט ער פֿאַרזיכערט די רבנים, אַז אין דײַטשלאַנד האָט מען אין געוויסע זאַכן "איבערגעכאַפּט די מאָס" — געמאַכט טעותן, וואָס מע וועט נישט איבערחזרן אין רוסלאַנד.
די טראַדיציאָנעלע רבנים און רביים זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, געווען שטאַרקע קעגנערס פֿון ליליענטאַלס פּלאַן. זיי האָבן נישט, ווי די משׂכּילים, אידעאַליזירט דעם צאַר ניקאָלײַ; זיי האָבן געוווּסט, אַז ער טוט זיי נישט קיין טובֿות. שוין אין ווילנע האָבן די טראַדיציאָנאַליסטן געגעבן ליליענטאַלן צו פֿאַרשטיין, אַז די רעגירונג וויל אונטערגראָבן די ייִדישע רעליגיע, און ליליענטאַל האָט שוין האַלב אַקצעפּירט זייערע אַרגומענטן; ער האָט דערקלערט, אַז אויב ער וועט זיך דערוויסן, אַז דאָס איז דער אמתער ציל פֿון דער רעגירונג, וועט ער זיך גלײַך צוריקציִען — און אַזוי איז עס טאַקע געשען.
דער אינטערעסאַנטסטער אַספּעקט פֿון ליליענטאַלס באַשרײַבונג פֿון ווילנע איז די סתּירה צווישן זײַן פּראָגרעסיווער אידעאָלאָגיע און זײַן דײַטש־ראָמאַנטישער ליבע פֿאַר דער פֿאַרגאַנגענהייט. ער האָט פֿריִער קיינמאָל נישט געזען די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט אין איר פֿולן פּראַכט, אַזוי אַז יעדע קלייניקייט מאַכט אויף אים אַ גרויסן אײַנדרוק. ער באַשרײַבט גאָר פּרטימדיק די גאַנצע צערעמאָניע, ווי אַזוי די פֿרומע ייִדן מאַכן קידוש — אַזוי, ווי ער וואָלט עס געזען צום ערשט מאָל. אויך צום ערשטן מאָל זעט ער פּראָסטע בעל־מלאָכות, אָנגעטאָן אין יאַרמלקעס און אַרבע־כּנפֿותן; אַן אמתן שבת, וווּ שטילקייט הערשט אין די גאַסן; בתּי־מידרשים אָנגעפּאַקט מיט ייִדן, וואָס לערנען תּורה. דאַכט זיך, אַז ער ווייסט אַפֿילו נישט, אַז די ייִדישע באַלעבאָסטעס ראַמען די שטוב ערבֿ־שבת און דערפֿאַר זעען די הײַזער אויס אַזוי ריין. ער ווערט פֿאַרכּישופֿט נישט בלויז פֿון דער שיינקייט פֿון דער "פּרימיטיווער" ווילנע, נאָר ער זעט אויך די מעלות פֿון אַן איזאָלירטן, טראַדיציאָנעלן מין ייִדישקייט — ער באַמערקט, למשל, אַז די ווילנער בחורים גייען מיט שטאָלץ, וואָס מע זעט נישט בײַ די יונגע ייִדן אין דײַטשלאַנד, וועלכע ראַנגלען זיך מיט צוויי אידענטיטעטן.
די רוסיש־ייִדישע מיידלעך זײַנען אויך שענער אויפֿן ווילנער הינטערגרונט. עס דאַכט זיך, אַז דעם נאַיִוון מענטשלעכן חן האָבן די דײַטשישע ייִדן פֿאַרלוירן ווי אַ פּרײַז פֿאַר זייער אינטעגראַציע. גרויס דרך־ארץ האָט ליליענטאַל אויך פֿאַר די רבנים — מער צוליב זייערע לאַנגע בערד, ווי צוליב זייער לערנען. מיט באַדויערן זעט ער פֿאָרויס דעם סוף פֿון דער דאָזיקער וועלט, וואָס די געשיכטע האָט פֿאַרמישפּט צום אונטערגאַנג. ער פֿאַרגלײַכט זייער ריינע אמונה מיטן רעליגיעזן גלײַכגילט פֿון די דײַטשישע ייִדן — אין דער אמתן, וואָלט ער געוואָלט געפֿינען עפּעס אַ וועג אין מיטן: "אָ, ווען וועט קומען דער הערלעכער טאָג, ווען וויסנשאַפֿט און רעליגיע, אויפֿהייבנדיק די מענטשהייט צו איר גורל, וועלן מאַכן שלום צווישן זיך?"
אַזעלכע משׂכּילים ווי גינזבורג, האָבן קיינמאָל נישט באַזונגען די שיינקייט פֿון טראַדיציאָנלענער ווילנע — ערשטנס, ווײַל זיי זײַנען די גאַנצע צײַט געווען צעקריגט מיט איר; און צווייטנס, ווײַל זיי זײַנען געשטאַנען צו נאָענט, זיי זאָלן עס קענען זען. דאָס הייסט נישט, אַז זיי האָבן זיך אידענטיפֿיצירט מיט די ווילנער ייִדן — פֿאַרקערט, זיי האָבן זיך געהאַלטן באַזונדער און זיך געוואָלט אידענטיפֿיצירן מיט דער מלוכה. אָבער זיי זײַנען פֿאָרט נישט געשטאַנען ווײַט גענוג, כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז די אַמאָליקע ווילנע איז שיין און ווערט, מע זאָל זי באַשרײַבן. בלויז דעם יעקע־טוריסט ליליענטאַל איז דאָס אײַנגעפֿאַלן, און ער האָט די שטאָט פֿאַראייביקט אין זיינע זכרונות.