אין מײַן פֿריִערדיקער נאָטיץ ("פֿאָרווערטס", 30.01.09) האָב איך דערציילט, אַז עס איז ניט באַשערט געווען, אַז די מלחמה זאָל זיך ענדיקן נאָך אין יולי 1944.
קאָוונע, אָנהייב 1941. די פּאָליטישע אַטמאָספֿער אין אייראָפּע איז זייער געשפּאַנט. נאַצי־דײַטשלאַנד נאָך דער אָקופּאַציע פֿון פּוילן איז אין אַ קריגס־צושטאַנד מיט פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד. די סאָוועטן האָבן נאָר וואָס פֿאַרענדיקט די מיאוסע אַגרעסיע קעגן פֿינלאַנד און באַשײַמפּערלעך באַוויזן, אַז זיי הינקען אונטער מיליטעריש.
די ביידע אַכזריותדיקע זעלבסטהערשער, סטאַלין און היטלער, האָבן זיך צונויפֿגערעדט און דאָס פֿאַרפֿיקסירט אין דעם מנוּוולדיקן פּאַקט "ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו".
נאָכן פּאַקט, גלײַך אין האַרבסט, האָט סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אויפֿגעצוווּנגען מיליטערישע באַזעס אין ליטע. דעם 15טן יוני, 1940, האָט די רויטע אַרמיי אַרײַנמאַרשירט און אַראָפּגעוואָרפֿן די דעמאָקראַטישע מאַכט. צוויי חדשים שפּעטער האָט שוין פֿונקציאָנירט אַ פּראָ־סאָוועטישע פֿאָלקס־רעגירונג. צווישן די ליטווינער זײַנען געווען זייער ווייניק קאַדרען, וועלכע וואָלטן געקאָנט אָנפֿירן מיט דער נײַער סאָוועטישער רעפּובליק, האָט מען אַוועקגעזעצט אין דער רעגירונג די ייִדישע קאָמוניסטן. אָנהייב מלחמה האָבן די ליטווינער זיך פֿאַרברידערט מיט די דײַטשן. דעם בלוטיקן כּעס אויף די רוסן האָבן זיי אויסגעלאָזן צו די ייִדן. אַ גרויסער פֿעלער איז געווען צו ליקווידירן די פֿאָלקס־רעגירונג. אַ באַווײַז האָט איר — נאָכן קריג איז אײַנגעפֿירט געווארן די אַזוי גערופֿענע "אומאָפּהענגיקע" פֿאָלקס־דעמאָקראַטיע.
די 240 טויזנט ליטווישע ייִדן און די גרויסע צאָל ייִדן, אַנטלאָפֿענע פֿון דעם אָקופּירטן פּוילן האָבן געהאָפֿט, אַז זיי קענען זײַן רויִק. זיי זײַנען דאָך פֿון זומער 1940 אונטער די פֿליגלען פֿון אַ פֿרײַנדלעכער גרויסמאַכט. זיי האָבן דאַן נישט געקענט דעם ריכטיקן פּרצוף פֿון בלוטיק־טאָטאַליטאַרן רעזשים.
דער ערשטער טאַט פֿון נײַעם רעזשים איז געווען צו ליקווידירן די פֿרײַע פּרעסע און הערמעטיש פֿאַרמאַכן די אַרויספֿאָר־גרענעצן. פֿריִער האָבן די מאַסן געשעפּט די לעבנס־וויכטיקע אינפֿאָרמאַציעס אין די היגע צײַטונגען. האָט מען שוין אין די ערשטע שעהען פֿון אַרײַנדרינגען אַרעסטירט אונדזערע גדולים — אַלע רעדאַקטאָרן נישט־קאָמוניסטן: זלמן רייזען, ראובֿן רובינשטיין א"אַנד.
איר זאָלט נישט מיינען, אַז די אָנגעזעענע עסקנים זײַנען אַרויסגעטראָטן אַנטי־סאָוועטיש. זיי האָבן נאָר אַרויסגעזאָגט דאָס, וואָס זייער מענטשלעכער געוויסן און ייִדישער פּאַטריאָטיזם האָבן זיי אָנגעוויזן;, געשריבן וועגן דעם, וואָס זיי האָבן געזען אין דער ווירקלעכקייט. און פֿאַר דעם האָט די קרעמלער קליקע מורא געהאַט ווי פֿאַרן מלאך־המוות. די היימישע משרתים פֿון די מאָסקווער באַלעבאַטים האָבן געקאָרמעט דעם עולם מיט בלאָף־אַגיטאַציע. דערפֿאַר האָט מען נישט געוווּסט וואָס באמת טוט זיך אויף גאָטס וועלט. דערווײַל, איז די רעאַליטעט געווען אַזאַ — דעם טײַוולס זייגער האָט זיך שוין אימפּעטפֿול באַוועגט צו דער שרעקלעכסטער וועלט־מלחמה. גאָר אין גיכן וועלן די היטלעריסטן דיסלאָצירן זייער אַרמיי אויף די מיזרח־גרענעצן, דערונטער נעבן אונדז אין פּרײַסן.
און אָט האָט פּאַסירט אַ נס. אַן ערך צוויי טויזנט פּוילישע פּליטים האָבן באַקומען אַ מעגלעכקייט צו עמיגרירן און דערמיט אויסגעמיטן דעם פֿאָרשטייענדיקן נאַציסטישן גיהנום. דאָס איז צו שטאַנד געקומען אַ דאַנק דעם ריטערלעכן אַקט פֿון סעמפּאָ סוגי האַראַ — דער יאַפּאַנישער קאָנסול אין ליטע.
דאָס ליטווישע ייִדנטום האָט זייער וואַרעם אויפֿגענומען די טויזנטער ייִדישע פּליטים. עס איז געווען אײַנגעשטעלט, אַז יעדע ייִדישע משפּחה דאַרף צוויי מאָל אין וואָך איינעם פֿון זיי אויפֿנעמען אויף מיטיק. צו אונדז פֿלעגט קומען אַ יונגער־מאַן פֿון וואַרשע אין עלטער פֿון 25—28 יאָר. ער איז גאָר גיך געוואָרן אַן אייגענער, מען פֿלעגט זיך טיילן מיט אים מיט אַלע איבערלעבענישן; ער פֿלעגט פֿאָרלייענען פֿאַר אונדז זײַן מוטערס בריוו, באַקומען פֿון דער היים. די שילדערונגען וועגן דער לאַגע פֿון די ייִדן אין דער אָקופּירטער וואַרשע האָבן אויף די עלטערן און מיר, דעם גימנאַזיסט פֿון 9טן קלאַס, געמאַכט אַ שווערן אײַנדרוק. הערט נאָר: די מענער היטן זיך צו באַווײַזן אין גאַס, זײַן מוטער און די שוועסטער גייען אַרויס אין געוויסע שעהען עפּעס אײַנצוקויפֿן און נאָך ווילדע זאַכן!
אין קאָוונע האָט מײַן פֿאַמיליע געלעבט אויף אַ זײַטיקער, באַגרינטער גאַס, וווּ עס זײַנען אײַנגעשטאַנען עטלעכע אויסלענדישע קאָנסולאַטן. מײַן פֿאָטער, אַבֿרהם יאַנקיווסקי, אַ בלומענציכטלער, איז געווען פּערזענלעך באַקאַנט מיטן יאַפּאַנישן קאָנסול. ער פֿלעגט פֿלאַנצן בלומען אַרום דעם קאָנסולאַט־בנין און געשמועסט מיט אים אויף רוסיש.
איין טאָג אַ סורפּריז — נעבן קאָנסולאַט שטייט אַ לאַנגע ריי פֿון פּוילישע ייִדן־פּליטים. אַזוי האָט זיך געצויגן עטלעכע וואָכן. אַ געוויסן טאָג איז דער יונגער־מאַן אַ צערודערטער אַרײַנגעלאָפֿן צו מײַן טאַטן מיט אַ בקשה: "טײַערער אַבֿרהם, נאָר איר קענט מיר העלפֿן. דער קאָנסולאַט שטעלט אָפּ דאָס אַרויסגעבן וויזעס און מײַן ריי איז אַזוי ווײַט!" בײַם וואַרשעווער פּליט האָט אויפֿגעבליצט אַן אײַנפֿאַל: מײַן פֿאָטער זאָל אים מיטנעמען ווי אַן אַרבעטער.
גערעדט און געטאָן. דער פּליט מיט צוויי עמערס אין ביידע הענט און דער פֿאָטער פֿאָרויס זײַנען דורך דער קיכטיר דירעקט אַרײַן צום קאָנסול און די זאַך איז געוואָרן דערליידיקט.
אַ דאַנק דעם פּליט, האָב איך זיך בײַ צײַטנס אָפּגעטראָגן פֿון דער היטלעריסטישער בעסטיע. דעמאָלט, אין ערגסטן חלום, האָט קיינער זיך נישט געקענט פֿאָרשטעלן דעם צוקונפֿטיקן קאָשמאַר. דאָך, האָט זיך אײַנגעקריצט אין מוח די ווילדקייט און הפֿקר לגבי די ייִדן אין דײַטשיש־אָקופּירטן פּוילן. דעם 22סטן יוני 1941 איז נאַצי־דײַטשלאַנד באַפֿאַלן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. דאָס ראַטעווען זיך פֿון זייערע נעגל איז ממש געגאַנגען אין שעהען. טאַטע־מאַמע האָבן גענומען זיך אַמפּערן; די מוטער האָט זיך דערמאָנט אָן "די גוטע דײַטשן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה". דער טאַטע האָט געטענהט, אַז אונדזערע שכנים — ליטווינער וועלן זיי צוהעלפֿן. איך האָב זיך צעשריִען: פֿון די בריוו, וועלכע מען האָט פֿאַר אײַך געלייענט, קומט אַרויס, אַז מיך וואַרט אַ תּפֿיסה. פֿאַרוואָס קומט דאָס מיר, איך האָב אַפֿילו אַ פֿליג נישט דערהרגעט. אָדער מיר לויפֿן, אָדער איך וועל בעסער זיך אויפֿהענגען!
דערהערט אַזעלכע דיבורים פֿונעם בין־יחיד, האָט די מוטער אין אַ פּינטל מיטן אויג גענומען פּאַקן די טשעמאָדאַנען. בקרובֿ זײַנען מיר שוין געווען אויף דער קאָוונער באַן־סטאַנציע, וועלכע האָט זיך געפֿונען נאָענט אין טאָל. פֿון וואַנען האָט זיך בײַ מיר גענומען אַזאַ רעטאָריק איז מיר נישט דײַטלעך עד־היום, צי פֿון די אָנגעלייענטע שפּאַנענדיקע ראָמאַנען, צי באָבע־זיידעס האָבן זיך אין הימל פֿאַר מיר געמיט...
די ליטוואַקעס, אינפֿאָרמירט דורך זייערע פּוילישע שטאַמברידער, האָבן בחוש געשפּירט, אַז מען דאַרף מאַכן אַ פּליטה. אָבער דאָ האָט דער "געניאַלער" סטאַלין אָפּגעטאָן אַ ווילד שפּיצל. דעם 14טן יוני, אַ וואָך פֿאַר דער מלחמה, האָט דער טיראַן אָפּגעלייקנט, אַז דײַטשלאַנדס ווערמאַכט קאָנצענטרירט זײַן מיליטער אויף דער גרענעץ. ווען ער וואָלט אַשטאָט דעם הויכשטימיק אַלאַרמירט וועגן קריגסגעפֿאַר, וואָלטן אַ סך ייִדן פֿון די מערבֿ־געביטן פֿריצײַטיק פֿאַרגרייט טראַנספּאָרט־מיטלען און געטרוקנט ברויט אין וועג זיך צו ראַטעווען.