‫פֿון רעדאַקציע

פֿון די לעצטע ידיעות, אַרויסגעקומען פֿון צוויי פֿירנדיקע אויסשפּיר־אַגענצן — פֿון דער ישׂראלדיקער מיליטערישער אויסשפּיר־דינסט און דער נאַציאָנאַלער אויסשפּיר־דינסט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קומט אַרויס אַ מאָדנער אויספֿיר: ווי קאָן אַזוי זײַן, אַז די אויסשפּיר־אינפֿאָרמאַציעס פֿון ביידע אַליִיִרטע לענדער זאָלן זײַן אַזוי סתּירותדיק, אויב נישט זאָגן, היפּוכדיק?

אָנהייב וואָך האָט עמות יאַדלין, דער שעף פֿון דער ישׂראלדיקער מיליטערישער אויסשפּיר־דינסט, געזאָגט, אַז "איראַן איז גובֿר געווען דעם טעכנישן באַריער פֿון איר מיליטערישן פּאָטענציאַל, און דאָס שאַפֿן אַן אַטאָם־באָמבע ווערט דער הויפּט־פּונקט פֿון איר סטראַטעגיע". און נאָך האָט יאַדלין באַטאָנט: "איראַן איז ממשיך אָנצוזאַמלען הונדערטער קילאָגראַם פֿון באַרײַכערטן אוראַניום".

אין דער זעלבער וואָך, מיט צוויי טעג שפּעטער, ממש ווי אַן אָפּלייקענונג פֿון דער ישׂראלדיקער דערקלערונג, טרעטן אַרויס מיט זייער דערקלערונג דער דירעקטאָר פֿון דער אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלער אויסשפּיר־אַגענטור, דעניס בלער און דירעקטאָר פֿון דער אויסשפּיר־פֿאַרוואַלטונג בײַם פּענטאַגאָן, גענעראַל־לייטענאַנט מײַקל מאַפּלז. "לויט אונדזערע אָפּשאַצונגען, — האָט באַטאָנט בלער, — האָט נישט איראַן קיין זאַפּאַסן פֿון באַרײַכערטן אוראַניום, און האָט נאָך ביז הײַנט נישט באַשלאָסן, צי זאָל מען אים טאַקע איבעראַרבעטן און אויסנוצן פֿאַר מיליטערישע צוועקן".

מע קאָן דערלאָזן, אַז די ישׂראלדיקע אויסשפּיר־אַגענטור שאַצט אין אַ געוויסער מאָס איבער די דערגרייכונגען פֿון טעהעראַן; צי איז אָבער מעגלעך, אַז אַמעריקע, וואָס איז גרייט, פֿון איין זײַט, אַרײַנצולייגן ריזיקע געלטער אין איר אַנטיראַקעטן־סיסטעם, כּדי זיך אַליין און אייראָפּע צו פֿאַרטיידיקן קעגן די איראַנישע ראַקעטן מיט נוקלעאַרע שפּיצן, זאָל, פֿון דער צווייטער זײַט, אַזוי ווײַט נישט־דערשאַצן די מיליטאַריסטישע פּלענער פֿון טעהעראַן?

איז בפֿירוש צום אָרט צו דערמאָנען די ווערטער פֿון יאַדלינען: "איראַן גייט ווײַטער אָן מיט איר נוקלעאַרער פּראָגראַם, און אין דער זעלבער צײַט, פֿירט זי זייער פֿאָרזיכטיק אירע פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער נײַער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע. מיר האָבן מורא, — שטרײַכט אונטער יאַדלין, — אַז אַזאַ צוגאַנג שפּילט בלויז צו איראַנס צילן, און וועט לסוף ברענגען צום פֿאַרשטאַרקן דעם ׳אַקס פֿון בייז׳ און צו אַן איבערבאַוואָפֿענונג פֿון דער איסלאַמישער רעפּובליק".

וואָס איז דאָס? אַ פּועל יוצא פֿונעם "איראַקער סינדראָם", ווען די אַמעריקאַנער אויסשפּיר־אַגענטורן האָבן צוגעשטעלט דער בוש־אַדמיניסטראַציע "אומאָפּפֿרעגלעכע באַווײַזן", אַז סאַדאַם כוסיין האָט שוין יאָ נוקלעאַר געווער? אָדער ס‘איז אַ טייל פֿון דער נײַער דיפּלאָמאַטיע פֿון דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע, קודם־כּל, צו פֿאַרהאַנדלען און דערנאָך...

צי וועט שוין נישט זײַן דערנאָך צו שפּעט?

אַ צווייטע מכּה — צפֿון־קאָרעע. די וואָך, האָט די פֿירערשאַפֿט פֿונעם קאָמוניסטישן לאַנד געמאָלדן, אַז זי איז גרייט צו פֿירן אַ מלחמה. די סיבות? ערשטנס, די מיליטערישע מאַנעוורען, וואָס אַמעריקע און דורם־קאָרעע פֿירן דורך בײַ אירע גרענעצן פֿון 9טן ביזן 20סטן מערץ; און צווייטנס, די דערקלערונג פֿון יאַפּאַן, אַז זי וועט אַראָפּשיסן דעם ראַקעטן־טרעגער מיטן סאַטעליט, אויב צפֿון־קאָרעע וועט די ראַקעטע אַרויסשיקן.

דער מצבֿ אין יענעם ראַיאָן איז זייער אַן אָנגעשטרענגטער. דערצו נאָך זײַנען די וואָך אויך פֿאָרגעקומען אין צפֿון־קאָרעע וואַלן אינעם אויבער־ראַט; און ווידער איז דער "אומשטערבלעכער פֿירער", קים טשען איר, אויסגעוויילט געוואָרן צו בלײַבן שטיין בײַם רודער. די זאַך איז אָבער, אַז ס‘איז שוין אַ היפּשע צײַט נישט קלאָר, צי דער "פֿירער" איז טאַקע בײַם לעבן. יעדנפֿאַלס, דאָס מעלדן אַ טאָטאַלע מאָביליזאַציע, קאָן אויך פֿאַרטײַטשט ווערן, אַז אין די הויכע מאַכט־פֿענצטער קומט פֿאָר אַ דראַטשקע פֿאַר דער מאַכט, וואָס קאָן זיך אויסגיסן אין אַ גרויסן געשלעג.

אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע, ווידער, האַלט דערווײַל אויס אַ פּויזע. פֿון איין זײַט, האָט זי צוגעזאָגט אירע אַליִיִרטע, יאַפּאַן און דרום־קאָרעע, אַ פֿילזײַטיקע שטיצע אין דעם ענין. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט סטיווען באָסוואָר, דער ספּעציעלער שליח פֿון אַמעריקע אין צפֿון־קאָרעע, קיין ספּעציעלע דערקלערונגען נישט געמאַכט.

typo

דרום־קאָרעע In third to last paragraph this is misspelled as דורם־קאָרעע