פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פּורים, וואָס איז איינער פֿון די צוויי פֿריילעכסטע ימים־טובֿים אין יאָר, איז אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל נישט אַלע מאָל געווען אַ פֿריילעכער טאָג. אַזוי אויך נישט דער הײַיאָריקער, כאָטש די קינדער און עמך, האָבן מקיים געווען די מיצווה פֿון מרבים בשׂימחה.

אין הײַנטיקן טאָג פֿון פּורים איז אויך אויסגעפֿאַלן, לויטן "גוייִשן" קאַלענדאַר, דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿרויען־טאָג, וואָס האָט דאָס מאָל געבראַכט אַ "גוטע בשׂורה", באַזונדערס פֿאַר די פֿאַרשיידענע פֿרויען־אַרגאַניזאַציעס, וואָס קעמפֿן פֿאַר די פֿרויען־רעכט און פֿאַר איר גלײַכבאַרעכטיקונג אין דער לרובֿ מאַטשאָיִסטישער געזעלשאַפֿט. דאָס איז — דער באַשלוס פֿון דער פּראָקוראַטור און פֿון דעם יורידישן ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג צו דערלאַנגען, ענדלעך, דעם געריכט דעם לאַנג־אויסגעקוקטן שאַרפֿן באַשולדיקונגס־אַקט קעגן דעם געקינדיקטן מדינה־פּרעזידענט משה קצבֿ. גראָד אין פּורים און אין דעם פֿרויען־טאָג.

וואָס פֿאַר אַ וווּנדערלעכער צונויפֿפֿאַל פֿון צוויי פּײַנלעכע דראַמאַטישע פּאַסירונגען פֿון נאַציאָנאַלן פֿאַרנעם אין אַ טאָג פֿון אַ נאַציאָנאַלער שׂימחה...

טרויעריקע פּורימס דערמאָנט מען געוויינלעך נישט גערן, ווי להבֿדיל, יענעם פּורים פֿון מיט 15 יאָר צוריק, ווען דער מנהיג און מדריך פֿון בני־עקיבא, דער געקרוינטער דערציִער פֿון דער רעליגיעז־נאַציאָנאַלער יוגנט און געוועזענער כּנסת־דעפּוטאַט חנן פּורת האָט געמאַכט אַ פֿײַערלעכן לחיים "לכּבֿוד פּורים" — ווען ער האָט באַקומען די ידיעה וועגן דער שחיטה, וואָס עס האָט אַדורכגעפֿירט, אין אַ מונדיר פֿון צה"ל, דער דאָקטער ברוך גאָלדשטיין, אין דער מערת־המכפּלה אין חבֿרון. 29 אַראַבישע מתפּללים זײַנען געוואָרן דערהרגעט און אַ סך צענדליקער פֿאַרוווּנדעט בשעת זייער תּפֿילה אין דעם בשותּפֿותדיקן קבֿר פֿון די בשותּפֿותדיקע אָבֿות.

דאָס איז געווען אפֿשר דער אָנהייב, אָדער דער נײַער "סטאַרט", פֿון דעם פֿאַרכּישופֿטן בלוטיקן ראָד פֿון שׂינאה און גוואַלט, פֿון טעראָר און קעגן־טעראָר און פֿון העצע, וואָס האָט געפֿירט, אַ האַלב יאָר שפּעטער, צום מאָרד פֿון יצחק ראַבין, צום באַגראָבן דעם שלום־פּראָצעס און צום פֿאַרגוואַלדיקן דעם שלום.

יענער בלוטיקער פּורים פֿון מערץ 1994, און די אַטמאָספֿער פֿון דער העצקאַמפּאַניע פֿון יענע טעג, האָט אויך געברענגט צו דער מאַכט, אַנדערטהאַלבן יאָר שפּעטער, דעם מנהיג פֿון "ליכּוד", בנימין נתניהו.

הײַנטיקן פּורים, צען יאָר נאָך זײַן מפּלה אין 1999, איז נתניהו געקומען צוריק צו דער מאַכט, מיט דער הילף פֿון די וואָס האָבן אים דעמאָלט פֿון דער מאַכט אַראָפּגעוואָרפֿן. אָבער דאָס מאָל קומט ער צו איר צוריק מיט די זעלבע מענטשן פֿון דעם עקסטרעם־רעכטן לאַגער, אָבער בראָש פֿון זיי — אַ טריִומוויראַט, אַ "טראָיקע", מיט אַבֿיגדור ליבערמאַן, דעם פֿירער פֿון “ישׂראל ביתּנו", און דעם אומפּאַרטיייִשן "מיניסטער צו פֿאַרדינגען", דעם יוסטיץ־מיניסטער דניאל פֿרידמאַן.

ווי באַוווּסט — און אַזוי זאָגט מען — באַקומט יעדעס פֿאָלק אַזאַ רעגירונג, וואָס עס האָט זיך פֿאַרדינט, און יעדער אויסגעוויילטער מנהיג האָט רעכט זיך אויסצוּוויילן זײַנע שותּפֿים צו דער מאַכט. אַזאַ מלוכישע אָנפֿירערשאַפֿט האָט דאָס פֿאָלק אין ישׂראל אויסגעוויילט פֿאַר זיך אין דעמאָקראַטישע וואַלן, און אַזוי וועט קענטיק אויסזען די רעגירונג, וואָס ווערט איצט געבוירן בראָש מיט אָט דער "טראָיקע". אלא מה? זי וועט זײַן די סאַמע רעכטסטע רעגירונג אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל, באַזירט אויף אַ קאָאַליציע מיטן אָנטייל פֿון חסידים פֿון דעם טרויעריק־באַרימטן ראַבײַ כּהנא, און וועט זײַן דער עקסטרעמער היפּוך צו דער נאָרוואָס אויפֿגעקומענער — אויך דעמאָקראַטיש־געוויילטער — ליבעראַלער אַדמיניסטראַציע פֿון באַראַק אָבאַמאַ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע — אַזוי האָט אָבער דאָס פֿאָלק, אָדער די "גרעסערע העלפֿט" פֿונעם פֿאָלק געוואָלט און באַשלאָסן. אלא טאָמער איז עלול די דאָזיקע רעגירונג מיט אַזאַ באַשרענקטן אָנשפּאַר און מיט אַזאַ קורצן לעבנס־אויסזיכט אַרײַנגעצויגן ווערן אין אַ פּערמאַנענטן קאָנפֿליקט מיט די ביז־איצטיקע פֿאַרבינדעטע, און דער עיקר, מיט דער נײַער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע און וועט, חלילה, פֿאַרלירן איר אָנשפּאַר און אונטערשטיצונג — ווער וועט ווײַטער אויסהאַלטן די מדינה, פֿון וואָס וועט זי לעבן? — פֿרעגן לײַטן.

זאָגן די "אייביקע אָפּטימיסטן", אַז עס איז איבעריק די זאָרג, וואָס האָט באַהערשט די מענטשן פֿון דער דורכגעפֿאַלענער מינדערהייט, די פֿון דער "קלענערער העלפֿט". במילא, זאָגן זיי, וועט דאָך די רעגירונג, וואָס ווערט איצט געבוירן, נישט האָבן קיין לאַנגן לעבנס־דויער, זי וועט אויפֿגעריסן ווערן פֿון אינעווייניק — נישט צוליב אידעאָלאָגישע חילוקי־דעות, נאָר צוליב די קעגנזעצלעכע עגאָ־פּאָליטישע פֿאַרלאַנגען און דעם סעקטאָראַלן שאַנטאַזש, בעת יעדע איינע פֿון די באַטייליקטע שותּפֿים אין דער קאָאַליציע שטעלט מיט זיך פֿאָר "דאָס צינגל פֿון דער וואָג", וואָס אָן אים קען זיך צעפֿאַלן דער גאַנצער בנין פֿון דעם צוזאַמענגעשטעלטן "לעגאָ".

אָבער אין דער טראָיקע איז נתניהו דער באַצוווּנגענער פֿון דעם אמתדיקן דעה־זאָגער אין דעם פּאָליטישן דרײַעק, דאָס איז אַבֿיגדור ליבערמאַן, דער גיך אויפֿגעקומענער "סטאַר" אויפֿן פֿאַרוואָלקנטן הימל פֿון ישׂראל, וועלכער איז רעשיק אויסגעוואַקסן אויפֿן באָדן פֿון דער אומבאַהאָלפֿנקייט אין אָנבליק פֿון די גרויסע געפֿאַרן און אויספֿאָדערונגען, פֿאַר וועלכע עס שטייט די מדינה. ער איז געקומען צו דער דאָזיקער קאָאַליציע, און בפֿרט צו דער אָנפֿירנדיקער "טראָיקע", נישט ווי אַ "צינגל פֿון דער וואָג", נאָר ווי אַ דעראָבערער און ווי אַן עקזעקוטאָר, וואָס פֿאַרלאַנגט דעם שׂכר פֿאַר זײַן נצחון — פֿון פֿאָרויס.

און דער שׂכר, וועלכן ער פֿאַרלאַנגט — און האָט אים שוין כּמעט באַקומען — איז פֿון אַ גאָר הויכן סגאַל. ווי דער פֿירער פֿון דער דריט־גרעסטער פּאַרטיי, נאָך דעם ווי "ישׂראל ביתּנו" האָט איבערגעיאָגט די "עבֿודה" (מיט 15 קעגן 13 מאַנדאַטן), פֿאַרלאַנגט ער צוויי פֿון די דרײַ העכסט־וויכטיקע מיניסטעריומס: דאָס זיכערהייט־מיניסטעריום, כּדי עס צו קענען פֿאַרוואַנדלען אין אַ קריגס־מיניסטעריום, און דאָס אויסערן־מיניסטעריום, כּדי צו קענען ווײַזן דער וועלט אַן אויסגעשטרעקטע פֿײַג, און די פּאַלעסטינער — אַן אײַזערנע פֿויסט.

און אויב דאָס איז נאָך ווייניק, פֿאַרלאַנגט ער נאָך דעם פֿערטן העכסט־וויכטיקן פּאָרטפֿעל — דאָס יוסטיץ־מיניסטעריום. דעם דאָזיקן פּאָרטפֿעל פֿאַרלאַנגט ער, אָבער נישט פֿאַר זיך, און אויך נישט אַפֿילו פֿאַר זײַן פּאַרטיי, אָבער אויפֿן “חשבון" פֿון זײַן פּאַרטיי. דאָס וויל ער “שענקען" דעם איצטיקן יוסטיץ־מיניסטער דניאל פֿרידמאַן — ווי אַן “אומפּאַרטיייִשן מיניסטער צו פֿאַרדינגען". אים וויל ער אויך אַרײַנברענגען אין דער פֿאַקטיש הערשנדיקער טראָיקע, ווי “אַ מומחה" אין די ענינים פֿון געזעץ און מישפּטים.

עס איז נישטאָ וואָס זיך צו וווּנדערן הלמאי אָלמערט און חיים רמון האָבן בשעתו “אויסגעבאָרגט" פֿרידמאַנען פֿון דער אַקאַדעמיע, און פֿאַרוואָס ליבערמאַן וויל אים איצט ירשענען — אין זכות פֿון פֿרידמאַנס עקסטרעמער קעגנערשאַפֿט צום העכסטן געריכט, און אין זכות פֿון זײַנע אַגרעסיווע פּראָיעקטן פֿון “רעפֿאָרמען", וואָס זאָלן צעברעכן דעם כּוח און די זעלבשטענדיקייט פֿון די העכסטע יורידישע אינסטאַנצן אין לאַנד קעגנאיבער דער פּאָליטישער מאַכט און אירע פּרוּוון צו באַגרענעצן די מענטשן־רעכט.

דאָס געריכט־וועזן אין לאַנד געפֿינט זיך שוין יאָרן אונטער אַן אומאויפֿהערלעכן דרוק פֿון אָנגריפֿן מצד די פֿרומע און אויך מצד די “וועלטלעכע" עקסטרעמיסטן, קעגן וועמען די יורידישע אינסטאַנצן זענען ווי דערנער אין די אויגן און דינען ווי אַ רעטונגס־ברעט קעגן די עוולות און דיסקרימינאַציעס און שטעלן זיך אײַן פֿאַר די קרבנות פֿון דעם אומגעזעצלעכן מלוכישן ווילקיר. ביז אַ וואָך פֿאַר זײַן נאָמינאַציע ווי דער יוסטיץ־מיניסטער אין דער רעגירונג פֿון “קדימה", האָט פּראָפֿ’ פֿרידמאַן פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער פּרעסע פֿלאַם־פֿײַערדיקע העץ־אַרטיקלען קעגן דעם העכסטן געריכט, און אין די לעצטע צוויי וואָכן האָבן די גאָר לעצטנס פּענסיאָנירטע צוויי העכסטע ריכטערס — דער פּרעזידענט פֿון העכסטן טריבונאַל אַהרן ברק און דער ריכטער משאל חשין (לייען: משאַעל כעשין) עפֿנטלעך געוואָרנט, אַז פֿרידמאַן איז בפֿירוש געפֿערלעך פֿאַר דער מדינה און פֿאַר איר דעמאָקראַטישן רעזשים.

אָבער דער מיניסטער דניאל פֿרידמאַן איז געוואָרן דער שוץ־מיניסטער פֿאַר די אַלע מלוכישע מנהיגים, וואָס זענען פֿאַרדעכטיקט אין קאָרופּציע און ווערן געפֿאָרשט דורך דער פּאָליציי — און דאָס איז אויך די סיבה הלמאַי עס פֿאַרלאַנגט אים אַזוי שטאַרק דער מנהיג פֿון “ישׂראל ביתּנו" און מיניסטער־קאַנדידאַט אַבֿיגדור ליבערמאַן, וועלכער איז איצט דאָס אַקטועלע ציל־ברעט פֿון דער קרימינאַל־פּאָליציי. איז דעריבער טאַקע קיין חידוש נישט, הלמאַי ער האָט פֿאַרלאַנגט פֿון נתניהון אויך דאָס פּאָליציי־מיניסטעריום (מיניסטעריום פֿאַר אינערלעכער זיכערהייט) פֿאַר זײַן פּאַרטיי, כּדי איבערצונעמען די פֿולע אויפֿזיכט איבער די אינסטאַנצן פֿון היטן די געזעצלעכקייט אין לאַנד.

עס איז כּדאַי אָנצוּווײַזן, אַז נישט געקוקט אויף זײַנע ברוטאַל־אַגרעסיווע אויפֿטריטן און אַוואַנטוריסטישע רעיונות, און זײַנע פּאָפּוליסטישע לאָזונגען, וואָס מאַנכע זעען אין אים אַ גילגול פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם עסטרײַכישן מנהיג הײַדריך הײַדער, איז אַבֿיגדור אַ דורכגעטריבענער און אינטעליגענטער פּאָליטיקער, וואָס האָט געלערנט די פּאָליטישע טריקן פֿון דער ישׂראלדיקער דערפֿאַרונג זײַענדיק נתניהוס געהילף און פֿאַרטרויונגס־מאַן אין די יאָרן פֿון נתניהוס פֿריִערדיקער דורכגעפֿאַלענער פּרעמיערשאַפֿט. ער האָט זיך אָבער צוגעאייגנט די שיטה פֿון ברוטאַלע אָנגריפֿן און אַוואַנטוריסטישע לאָזונגען פֿון באַקאַנטן סטיל. ליבערמאַן, וועלכער האָט בשעתו גערופֿן צו באָמבאַרדירן די אַסואַן־דאַמבע און האָט לעצטנס אין דער כּנסת געשיקט דעם עגיפּטישן פּרעזידענט “צו אַלדי רוחות" — ער וויל דאָס אויסערן־מיניסטעריום, וואָס נתניהו האָט געהאַט “צוגעזאָגט" דעם מנהיג פֿון "ליכּוד" נומער צוויי, סילוואַן שלום.

נתניהו האָט פּרובירט אויסצונוצן די מאַכט־גײַציקייט פֿון דעם ווידער דורכגעפֿאַלענעם מנהיג פֿון “עבֿודה", אהוד ברק, וועמען עס איז אַ שאָד צו פֿאַרלאָזן זײַן באַליבטן פּאָרטפֿעל פֿון דעם זיכערהייט־מיניסטעריום און מיט זײַן הילף אָפּצושוואַכן ליבערמאַנס אַפּעטיטן. אָבער ברק האָט זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ שטאַרקן ווידערשטאַנד אין זײַן פּאַרטיי, און אין “ליכּוד" קאָכט זיך די קעגנערשאַפֿט צו נתניהוס נאָכגיביקייט אויפֿן חשבון פֿון די אייגענע “קאַנדידאַטן" פֿון דער פּאַרטיי...

דאָס אַלץ אָבער איז דערווײַל נאָך “על תּנאי". דאָס דינגעניש, וואָס איז נישט קיין פּורים־שפּיל, איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט, כאָטש די צוגעטיילטע 28 טעג האַלטן שוין בײַם אויסגיין.

תּל־אָבֿיבֿ, 10טער מערץ 2009`