רעצעפּטן

איר וועט מיר מוחל זײַן, אָבער קיין ייִדיש וואָרט פֿאַר "בראַוניס" איז פּשוט נישטאָ בנימצא.

דער רעצעפּט איז געזינטער ווי געוויינטלעך, ווײַל עס ניצט אַ העלפֿט פֿון דער פּוטער, און פֿאַרבײַט עס מיט אַ ביסל קאַנאָלע־בוימל. מע ניצט אויך ווייניקער אייער, צוקער און מעל. ווי איר וועט אַליין זען, איז עס פּונקט אַזוי געשמאַק ווי די מער פֿעטיקע, זיסערע "בראַוניס".

שפּריצבוימל
3 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער
2 לעפֿל קאַנאָלע־בוימל
4 אונץ (115 גראַם) האַלב־זיסער שאָקאָלאַד
3/4 טעפּל ברוינער צוקער
1/4 טעפּל ווײַסער צוקער
2 לעפֿעלעך וואַניל
2 אייער
1 לעפֿל געקאָכטע קאַווע
1/4 טעפּל קאַקאַאָ
3/4 טעפּל מעל
1/4 לעפֿעלע באַקסאָדע

הייצט אָן דעם אויוון ביז 325 גראַד (162 צעלזיוס). באַשפּריצט אַ קליינעם בעקן מיט שפּריצבוימל.

קאָמבינירט די פּוטער, בוימל און שאָקאָלאַד און גיט עס אַרײַן אין אַ מיקראָכוואַלניק, ביז אַלץ צעלאָזט זיך. מישט אַרײַן דעם ברוינעם און ווײַסן צוקער און וואַניל מיט אַ הילצערנעם לעפֿל. קלאַפּט אַרײַן די אייער, קאַווע, קאַקאַאָ, מעל און באַקסאָדע ביז מע זעט מער נישט דאָס מעל.

גיסט אַרײַן דאָס געמיש אינעם בעקן און באַקט עס אָפּ צווישן 30 און 40 מינוט, ביז אַ ציין־שטעכער וואָס איר שטעקט אַרײַן אין מיטן קומט אַרויס ריין.