חיים-נחמן ביאַליק |
ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט חיים-נחמן ביאַליק פֿעסט געהאַלטן דעם שם פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַלן דיכטער. ער האָט שוין געהאַט אָנגעשריבן זײַנע בעסטע און סאַמע באַרימטע לידער, און געשאַפֿן אַ מוסטערהאַפֿטיקע ליטעראַרישע פּערזענלעכקייט פֿון אַ ייִדישן דיכטער. עס איז ניט קיין חידוש, וואָס דער יונגער דור ייִדישע און העברעיִשע דיכטער האָט רעבעלירט קעגן דעם אויטאָריטעט פֿון דעם אַלטן מײַסטער, ווײַל נאָר אויף אַזאַ אופֿן קאָן מען אַנטוויקלען אַ לעבעדיקע ליטעראַטור.
ווי עס דערמאָנט זיך נחום אויסלענדער אין זײַנע זכרונות, וועלכע זײַנען דערשינען ערשט אין די 1960ער יאָרן אין "סאָוועטיש היימלאַנד", האָט ביאַליק געמאַכט אַ שלעכטן אײַנדרוק אויף דעם רעדל פֿון יונגע ייִדישע ליטעראַטן בעת זײַן באַזוך אין קיִעוו אין 1910 אָדער 1911. ביאַליק האָט זיך געהאַלטן גרויס, גערעדט דער עיקר מיט די פּני און די גבֿירים, און ניט באַמערקט די יונגע ייִדישע דיכטער. די באַציִונג פֿון די "קיִעווער" צו ביאַליקן האָט פֿאַרסך־הכּלט נחמן מײַזיל אין זײַן עסיי, וואָס ער האָט אָנגעשריבן אין 1917׃
"נישטאָ אין די שירים פּערזענלעכע מאָטיוון, וואָס שטאַמען פֿון אייגענער צופֿרידנקייט אָדער אייגענער אַנטציקונג." די סיבה פֿון ביאַליקס שעפֿערישער באַגרענעצטקייט האָט געהאַט אַ נאָמען׃ אַחד־העם. ווען ביאַליק איז אַרויס אויף דער פּאָעטישער בינע מיט זײַנע ערשטע שירים, "עס רעדט נאָך נישט אין זיי דער אויסדערוויילטער, גאָטס־געבענטשטער משורר, עס דריקן זיך דאָ אויס געדאַנקען פֿון אַחד־העמס בית־מדרש". און הגם ביאַליק האָט מיט דער צײַט אַנטוויקלט זײַן אייגענע און אָריגינעלע פּאָעטישע שטים, איז זײַן וועלטבאַנעם פֿאַרבליבן באַגרענעצט דורך דעם אידעאָלאָגישן סדום־בעטל פֿון אַחד־העמס "גײַסטלעכן ציוניזם".
ביאַליקס סאַמע באַרימטע ווערק איז אַוודאי זײַן ליד "אין שחיטה־שטאָט", אָנגעשריבן נאָך דעם קעשענעווער פּאָרגראָם. דער דיכטער רעדט דאָ ווי אַ נּבֿיא, וועלכער באַשולדיקט ניט די פּאָגראָמשטשיקעס, נאָר די ייִדישע קרבנות אין פּאַסיווקייט און בלינדן בטחון. דער קריטישער פּאַטאָס פֿונעם ליד האָט אויפֿגעטרייסלט דעם ייִדישן כּלל אין דער תּקופֿה פֿון דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע.
אָבער די פּאָגראָמען און שחיטות, וואָס זײַנען באַפֿאַלן די ייִדישע באַפֿעלקערונג מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, בעת און נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, זײַנען געווען אַ סך בלוטיקער און שוידערלעכער, איידער אין 1903. דער פּאַטעטישער טאָן פֿון ביאַליקס פּאָעזיע האָט מער זיך ניט אַרײַנגעפּאַסט אין דער טראַגישער ווירקלעכקייט, און די יונגע דיכטער האָבן געדאַרפֿט געפֿינען נײַע שפּראַך־מיטלען.
וועגן דעם האָט געשריבן לייב קוויטקאָ אין דער הקדמה צו זײַן בוך "1919", וואָס איז אַרויס אין בערלין אין 1923׃ "וועט אַ טעות און אַ ווייטיק זײַן, אויב מען וועט מײַן בוך — רגעס אויף דער דינער־דינער שאַרף פֿון זײַן און ניט־ווערן — אויב מען וועט עס אויפֿנעמען אַלס דיכטונג, אַלס לידער וועגן פּאָגראָם." קוויטקאָ האָט ניט באַשריבן די געשעענישן פֿון דרויסן, ניט געשאַפֿן בילדער פֿון געוואַלד און רציחות, וואָס ער האָט געזען בעת די פּעטליורע־פּאָגראָמען אין אומאַן. ער האָט איבערגעגעבן זײַן אינערלעכע דערפֿאַרונג און איבערלעבונגען, געשאַפֿן אימאַזשן פֿון אינעווייניקן שרעק און פּחד.
די מלחמה־תּקופֿה האָט געענדערט דאָס פּאָעטישע איך־געשטאַלט סײַ אין ייִדישער, סײַ אין דער העברעיִשער ליטעראַטור. איינער פֿון די סאַמע ראַדיקאַלע מגידים פֿון דער נײַער דיכטערישער תּורה איז געווען פּרץ מאַרקיש. ווען ער איז געקומען מיט זײַנע ערשטע לידער קיין אָדעס און זיי פֿאָרגעלייענט ביאַליקן, איז דער גרויסער נאַציאָנאַלער דיכטער, צוערשט, געווען צופֿרידן. אָבער אין גיכן איז ביאַליק אַרײַן אין כּעס און אַרויסגעטריבן מאַרקישן מיט די ווערטער "יונגאַטש! גיי אַרויס פֿון דאַנען!"
מאַרקיש איז ממשיך געווען זײַן סיכסוך מיט ביאַליקן אין די צוואַנציקער יאָרן, ווען ער האָט געשאַפֿן, צוזאַמען מיט מלך ראַוויטשן און אורי־צבֿי גרינבערגן, די עקספּרעסיאָניסטישע גרופּע "כאַליאַסטרע". אין זײַן רעדע "די עסטעטיק פֿון קאַמף אין דער מאָדערנער דיכטונג", וואָס ער האָט געהאַלטן אין וואַרשע אין 1922, האָט מאַרקיש געטענהט, אַז די אַלטע, קלאַסישע טראַדיציע איז מער ניט שײַכותדיק פֿאַר דער נײַער היסטאָרישער סיטואַציע׃ "אייביק איז דער מענטשלעכער גײַסט, זײַן אומרו און זײַן דאָרשט. און גלײַך ווי איצט, אַז מען ווערט איבערגעפֿלאָסן פֿון שטורעם און וויכער און מען וויל ‘געניסן’ תּענוג און רו — עפֿנט מען אויף דעם שראַנק מיט קלאַסיקער און מען דרעמלט אײַן אויפֿן מיטן זײַטל".
מאַרקישעס רמז איז דאָ גאַנץ קלאָר׃ ער מיינט ביאַליקס באַרימט ליד "פֿאַרן ספֿרים־אַלמער". אינעם ליד באַשרײַבט ביאַליק זײַן אומקער צו דעם שראַנק מיט אַלטע ביכער, וועלכע האָבן אַמאָל אויפֿגעוועקט זײַן גײַסט׃ "כ׳האָב אויסגעלערנט זיך, מײַן גײַסט בײַ אײַך באַהאַלטן// און מײַנע טרוימען אין די שורות אײַערע פֿאַרפֿלעכטן." איצט אָבער, ווען דער מידער פֿון זײַן דערפֿאַרונג דיכטער וויל זיך דערפֿרישן בײַ דעם אַלטן קוואַל, פֿאַרבלײַבן די ביכער שטום און פֿרעמד "איך קוק, איך זע — און טו אײַך ניט דערקענען, זקנים".
אין זײַן אַנטוישונג קערט זיך ביאַליקס לירישער העלד צו די שטערן אינעם קאָסמישן חלל, אָבער זיי ענטפֿערן אים מיט שווײַגן. דער דיכטער פֿרעגט זיך מיט טרויער, הלמאַי איז דאָס דערפֿאַר, וואָס "איך האָב אײַער שפּראַך שוין לאַנג פֿאַרגעסן,// פֿאַרשטיי ניט אײַער לשון מער, מיט זײַנע סודות?". ער פֿאַרענדיקט זײַן ליד מיט אַ בענקענדיקער בקשה, וואָס בלײַבט ניט פֿאַרענטפֿערט׃ "גאָטס שטערן, ענטפֿערט מיר — ווײַל מיר איז אומעטיק."
פֿאַר מאַרקישן איז ביאַליקס מעלאַנכאָלישער אומעט ניט מער ווי אַ סימן פֿון דער אומבאַהאָלפֿנקייט פֿון דער אַלטער ייִדישער קולטור פֿאַר דער נײַער ווירקלעכקייט. פֿאַרן קאָסמאָס, זאָגט ער, איז דער אַלטער שראַנק מיט ביכער "נישט איבעריק וויכטיק". דער נײַער סטיל דאַרף זיך אָפּזאָגן פֿון דער ירושה און זיך אומקערן צו דעם פּרימיטיוו׃ "דער פּרימיטיוו, דער איינציקער און נאַטירלעכער יורש, זעגט אָפּ און שנײַדט אַרום די פֿוילע און געשטאָרבענע צווײַגן פֿונעם קולטור־גאָרטן, [...] כּדי צו פֿאַרהיטן פֿון אָננעמעניש די געזונטע אבֿרים פֿון די ביימער."
מאַרקיש און זײַן חבֿר גרינבערג זײַנען געווען אויסן צו שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע קולטור, וואָס זאָל מבֿטל מאַכן דעם אַלטן גלות־אומעט. זיי האָבן געגלייבט אינעם נײַעם מעשׂה־בראשית, וואָס זאָל שאַפֿן אַ נײַעם אָדם־הראשון, אין סאָוועט־רוסלאַנד אָדער אין ארץ־ישׂראל. אויף דער עלטער האָט ביאַליק אָפּגעשאַצט דעם נײַעם פּאָעטישן סטיל גאַנץ איראָניש. אין זײַן אייגנאַרטיקן צוויישפּראַכיקן נוסח האָט ער אַ זאָג געטאָן וועגן גרינבערג׃ "הנה גזלן אחד היודע לומר דבֿרים (אָט איז דער גזלן, וואָס קאָן אַרויסזאָגן ווערטער אַזוי), אַז די קישקעס דרייען זיך איבער."