פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿ׳ דבֿ לעווין
פּראָפֿ׳ דבֿ לעווין

די אַרויסזאָגונגען און דערקלערונגען פֿון פּראָפֿעסאָרן, אינטעלעקטואַלן און שרײַבער אין די ליטווישע דעלעגאַציעס בײַ דעם אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יריד, וואָס איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן מיט אַ חודש צוריק אין ירושלים לגבי די באַציִונגען און האַנדלונגען פֿון די ליטווינער צו דער ייִדישער באַפֿעלקערונג בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָבן געהאַט אַ ברייטן אָפּקלאַנג אין דער העברעיִשער און ענגלישער פּרעסע אין ישׂראל און אויך אין אויסלאַנד.

ווי איך האָב שוין דערמאָנט אין מײַן לעצטן “בריוו פֿון ירושלים", זענען אין לויף פֿון די פּאַנעל־דיסקוסיעס פֿאָרגעקומען שאַרפֿע רעאַקציעס און וואָרט־אויסטוישן פֿון אַ צאָל אָנוועזנדיקע אין זאַל, צו די “מה־יפֿיתדיקע" דערקלערונגען פֿון אייניקע מיטגלידער פֿון די דעלעגאַציעס, וועגן די ליטווישע קאָלאַבאָראַטאָרן, וועלכע האָבן אָנטייל־גענומען און געהאָלפֿן די דײַטשישע מערדער אין די שחיטות, אין דער אויסראָטונג פֿון די ייִדן אין ליטע און אַנדערע געגנטן אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע.

עס איז געווען גאָר פּײַנלעך צו הערן ווי אַזוי ד"ר אפֿרים זוראָף, דירעקטאָר פֿון “וויזענטאַל"־צענטער אין ישׂראל, האָט הויך, מיט כּעס און פֿאַרביטערונג, דערקלערט פֿאַר די מיטגלידער פֿון דעם פּאַנעל, אַז זייער פֿאַרצווײַגטע דעלעגאַציעס צום יריד אין ירושלים, און זייער אינטענסיווע דיסקוסיעס, איז אַן אויסדריקלעכער און בפֿירושער באַווײַז פֿון פּראָפּאַגאַנדע, פֿון אַ ווילן צו ריינוואַשן די ליטווינער פֿון זייער שולד אין מיטאַרבעטן מיט די דײַטשן, און אין העלפֿן זיי אויספֿירן זייערע מערדערלעכע פּלענער.

ער האָט אויך אָנגעוויזן פֿון זײַן אייגענער דערפֿאַרונג ווי אַ “נאַצי־יעגער", וואָס ער פֿירט אויס אינעם ישׂראל־אַמט בײַם “וויזענטאַל"־צענטער, אַז די ליטווישע רעגירונג האָט אין לויף פֿון לאַנגע יאָרן כּסדר זיך אָפּגעזאָגט צו שטעלן צום מישפּט די ליטווישע קאָלאַבאָראַטאָרן — שותּפֿים פֿון די דײַטשן, פֿאַר זייערע מערדערלעכע אַקטן קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. זיי גייען אַרום פֿראַנק־און־פֿרײַ אין ליטע, אַ סך פֿון זיי זענען מיט דער צײַט אויך רעהאַביליטירט געוואָרן.

עס איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז צווישן די מיטגלידער פֿון די ליטווישע דעלעגאַציעס, סײַ בײַם ביכער־פֿאַרקויף, און סײַ אין די פּאַנעל־דיסקוסיעס, איז געווען אַ גרויסער פּראָצענט אַקאַדעמיקער און אינטעלעקטואַלן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם...

ער האָט אויך אָנגעוויזן, אַז די ליטווישע פּראָקוראַטור און די אַנטיסעמיטישע עלעמענטן אין דער ליטווישער רעגירונג, האָבן באַשולדיקט ד"ר יצחק אָרדן (אַראַדן), דעם געוועזענעם פֿאָרזיצער פֿון “יד־ושם" ווי אַ “קריגס־פֿאַרברעכער", וועלכער האָט אין דער צײַט פֿון דער מלחמה, צוזאַמען מיט זײַנע חבֿרים־פּאַרטיזאַנער אין די ליטווישע וועלדער, דערמאָרדעט “אומשולדיקע" ליטווינער. מען דאַרף זיי איצט שטעלן פֿאַר אַ מישפּט זיי זאָלן באַקומען זייער שטראָף.

* * *

אין דעם זעלבן גײַסט האָט מיט עטלעכע טעג שפּעטער רעאַגירט נאָך שטאַרקער דבֿ לעווין, פּראָפֿעסאָר אין עמעריטור פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, אַליין אַ געוועזענער פּאַרטיזאַן אין די ליטווישע וועלדער, מיטגליד פֿון ראַט פֿון “יד־ושם" אין ירושלים, היסטאָריקער, פֿאָרשער פֿון חורבן אין די באַלטישע לענדער, מחבר פֿון 18 ביכער וועגן חורבן, וואָס זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין אַ צאָל שפּראַכן.

אין צוזאַמענהאַנג מיט מײַן הײַנטיקן “בריוו פֿון ירושלים" און בשײַכות מיט זײַן לעצטן אַרטיקל אין “האָרץ", האָב איך זיך געטראָפֿן מיט פּראָפֿ' לעווין און געהאַט מיט אים אַ לענגערן שמועס.

ער האָט מיר דערציילט, אַז ער איז געווען אײַנגעלאַדן דורך די ליטווישע פֿאַקטאָרן אין ישׂראל אָנטייל צו נעמען אין די פּאַנעל־דיסקוסיעס וועגן דער געשיכטע פֿון ליטווישן ייִדנטום און זייער אומקום אין דער צײַט פֿון קריג, אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע. ער האָט זיך אויסדריקלעך אָפּגעזאָגט פֿון דער אײַנלאַדונג, ווײַל אויך ער, אַזוי ווי ד"ר אפֿרים זוראָף, זענען געווען איבערצײַגט, אַז די ליטווישע אָרגאַנען מאַכן לעצטנס אַ קאָלאָסאַלן אָנשטרענג, און לאָזן ניט דורך קיין מעגלעכע געלעגנהייט, צו דעמאָנסטרירן און דערמיט געפֿעלן ווערן די מערבֿ־מדינות, אַז זיי טרייסלען זיך אָפּ פֿון די האַנדלונגען לגבי די ייִדן אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דערצו מאַכן זיי אויך דעם אָנשטעל, אַז זיי שאַצן שטאַרק אָפּ דעם ייִדישן בײַטראָג אין דער אַלגעמיינער ליטווישער קולטור און געשיכטע בכלל...

זיי פֿאַרגעסן אויך ניט צו דערמאָנען, אַז עס זענען געווען נאָבעלע ליטווינער, וועלכע האָבן ריזיקירט מיט זייערע לעבנס, אויסצובאַהאַלטן און ראַטעווען ייִדן פֿון די דײַטשישע מערדער (ניט ליטווישע, פֿאַרשטייט זיך...).

פּראָפֿ' דבֿ לעווין לייקנט ניט, אַז אַזעלכע פֿאַלן זענען טאַקע געווען, אָבער ער ווייסט גענוי, אַז אַ גאָר קליינער פּראָצענט פֿון דער ליטווישער באַפֿעלקערונג האָט געראַטעוועט אַ צאָל ייִדן. “זיי פֿאַרגעסן, — האָט ער געזאָגט, — אַז עס זענען אויך געווען אַ סך ליטווינער, וואָס האָבן געכאַפּט און גערודפֿט ייִדן און זיי איבערגעגעבן אין די דײַטשישע הענט".

פּראָפּאָרציאָנעל, אין פֿאַרגלײַך מיט דעם וואָס עס איז געשען אין אַנדערע שכנותדיקע לענדער, איז אין ליטע געבליבן לעבן אַ קליינער פּראָצענט ייִדן. ס'רובֿ פֿון זיי זענען אומגעקומען דורך די דײַטשן און זייערע ליטווישע אַרויסהעלפֿער אין די געטאָ־שחיטות, און אין די אַרבעטס־ און צוואַנגלאַגערן.

די וועלכע זענען געבליבן לעבן, זענען פֿריִער אַנטלאָפֿן קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ זיי האָבן געדינט אין דער ליטווישער דיוויזיע, אָדער זיך באַטייליקט אין דער פּאַרטיזאַנער־באַוועגונג אין די וועלדער אַרום.

דער אַרטיקל פֿון פּראָפֿ' דבֿ לעווין איז דערשינען אויף דער רעדאַקציע־זײַט פֿון “האָרץ", דעם 22סטן פֿעברואַר אין עבֿרית אונטערן בולטן קאָפּ “צבֿיעות ליטאָית" (ליטווישע היפּאָקריטסטווע) און אין דער ענגלישער אויסגאַבע פֿון “האָרץ" איז עס געווען אונטערן קאָפּ “Lithuanian Hypocrisy".

ער האָט מיר דערציילט, אַז נאָך דעם ווי זײַן שאַרפֿער אַרטיקל איז דערשינען אין דער פּרעסע, האָט ער באַקומען צענדליקער טעלעפֿאָן־רופֿן פֿון גאַנצן לאַנד, און פֿון אויסלאַנד, פֿון אַזוי ווײַט ווי אויסטראַליע. די לייענער האָבן אים אָפּגעגעבן אַ יישר־כּוח און אָנערקענונג פֿאַר זײַן מוטיקער און דרייסטער אָנקלאַגע קעגן די צבֿועקישע דערקלערונגען און האַנדלונגען פֿון די ליטווישע אינסטאַנצן, און פֿאַר דעמאַסקירן זייער צוויי־פּנימדיקן פּרצוף פֿאַר דער גאַנצער וועלט.

אָט זענען עטלעכע אויסצוגן פֿון דעם דאָזיקן אַרטיקל:

..."אין די לעצטע יאָרן באַמיִען זיך די ליטווישע אינסטאַנצן צו פֿאַרבעסערן זייער פּאָליטישן אימאַזש פֿאַר דער עפֿנטלעכער מיינונג אין ישׂראל און אין אייראָפּע בכלל. די דיסקוסיעס בײַ דעם אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יריד אין ירושלים, איז אַ טייל פֿון זייער גוט־פּלאַנירטער פּראָפּאַגאַנדע־קאַמפּאַניע.

זיי מאַכן דעם אָנשטעל, אַז זיי זענען פֿרײַנדלעך צו ישׂראל, און פֿון דער צווייטער זײַט, לייקענען זיי אָפּ די שולד פֿון די ליטווישע אַרויסהעלפֿער און שטיצער פֿון די דײַטשן בײַם אויספֿירן דאָס אויסראָטן די ייִדן אין ליטע און אַנדערע לענדער אַרום".

פּראָפֿ' דבֿ לעווין דריקט אויס זײַן צער און צאָרן וואָס מדינת־ישׂראל האַלט אָן אַמביוואַלענטע באַציִונגען מיט דער ליטווישער רעגירונג, קאָמערציעלע און פּאָליטישע קאָנטאַקטן, און האָט ניט געפֿונען ביז איצט פֿאַר נייטיק, אָפֿיציעל, צו פֿאַרדאַמען די ליטווישע רעגירונגען פֿאַר דולדן און ניט שטעלן צום געריכט די צענדליקער און אפֿשר הונדערטער ליטווישע קאָלאַבאָראַטאָרן מיט די דײַטשישע מערדער, וואָס לעבן נאָך פֿראַנק־און־פֿרײַ אין דער הײַנטיקער ליטע.

בײַם סוף פֿון זײַן אַרטיקל שטעלט פּראָפֿ' לעווין פֿעסט, אַז “מיט דער הילף פֿון איר אַמבאַסאַדע אין ישׂראל באַמיט זיך די ליטווישע רעגירונג צו פֿאַרווישן און באַהאַלטן די חרפּה פֿון זייער שולד, אויסנוצנדיק אַ נײַע שיטה, נעמלעך: צו שיקן גײַסט־מענטשן, אַקאַדעמיקער און אינטעלעקטואַלן, אייניקע פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, “מלחכי־פּינכּא" (אונטערלעקערס), וועלכע זאָלן קומען אין ירושלים, די הויפּטשטאָט פֿון ישׂראל, צו פֿאַרמינערן, און אַפֿילו ריינוואַשן די שולד פֿון די ליטווינער, וועלכע האָבן מיטגעהאָלפֿן די דײַטשישע רוצחים אומצוברענגען און אויסמאָרדן די ייִדן אין ליטע און אַנדערע שכנותדיקע לענדער, בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה".