פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עמיגראַציע, ווי אַ וועג זיך צו ראַטעווען פֿון פֿאַרשידענע צרות בײַ זיך אין לאַנד, איז באַקאַנט נאָך פֿון קדמונים אָן. אויב נעמען די ייִדן, האָבן זיי עס דורכגעמאַכט נישט איין מאָל, און נישט תּמיד לויט זייער ווילן. די אייראָפּעער, ווידער, צוליב דעם מאַנגל אין אייגענע רעסורסן אויפֿן קאָנטינענט גופֿא, ווי אויך צו באַהערשן די אַנדערע פֿעלקער און שטחים, האָבן זיי געמוזט פֿירן כּסדר מלחמות צווישן זיך, וואָס פֿלעגט ברענגען צו אַ מאַסן־איבערוואַנדערונג סײַ אינעם לאַנד און סײַ אויסער דעם קאָנטינענט. אַוודאי, איז נישט צו פֿאַרגלײַכן די סיבות און מאַסשטאַבן פֿון דער אייראָפּעיִשער אימיגראַציע מיט דער ייִדישער; ווי עס זאָל אָבער נישט זײַן, איז די הויפּט־זאַך, אַז מענטשן האָבן געזוכט אַ נײַ אָרט, וווּ זיי וואָלטן געקאָנט לעבן בעסער און באַוואָרענען אַ בעסערן מאָרגן פֿאַר זייערע קינדער.

אַזוי פֿלעגן אויפֿגעשטעלט ווערן נײַע לענדער, וואָס אין תּוך זײַנען דאָס געווען קלענערע אָדער גרעסערע אייראָפּעיִשע אַנקלאַוון. וואָס שייך דעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, איז דער גרעסטער מקום־מיקלט פֿאַר מיליאָנען אייראָפּעער, בתוכם ייִדן, געוואָרן גאַנץ אַמעריקע, ווי אויך אויסטראַליע און דרום־אַפֿריקע.

און אָט איז געקומען דער 21סטער יאָרהונדערט, און די וועלט האָט אַרומגעכאַפּט די נײַע "מגפֿה" — דער אַזוי גערופֿענער "גלאָבאַלער עקאָנאָמישער קריזיס". קיינער ווייסט הײַנט נישט די אמתע סיבות פֿון דעם דאָזיקן עקאָנאָמישן (און נישט נאָר עקאָנאָמישן) קריזיס. קיינער ווייסט נישט, אין וואָס וועט ער זיך אויסלאָזן און וואָס דאַרף מען טאָן אים גובֿר צו זײַן. אויב רעדן וועגן די לענדער פֿון צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע, "די אָרעמע קרובֿים", ווי מע רופֿט זיי אין דער אַלטער אייראָפּע, דערוואַרט זיי אַ מאַסן־אַרבעטלאָזיקייט, אַ נידעריקער לעבנס־ניוואָ, וווּקס פֿון קרימינעלע פֿאַרברעכנס און אַ סך אַנדערע צרות. זייער פּרוּוו, דעם ערשטן מערץ, בעת דער קאָנפֿערענץ פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, זיך צו דערשלאָגן אַן ערנסטע הילף אין בריסל, איז דורכגעפֿאַלן. דער הויפּט פֿון דער אונגערישער רעגירונג, פֿערענץ דורטשאַן, האָט טאַקע געפֿאָדערט פֿינאַנציעלע הילף פֿאַר די נײַע לענדער־מיטגלידער, בסך־הכּל 160 מיליאַרד דאָלאַר; אָבער די גדולים פֿון דײַטשלאַנד און פֿראַנקרײַך האָבן אים געוויזן אַ פֿײַג. די בירגער פֿון די לענדער זײַנען שוין לאַנג צוגעוווינט זיך נישט צו פֿאַרלאָזן אויף זייערע רעגירונגען. זוכן די פּאָליאַקן, רומענער, בולגאַרן, ליטווינער און אַנדערע אײַנוווינער פֿון מיזרח־אייראָפּע אַ מעגלעכקייט צו עמיגרירן.

אַן אינטערעסאַנטער פֿאַקט: נישט ווייניק מענטשן וואָלטן געוואָלט פֿאַרלאָזן די לענדער פֿון דער אַלטער אייראָפּע. וואָס שייך די דײַטשן, וואַקסט די צאָל בעלנים צו פֿאַרלאָזן זייער היים פֿון יאָר צו יאָר: 145 טויזנט מענטשן האָבן עמיגרירט אין 2005; אין 2006 — שוין 155 טויזנט מענטשן; אין 2007 — 161 טויזנט. אויפֿן סמך פֿון דעם אויספֿרעג, דורכגעפֿירט פֿונעם סאָציאָלאָגישן אינסטיטוט Allensbach, איז יעדער פֿינפֿטער אײַנוווינער אין דײַטשלאַנד — אַ פּאָטענציעלער עמיגראַנט. ס‘רובֿ דײַטשן־עמיגראַנטן זײַנען הויך־קוואַליפֿיצירטע ספּעציאַליסטן, וועלכע האָבן באַקומען זייער בילדונג אין די דײַטשישע אוניווערסיטעטן.

די עמיגראַנטן פֿון דײַטשלאַנד האָבן ליב זיך צו באַזעצן אין די שכנותדיקע דײַטש־רעדנדיקע לענדער. אַזוי זײַנען אין יאָר 2007 אַרויסגעפֿאָרן קיין שווייץ 23 טויזנט דײַשטן; איבער 10 טויזנט — קיין עסטרײַך און בערך די זעלבע צאָל קיין פּוילן. 14 טויזנט דײַטשן האָבן עמיגרירט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן; 2,300 — קיין כינע; 1,250 — אין די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן. עס וואַקסט דער אינטערעס צו אויסטראַליע, קאַנאַדע און נײַ־זילאַנד. פֿונדעסטוועגן, פֿאָרט די מערהייט זיך צו באַזעצן אין די אייראָפּעיִשע לענדער, וואָס גייען אַרײַן אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. דאָ דאַרף מען נישט קיין וויזעס, נישט קיין אַרבעט־רעכט; דאָ זײַנען זיי אינטעגרירט אין די סאָציאַלע סיסטעמען און ס‘איז פּשוטער צו קריגן אַ מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג.

60 פּראָצענט פֿון די וואָס ווילן פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד, ווײַזן אָן, אַז זיי טוען עס צוליב די עקאָנאָמישע און פּראָפֿעסיאָנעלע סיבות. 15 פּראָצענט פֿאַררופֿן זיך אויף די פֿאַמיליע־ענינים — די ווײַבער פֿאָרן צו די מענער, אָדער פֿאַרקערט. דער חלק פֿון די עמיגראַנטן מיט אַן אַקאַדעמישער בילדונג איז 84 פּראָצענט. אַ פֿינפֿטל פֿון זיי זײַנען ספּעציאַליסטן אין מאַטעמאַטיק, אינפֿאָרמאַטיק, נאַטור־וויסנשאַפֿטן, אינזשענירן און אַרכיטעקטן. דערצו זײַנען דאָס מענטשן אין די בליִענדיקע יאָרן, וואָס האָבן בפֿירוש ניט קיין שלעכטע שטעלעס און האָבן שוין געמאַכט עפּעס אַ קאַריערע.

דער גרעסטער טייל פֿון אַזעלכע ספּעציאַליסטן־עמיגראַנטן זײַנען דאָקטוירים, הגם זיי פֿאַרדינען גאָר ניט שלעכט אויך אין דײַטשלאַנד. זעט אויס, אַז אין אַנדערע לענדער, ווערט זייער אַרבעט אָפּגעשאַצט נאָך העכער. גוטע אויסזיכטן זײַנען דאָ פֿאַר די מעדיצינישע קאַדרען אין שווייץ, עסטרײַך, אַמעריקע און ענגלאַנד. אַהין פֿאָרט מען טאַקע קודם־כּל. הײַנט אַרבעטן אויסער זייער לאַנד בײַ די 16,000 דײַטשישע ספּעציאַליסטן אין מעדיצין.

וואָס שייך דאָס קומען קיין דײַטשלאַנד זיך דאָרט צו באַזעצן, ווערט דער שטראָם מיט יעדן יאָר קלענער. לויט די אָנגאַבן פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע פֿון עקאָנאָמישער מיטאַרבעט און אַנטוויקלונג, איז די צאָל בעלנים צו קומען קיין דײַטשלאַנד אויף שטענדיק אָדער נאָר צו אַרבעטן אַ צײַט, געפֿאַלן אין יאָר 2008 אין פֿאַרגלײַך מיט 2007 אויף 11%. קיין דײַטשלאַנד קומען אײַנוווינער פֿון פּוילן, טערקײַ, רומעניע און אונגערן; בדרך־כּלל, זײַנען דאָס ווייניק גראַמאָטנע מענטשן, וואָס קוקן מער אַרויס אויף די סאָציאַלע פּריווילעגיעס, איידער זיי פֿאַרלאָזן זיך אויף זייערע אייגענע כּוחות.

און כאָשט דער אַלגעמיינער באַלאַנס אין דײַטשלאַנד איז נאָך אַלץ אַ פּאָזיטיווער — געקומען זײַנען אין לאַנד אויף 23 טויזנט מער ווי מ‘איז אַרויסגעפֿאָרן — לאָזט דער פּראָצעס נישט רוען די ספּעציאַליסטן. ס‘איז דאָך קלאָר, אַז אויב ווײַטער וועט אָנהאַלטן אַזאַ מצבֿ, וועט צום יאָר 2020 זיך זייער פֿאַרקלענערן די אַרבעטספֿעיִקע באַפֿעלקערונג פֿון דײַטשלאַנד, און אין לאַנד וועט מען אָנהייבן פֿילן דעם דעפֿיציט אין אַרבעטס־כּוח; און נישט נאָר אין די הויך־קוואַליפֿיצירטע קאַדרען, ווי הײַנט.

איז וווּהין זשע זאָל מען זיך לאָזן לויפֿן פֿונעם קריזיס? די פֿראַגע בלײַבט אָפֿן און יעדער מוז אויף איר געפֿינען אַן ענטפֿער אַליין.