משה אָלגין |
משה אָלגין (1878—1939) האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס", וווּ זײַנע אַרטיקלען האָבן זיך געדרוקט פֿון 1907 ביז דער שפּאַלטונג אין האַרבסט 1921, ווען אַ גאַנצע גרופּע זשורנאַליסטן האָבן פֿאַרלאָזט די צײַטונג. אָלגין איז געוואָרן אַ צענטראַלע פֿיגור צווישן די אַמעריקאַנער ייִדישע קאָמוניסטן. אָבער אין 1920—1921, בעת זײַן נסיעה קיין רוסלאַנד, איז ער נאָך קיין קאָמוניסט ניט געווען. די דאָזיקע רײַזע האָט פּרטימדיק אַנאַליזירט דער ניו-יאָרקער היסטאָריקער דניאל סאָיער אין זײַן אַרטיקל Soviet Travel and the Making of an American Jewish Communist: Moissaye Olgin’s Trip to Russia in 1920—1921, וואָס איז אַרויס אין זשורנאַל American Communist History אין יאָר 2005 (באַנד 4, נומער 1).
צווישן אָלגינס רײַזע-נאָטיצן טיילט זיך, לויט מײַן מיינונג אויס, זײַן שילדערונג פֿון דער שטאָט אָרשע. דער דאָזיקער טעקסט, וואָס כ׳האָב צוגעגרייט פֿאַרן איצטיקן איבערדרוק (די ערשטע פּובליקאַציע איז געווען דעם 9טן יולי 1921), שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ בילד, וואָס אַנטפּלעקט די פּאָזיטיווע באַציִונג פֿונעם אַמעריקאַנער גאַסט, און פֿונעם "פֿאָרווערטס" בכלל. גלײַכצײַטיק, דערציילט דאָס אַרטיקל וועגן דעם מצבֿ אין דער שטאָט, וואָס האָט איבערגעלאָזט אַ שפּור אין ייִדישער געשיכטע. נאָך אָנהייב 19טן יאָרהונדערט איז אָרשע געווען אַ וויכטיקע פּאָסט-סטאַנציע אויף די וועגן צווישן וואַרשע, קיִעוו, פּעטערבורג און מאָסקווע. ניט צופֿעליק פֿאַרנעמט אָרשע אַ וויכטיק אָרט אין דער געשיכטע פֿון די רײַכסטע רוסיש-ייִדישע משפּחות — די גינזבורגס און די פּאָליאַקאָווס. שפּעטער האָט אָרשע געוווּנען עקאָנאָמיש פֿון דער אײַזנבאַן-סטאַנציע. און דער דניעפּר האָט אויך געהאָלפֿן דער שטאָט-עקאָנאָמיע.
דאָס ייִדישע לעבן איז געווען רײַך אין דער שטאָט ביז יולי 1941, ווען די דײַטשישע אַרמיי איז אַרײַן אין דער שטאָט. אינעם געטאָ זײַנען אומגעקומען אַרום זעקס טויזנט נפֿשות. אין 1970 האָט די שטאָט געהאַט אַ טויזנט ייִדישע תּושבֿים. עטלעכע הונדערט ייִדן וווינען נאָך איצט אין אָרשע. אין די לעצטע יאָרן איז דאָרטן טעטיק דער חב׳׳ד.
גענאַדי עסטרײַך
איר גייט אַרויס פֿונעם וואַגאָן און דערפֿילט זיך אין אַ ייִדישער וועלט. ייִדישע בעל-עגלות אין אָפּגעטראָגענע פּעלצלעך רײַסן אײַך בײַ די פּאָלעס, ווילן איבערשרײַען איינער דעם אַנדערן, אַמפּערן זיך און פֿאָכען מיט די בײַטשן. אויפֿן פּלאַץ הינטער דער סטאַנציע שטייען ייִדישע וועגעלעך מיט אויסגעקרימטע דרענגלעך און מיט געלאַטעטע רעדער. די פֿערדלעך זײַנען דאַר, וויסט, מיט צעשויבערטער פֿעל, מיט טרויעריקע פּנימער און אַראָפּגעלאָזטע קעפּ. זיי קלאָגן זיך, דאַכט זיך: וואָס מיר האָבן דערלעבט אויף די עלטערע יאָרן. די סטאַנציע אָרשע איז אַ פֿיר-פֿינף וויאָרסט [2.6—3.3 מײַל] פֿון דער שטאָט. דער וועג איז שווער: באַרג-אַרויף און באַרג-אַראָפּ. די פֿערדלעך עסן קלאָג און פֿאַרבײַסן מיט קדחת. נאָר וואָס זאָל מען טאָן — "איך בין אַליין ניט זאַט", זאָגט דער בעל-עגלה. און דאָס איז אַ תּירוץ אויף אַלצדינג.
פֿאָרן מיר אין שטאָט אַרײַן. אַרום — אַ רחבֿות. פֿעלדער מיט ביימער מיט טײַכלעך. ניט ווײַט — דער דניעפּר. ס׳איז ווינטער, נאָר די לופֿט איז מילד. די זון שײַנט. די פֿערדלעך גייען טריט בײַ טריט. אין רוסלאַנד לויפֿן הײַנט ניט קיין פֿערד. גענוג אַז זיי גייען. די פֿאַרפֿרוירענע ערד איז אונטער די רעדער ווי שטיינער. אַרויף באַרג קריך איך אַרויס פֿונעם וואַגאָן און שפּאַן — אַ צער-בעל-החיים אויף די פֿערדלעך. דער בעל-עגלה שפּאַנט לעבן מיר. אַ יונגער מאַן פֿון אַ יאָר פֿינף-און-צוואַנציק — מיט אַ געלבלעך בערדל, ווי פֿעדערן פֿון אַ יונג הענדל, און מיט בלויע אויגן. ער פֿרעגט אַפֿילו ניט ווער איך בין און קריכט גלײַך אַרויס מיט אַ קשיא: "וואָס הערט זיך אין אַמעריקע?"
פֿון וואַנען ווייסט ער אַז איך קום פֿון אַמעריקע? אײַ, אים וועט מען ניט נאַרן. ער ווייסט אַפֿילו אַז איך בין אַ שליח פֿונעם ייִדישן קאָמיטעט. זאָג איך: "און אפֿשר ניט?"
ענטפֿערט ער מיט אַ פֿראַגע אויף אַ פֿראַגע: "אויב איר זײַט ניט פֿונעם ייִדישן אַמעריקאַנישן קאָמיטעט, טאָ וואָס דען קענט איר זײַן?" זע איך, אַז דער ייִד קען זײַנע לײַט.
אָט איז דאָס שטעטל. אויב איר ווילט — גאָר ניט קיין שטעטל, נאָר טאַקע אַ גרויסע ייִדישע שטאָט, מיט דרײַסיק טויזנט אײַנוווינער, וואָס פֿון זיי זײַנען צוואַנציק טויזנט ייִדן. [אָלגין האָט געמיינט, אַ פּנים, די גאַנצע געגנט אַרום דער שטאָט, ווײַל די פֿאָלקסציילונג אין 1926 האָט אַנטפּלעקט אין אָרשע ווייניקער פֿון 7 טויזנט ייִדן.] אָט זײַנען די הײַזער, עפּעס אַזוינע נאַקעטע, פּונקט ווי מ׳האָט זיי אַוועקגעשטעלט אויף דערווײַל און פֿאַרגעסן אַרומצאַמען און אַרויפֿהענגען לאָדן אויף די פֿענצטער. אָט זײַנען די קלייטן, מערסטנס פֿאַרשפּאַרטע, פֿאַרשלאָסן מיט אַ גרויסן שלאָס (אַן עבֿירה די שלעסער: אינעווייניק איז סײַ ווי ניטאָ גאָרנישט). די אָפֿענע געשעפֿטן זעען אויס ווי אַבֿלים, אָפּגעלאָזן, פֿאַרקלאָגט. ס׳גלייבט זיך ניט, אַז עס קומט איבער זיי אַ פֿוס פֿון אַ לעבעדיקן מענטשן.
אָבער עס מערקט זיך, אַז אין שטאָט אַרבעט מען. איך גיי פֿאַרבײַ אַ שטוב און דערזע אַ פּאָר הונדערט שפּאָגל-נײַע הילצערנע פֿעסלעך. לעבן אַ קוזניע זײַנען אָנגעוואָרפֿן בערג מיט אײַזערנע רייפֿעס: עס הערט זיך פֿון אינעווייניק דאָס קלאַפּן פֿון האַמערס און דאָס רוישן פֿון אַ בלאָז-זאַק. עס פֿאָרן דורך וואָגנס אָנגעפּאַקט ביז אַרויף מיט פֿעל. רוסלאַנד איז איצט אַזאַ פּוסטע, אַז ס׳איז אַ פֿאַרגעניגן צו דערזען אַ הויפֿן פּראָדוקטן. ווען איר געוווינט זיך צו צו אָרשע, דערפֿילט איר, אַז דאָס איז ווײַט ניט קיין חורבֿה. אָרשע לעבט און האָט אַ גרויסן חשק צו לעבן. אמת, אָרשע האָט ניט געוווּסט פֿון קיין פּאָגראָמען.
וואָס זײַנען ייִדישע פּרנסות? פֿאַראַן אין שטאָט אַ געוויסע צאָל ייִדישע אַרבעטער (זעקס טויזנט מיט ווײַבער און קינדער). זײַנען זיי פֿאַרנומען אין אַלערליי סאָוויעטסקע [סאָוועטישע] וואַרשטאַטן. פֿאַראַן שנײַדער, שוסטער, האָלץ-אַרבעטער, שמידן, שלאָסערס, בערשטער. די אַרבעטער זײַנען אָרגאַניזירט אין פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען און באַקומען זייערע פּאַיאָקעס פֿון דער רעגירונג. קיין גרויסע פֿאַבריקן זײַנען ניטאָ, און די אַרבעט פֿירט זיך אויפֿן אַלטן שטייגער. נאָר דער בעל-הבית איז פֿאַרשוווּנדן.
צי בענקען די ייִדישע אַרבעטער נאָך זייערע בעלי-בתּים? אין קליינע וואַרשטאַטן זײַנען אַלע באַציִונגען איינפֿאַכער, קלאָרער: אַ מאָל האָט אָט דער לייזער שנײַדער געהאַלטן צען שנײַדער-יונגען און געצויגן פֿון זיי חיונה. הײַנט אַרבעט ער צוגלײַך מיט די איבעריקע און באַקומט אַ פּאַיאָק. נייען נייט מען פֿאַרן היגן ווירשטאַפֿטלעכן ראָט און דעם פּאַיאָק באַקומט מען פֿון דעם שפּײַז-קאָמיטעט. אויב די אַרבעטער קלאָגן זיך איז דערויף וואָס אַ מאָל פֿעלט אַרבעט, ווײַל דער עקאָנאָמישער אַפּאַראַט איז ניט אין אָרדענונג, אָדער דערויף וואָס דער פּאַיאָק איז ניט גענוג גרויס, ווײַל דאָס לאַנד איז פֿאַראָרעמט. אָבער דעם בעל-הבית האָבן די אַרבעטער לאַנג שוין פֿאַרגעסן — ווי ניט געווען אויף דער וועלט. אין די וואַרשטאַטן איז דער אַרבעטער-פֿאַראיין דער איינציקער בעל-הבית און די באַשלוסן פֿון די אַרבעטער שפּילן אַ גרויסע ראָלע אינעם אָרטיקן סאָוועט [ראָט].
וואָס טוען די איבעריקע פֿערצן טויזנט ייִדן? אַ סך זײַנען געוואָרן סאָוויעטסקע טוער. אַמאָליקע בוכהאַלטערס, באַנק-אָנגעשטעלטע, פּאָדריאַטשיקעס [קאָנטראַקטאָרס], וואַלד-הענדלער, אַפֿילו פּשוטע קרעמער און מעקלערס, האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין די עקאָנאָמישע אָפּטיילונגען פֿון דעם אָרטיקן סאָוועט און פֿון העכערע סאָוועטן און זײַנען געוואָרן סאָוויעטסקע באַאַמטע. עמעצער דאַרף דאָך אַכטונג געבן אויף די סאָוויעטסקע שוך-וואַרשטאַטן, קוזניעס, גאַרבערײַען, בערשטערײַען; עמעצער דאַרף דאָך פֿירן די בוכהאַלטעריע אינעם אָרטיקן סאָוויעטסקע באַנק; עמעצער דאַרף דאָך בכלל פֿירן די ביכער פֿון די סאָוויעטסקע עקאָנאָמישע אַנשטאַלטן; עמעצער דאַרף פֿאַנאַנדערטיילן די פּראָדוקטן פֿון דעם שפּײַז-קאָמיטעט צווישן די שטעטלעך און דערפֿער פֿון דעם אוּיעזד (אָרשע איז אַן אוּיעזדנע שטאָט און איר אוּיעזד [אַדמיניסטראַטיוו-טעריטאָריעלער טייל פֿון גובערניע] גייט איצט אַרײַן אין האָמלער גובערניע); עמעצער דאַרף זיצן אין די סאָוויעטסקע קראָמען און אַרויסגעבן פּראָדוקטן אויף די צעטלען פֿון די אָרטיקע פֿאַרטיילונגס-אָרגאַנען; עמעצער דאַרף צושטעלן האָלץ צו דער באַן און טעלעגראַף-סלופּעס צו דער גאַנצער ליניע. טוען דאָס אַלערליי ייִדן, וואָס האָבן אַ השׂגה (אָדער וואָס האָבן אַפֿילו גאָר אַ קנאַפּע השׂגה) אין אַזאַ אַרבעט. די אַמאָליקע פּראָפֿעסיאָנעלע אינטעליגענטן — דאָקטוירים, לערער, דענטיסטן, פֿאַרמאַציסטן, פֿעלדשערס, אַדוואָקאַטן — פֿאַרנעמען זיך מיט זייער פֿריִערדיקער אַרבעט. די אַלע באַקומען זייער פּאַיאָק פֿון דער רעגירונג.
בלײַבט נאָך פֿונדעסטוועגן אַ גרויסע גרופּע ייִדן, וואָס זײַנען ניט קיין אַרבעטער און ניט קיין באַאַמטע און ניט קיין פּראָפֿעסיאָנאַלן. וואָס טוען זיי? זיי האַנדלען. מסחר איז נאָך געווען פֿאַרבאָטן, ווען איך בין געווען אין רוסלאַנד. [אין מאַרץ 1921, אין קורצן נאָך אָלגינס באַזוך אין אָרשע, האָט זיך אין סאָוועטן-רוסלאַנד פֿאַרענדיקט דער "מיליטערישער קאָמוניזם" און מע איז אַרײַן אין דער נײַער תּקופֿה — פֿון דער "נײַער עקאָנאָמישער פּאָליטיק".] אָבער אָן מסחר איז מען זיך ניט באַגאַנגען. די שטאָט האָט געדאַרפֿט האָבן די שפּײַז-פּראָדוקטן פֿונעם דאָרף; דאָס דאָרף האָט געדאַרפֿט האָבן די שיך און די מעסערס, און די צוועקעס, און די זאַלץ, וואָס מע האָט געקענט קריגן אין שטאָט. עמעצער האָט געדאַרפֿט פֿאַרמיטלען צווישן די צוויי צדדים. האָבן דאָס ייִדן געטאָן אומלעגאַל. זאַלץ און צוועקעס און מעסערס האָט מען אָפֿט אויך באַקומען אומלעגאַל — פֿון די סאָוויעטסקע סקלאַדן, דורך סאָוויעטסקע באַאַמטע. אַ סך ייִדן האָבן געשמוגלט סחורה פֿון פּוילן און ליטע און פֿאַרקויפֿט אין שטאָט און אין דאָרף.
דאָס זײַנען אַלץ געווען געפֿערלעכע מסחרים: מ׳האָט ריזיקירט מיט דער פֿעל. אָבער מענטשן מוזן עסן — און אַז אַ ייִד האָט אָפּגעהאַנדלט אַלע זײַנע יאָרן, קענט איר פֿון אים ניט דערוואַרטן, ער זאָל אויף דער עלטער ווערן אַ שמיד אָדער אַ סטאָליאַר. בפֿרט אַז ס׳איז ניטאָ קיין שול, וווּ ער זאָל לערנען די מלאכה. האָבן זיך ייִדן אײַנגעשטעלט דאָס לעבן — און נישקשה, מ׳איז דורכגעקומען. מ׳האָט נאָך אַפֿילו געהאַלטן אַ גוייִשע דינסט. איצט איז משמעות דער מסחר שוין געוואָרן לעגאַליזירט — און ס׳איז מסתּמא אַ ביסל געראַמער.
דאָס דאָרף האָט בכלל שטאַרק געצויגן דעם ייִדן. אין דאָרף, לאָמיר ניט פֿאַרגעסן, איז געווען פֿון אַל דאָס גוטס. דאָס דאָרף האָט איבערגענומען די גרויסע פּריצישע מאַיאָנטקעס און איז געוואָרן תּקיף. האָבן זיך ייִדישע בעל-מלאכות מאַסנווײַז אַ לאָז געטאָן אין דאָרף. אַ ייִדישער שנײַדער קומט צו אַ פּויער אין שטוב אַרײַן, נייט אַ פּעלץ פֿאַר דעם פּויערס ווײַב און קליידער פֿאַר זײַנע קינדער. דערפֿאַר לעבט ער אין דער וואַרעמער כאַטע, עסט און טרינקט מיט אַלעמען גלײַך און באַקומט נאָך פֿאַר זײַן אַרבעט אַ פּוד [אַרום 36 פֿונט] תּבֿואה אָדער אַ קערץ [עטלעכע קוואָרט] קאַרטאָפֿל. שפּעטער גייט ער אַריבער אין א צווייטער שטוב און אין אַ דריטער. און אַזוי שלאָגט ער זיך דורך דעם ווינטער. דאָס גלײַכן שוסטערס און סטאָליאַרס און שמידן. די דאָרפֿס-פּרנסות זײַנען אַ גרויסע שטיצע פֿאַר די ייִדן.
עס איז געווען נאַטירלעך, אַז דער ייִד זאָל מתקנא זײַן זיך אין פּויער און נעמען באַאַרבעטן די ערד. אַלע אָרשער ייִדן האָבן זיך פֿאַראַיאָרן זומער אַ וואָרף געטאָן אויף גערטנערײַ. מע האָט באַאַרבעט אי אייגענע אי געדונגענע שטיקלעך ערד — און דווקא מיט די אייגענע הענט. ס׳רובֿ האָבן געאַרבעט פֿאַר זיך אַליין. אייניקע — אויף צו פֿאַרקויפֿן. דער פּועל-יוצא איז געווען, אַז הײַנטיקן ווינטער האָבן אָרשער ייִדן געהאַט אייגענע קאַרטאָפֿל און בוריקעס און קרויט. די ייִנגערע און דרייסטערע האָבן זיך גענומען טאַקע צו ערנסטער ערד-אַרבעט.
מ׳האָט באַקומען ערד פֿון דעם סאָוועט און מע האָט געגרינדעט אין אוּיעזד צוויי לאַנדווירטשאַפֿטלעכע ייִדישע קאָמונעס: אין איינער פֿון זיי, "נאַבאַט" (שטורעם-גלאָק), זײַנען דאָ פֿינף הונדערט מענטשן. אַ חוץ דעם איז אין אוּיעזד פֿאַראַן אַ געמישטע ייִדיש-גוייִשע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָמונע "טרוד" (אַרבעט), וווּ נײַנציק פּראָצענט זײַנען ייִדן. [דאָס רוסישע וואָרט "טרוד" איז פֿון לאַנג געווען באַליבט בײַ ייִדישע אַקטיוויסטן. אין אָדעס האָט נאָך אין 19טן יאָרהונדערט דעם דאָזיקן נאָמען געטראָגן אַ געזעלשאַפֿט פֿאַר פּראָפֿעסיאָנעלער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.] דער ייִד האָט זיך נאָך ניט צוגעוווינט צו דער ערד. אָבער ער הייבט זיך שוין אָן אַרײַנציִען אין ערד-אַרבעט און ער פֿאַרשטייט דעם גרויסן ווערט פֿון אָט דער אַרבעט. נויט איז אַ שטרענגער לערער.
וואָס הערט זיך מיט דער קולטור-אַרבעט פֿון די ייִדן אין אָרשע? איינס האָט זיך מיר שטאַרק געוואָרפֿן אין די אויגן סײַ אין אָרשע סײַ אין אַנדערע ייִדישע שטעט: דאָס אומוויסן פֿון דער ייִדישער מאַסע. מיר האָבן זיך אַלע יאָרן באַרימט, אַז מיר זײַנען אַן עם-הספֿר. דאָס האָט זיך נאָר געדאַכט אַזוי. ייִדישע קינדער האָבן זיך געלערנט בײַ מלמדים און אין תּלמוד-תּורות. נאָר אַ קליינע צאָל איז געגאַנגען אין הײַנטוועלטיקע ייִדישע און ניט-ייִדישע שולן. איז אויסגעוואַקסן אַ פֿאַרגרעבטער דור, אָן תּורה און אָן חכמה. אונדז פֿלעגט זיך דאַכטן, אַז דער ייִדישער אַרבעטער איז זייער אויפֿגעקלערט. וויפֿל זשע ייִדישע אַרבעטער זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין די רעוואָלוציאָנערע אָרגאַניזאַציעס? דרײַ-פֿיר הונדערט אין [אַזעלכע שטעט ווי] ווילנע און מינסק. די איבעריקע האָבן מיר ניט געהערט און ניט געזען. איצט, אַז מע האָט זיך דערגראָבן ביז די טיפֿסטע טיפֿענישן, ווײַזט זיך אַרויס דער גרויסער גײַסטיקער דלות.
מאַסן ייִדישע אַרבעטער פֿאַרשטייען ניט קיין צײַטונג. מע דאַרף אָנהייבן פֿון אַלף-בית. און ס׳פֿעלן טוער. אַ מוראדיקער דחקות אין לערער, לעקטאָרס, אָרגאַניזאַטאָרס. אַ שטאָט ווי אָרשע — און ס׳איז ניטאָ קיין מענטשן מיט אייראָפּעיִשער און ייִדישער בילדונג, וואָס זאָלן אַרבעטן צווישן די מאַסן. וווּ זײַנען די אינטעליגענטן? ווער ס׳איז פֿאַרקראָכן אין די דלתּ אַמות פֿון פּריוואַטן לעבן. ווער ס׳איז אַוועקגעפֿאָרן אין אַ גרויסער שטאָט און געוואָרן אַ "רוס". ווער ס׳איז אַ קאָנטער-רעוואָלוציאָנער און אַ פֿאַרביטערטער ליידיקגייער. די עטלעכע וואָס טוען, זײַנען פֿאַרנומען פֿופֿצן שעה אין טאָג.
פֿונדעסטוועגן זײַנען אין אָרשע דאָ צוויי ייִדישע שולן און אַכט אין אוּיעזד. קינדערהיימען איז אין אָרשע דאָ צוויי און אין אוּיעזד צען. פֿאַראַן אין אָרשע אַ זעלבסט-פֿאַרוואַלטענדע קינדער-קאָלאָניע, וווּ די קינדער לעבן און לערנען זיך און טוען אַליין די נייטיקע הויז-אַרבעט. פֿאַראַן אַ קינדער-קלוב אין אַן אייגענעם בנין. פֿאַראַן צוויי אָוונט-שולן פֿאַר דערוואַקסענע אין אָרשע, און פֿיר אין אוּיעזד. פֿאראַן צוויי טעאַטער-טרופּעס פֿון ליבהאָבער (אַמאַטאָרן) אין אָרשע, און אַכט אין אוּיעזד. בײַ די טרופּעס זײַנען געגרינדעט כאָרן. פֿאַראַן אין אָרשע איין ייִדישע ביבליאָטעק, און אין אוּיעזד אַכט. פֿאַראַן צוויי פּאַרטיי-קלובן: איינער אַ לינקער בונדיסטישער און איינער אויפֿן נאָמען פֿון באָראָכאָוון (פּועלי-ציון). די פּאַרטייען זײַנען: דער לינקער "בונד" — פֿופֿציק מיטגלידער און די ייִדישע קאָמוניסטישע פּאַרטיי–פּועלי-ציון — אַ פֿערציק-פֿופֿציק מאַן. דער רעכטער [ד׳׳ה. אַנטי-קאָמוניסטישער] "בונד" האָט כּמעט ניט קיין אָנהענגער.
דאָס רעדט זיך אַלץ וועגן ייִדישע אַנשטאַלטן. אַ חוץ דעם איז דאָ אין אָרשע אַ רוסישער פּראָלעטאַרישער אוניווערסיטעט מיט אַ באַזונדערער קאַטעדרע פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור. דער קורס ווערט געהאַלטן אין ייִדיש. די אַלע אַנשטאַלטן, ייִדישע און ניט-ייִדישע, ווערן אויסגעהאַלטן אויפֿן חשבון פֿון דער מלוכה. בײַם בילדונגס-קאָמיסאַריאַט אין גובערניע און אוּיעזד זײַנען פֿאַראַן ייִדישע אָפּטיילונגען, וואָס דאַרפֿן אָרגאַניזירן די בילדונגס-אַרבעט צווישן ייִדן.
אָבער די אַלגעמיינע אָרעמקייט פֿון דער מלוכה איז געווען זייער גרויס. אין די שולן האָבן קינדער ניט געהאַט קיין פּאַפּיר און קיין פֿעדערס. מ׳האָט געלערנט געאָגראַפֿיע פֿון אַן אַלטער קאַרטע, וואָס איז געהאָנגען אויף דער וואַנט. און ס׳איז ניט געווען קיין לערנביכער. ייִדישע ביכער איז שווער צו באַקומען. די ביבליאָטעקן שרײַען געוואַלד. דערווײַל גייען נאָך אלץ ייִדישע קינדער אין חדר און לערנען ווי צוריק מיט פֿופֿציק יאָר. די ייִדישע אָפּטיילונג בײַם בילדונגס-קאָמיסאַריאַט האָט זיך געגרייט אויפֿהייבן אַ מלחמה קעגן חדר און ישיבֿה. אָבער דאָס וועט ניט זײַן אַזוי גרינג: מיט געוואַלד קען מען דאָ ווייניק וואָס אויפֿטאָן.
קיין אָפֿיציעלער אַנטיסעמיטיזם איז אין אָרשע ניט געבליבן. אָבער באַהאַלטענערהייט האָט ער געטליִעט. איך האָב גערעדט מיט ייִדן. האָבן זיי מיר געזאָגט: "באַהאַלטענעם אַנטיסעמיטיזם האָבן מיר אין דר׳ערד. מיר ווילן ניט, אַז מע זאָל אונדז ליב האָבן. מיר ווילן רעכט. און רעכט האָבן מיר גלײַך מיט אַלע. וואָס איז שײַך צו שכנישע געפֿילן, קענען זיי ניט אויסוואַקסן אין איין יאָר אָדער אין צוויי. זיי וועלן ביסלעכווײַז ווערן אַ געוווינשאַפֿט."
דערווײַל האָט מען מיר דערציילט, אַז אין די דערפֿער איז אומרויִק. ס׳האָבן שוין געהאַט געטראָפֿן אָנפֿאַלן אויף ייִדישע דורכפֿאָרער. אין פּאָלעסיע [אַ געגנט צווישן ווײַסרוסלאַנד און אוקראַיִנע] זײַנען אויסגעוואַקסן פּויערשע באַנדעס. דער קריג האָט אויפֿגעוועקט די חיה אין מענטשן — און זי לעכצט נאָך בלוט.