אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט

צווישן די ייִדישע פּראָזע-שרײַבער, וועלכע האָבן זיך באַוויזן אין דער ליטעראַטור אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, איז יוסף אָפּאַטאָשו (1886—1954) געווען איינער פֿון די סאַמע באַקאַנטע און פּאָפּולערע. דעם גרעסטן דערפֿאָלג האָט געהאַט זײַן ראָמאַן “אין פּוילישע וועלדער" (1921), וואָס האָט געהאַט אַ צענדליק אויפֿלאַגעס אויף ייִדיש און איז אַרויס אויך אויף אַנדערע שפּראַכן, אַזעלכע ווי העברעיִש, ענגליש, דײַטש, פּויליש, רוסיש און אוקראַיִניש. אין דעם ראָמאַן האָט דער מחבר געוויזן די ליכטיקע זײַטן און די שאָטנס פֿון חסידישן לעבן אין פּוילן אין 19טן יאָרהונדערט, בפֿרט בעת דעם פּוילישן אויפֿשטאַנד קעגן דער רוסישער מאַכט אין יאָר 1863. דאָס איז געווען איינער פֿון די ערשטע מאָדערנע היסטאָרישע ראָמאַנען אויף ייִדיש. געשיכטע האָט בכלל צוגעצויגן צו זיך אָפּאַטאָשו.

אין אַמעריקע, וווּ ס׳איז אַדורך דער גרעסטער טייל פֿון אָפּאַטאָשוס לעבן, איז ער גאַנץ גיך פֿאַרגעסן געוואָרן. אמת, איך, און אַזעלכע ווי איך, לערנען מיט סטודענטן די דערציילונג “אַ ראָמאַן פֿון אַ פֿערד-גנבֿ". און איין מאָל האָב איך אַפֿילו ריזיקירט צו ווײַזן דעם (זייער שוואַכן) פֿילם מיטן זעלבן נאָמען, וואָס איז — היסטאָריש — געוואָרן אַ פֿענאָמען אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקאַנער קינאָ. דעמאָלט, אין 1971, האָט די האָליוווּד-אינדוסטריע צום ערשטן מאָל פּראָדוצירט אַ קינאָמאַטאָגראַפֿיש ווערק באַזירט אויף אַ ייִדישן ליטעראַרישן קוואַל. דעם סצענאַר האָט אָנגעשריבן דוד אָפּאַטאָשו, יוסף אָפּאַטאָשוס זון, וואָס האָט זיך אַמאָל געשניטן אויף אַ ייִדישן שרײַבער און אַקטיאָר, אָבער דערנאָך האָט זיך געמאַכט אַ נאָמען אין דעם אַמעריקאַנער הויפּטשטראָם. אמת, זײַן נאָמען איז שוין אויך היפּש באַדעקט געוואָרן מיט שטויב — איך האָב נאָך דערווײַל ניט באַגעגנט קיין סטודענט, וואָס זאָל האָבן אַן אַנונג וועגן אַזאַ אַקטיאָר.

אַזוי צי אַזוי, האָב איך מיט עטלעכע חדשים צוריק זיך געחידושט צו לייענען אין אינטערנעץ, אַז דעם 13טן נאָוועמבער 2008 האָט מען אין דער שטאָט רעגענסבורג פּרעזענטירט די ערשטע דײַטשישע איבערזעצונג פֿון יוסף אָפּאַטאָשוס בוך “אַ טאָג אין רעגענסבורג". די געשעענישן אין אָפּאַטאָשוס לענגערער היסטאָרישער דערציילונג קומען פֿאָר אין יאָר 1519. דער שרײַבער האָט געוואָלט איבערגעבן די אַטמאָספֿער און, טיילווײַז, אַפֿילו די שפּראַך פֿון אַשכּנזישן מיטלעלטער. אָנהייב 1930ער יאָרן, ווען דאָס ווערק איז געווען געשאַפֿן, האָט דער סיפּור-המעשׂה וועגן די אַמאָליקע קריסטלעך-ייִדישע באַציִונגען געהאַט אַ מאָדערנעם אָפּקלאַנג, בפֿרט אין דײַטשלאַנד.

די איבערזעצונג איז אַ בײַ-פּראָדוקט פֿון דעם פּראָיעקט “מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן אין ליטעראַטור און מאָלערײַ: מאַרק שאַגאַל", וואָס ווערט געפֿירט אין אינסטיטוט פֿון סלאַוויסטיק בײַם רעגענסבורגער אוניווערסיטעט. בראָש פֿון דעם דאָזיקן פּראָיעקט שטייט דר. סאַבינע קאָלער, אַ קענערין פֿון רוסישער ליטעראַטור און קולטור. די איבערזעצונג פֿון “אַ טאָג אין רעגענסבורג" האָט זי געמאַכט צוזאַמען מיט עוויטאַ וויצקי, וואָס פֿירט דאָרטן אָן מיט ייִדיש-קלאַסן זינט ווינטער 2005—2006. יוסף אָפּאַטאָשו איז ניט קיין פּנים-חדשות פֿאַרן אינפֿאָרמירטן דײַטשישן לייענער. אויף דײַטש זײַנען אָפּאַטאָשוס ווערק אַרויס אין די 1920ער יאָרן, און אין 1985 איז אויף דײַטש פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן זײַן לעצטער היסטאָרישער ראָמאַן “בר-כּוכבא".

יוסף אָפּאַטאָשו
יוסף אָפּאַטאָשו

אָפּאַטאָשו און שאַגאַל זײַנען געווען נאָענטע פֿרײַנד. באַזונדערס האָבן זיי זיך געחבֿרט אין די יאָרן 1941—1947, ווען דער קינסטלער האָט געוווינט אין ניו-יאָרק. אָבער דער שרײַבער און דער קינסטלער האָבן געהאַט פֿרײַנדלעכע באַציִונגען אויך פֿריִער. ווי אַ באַווײַז פֿון דער פֿרײַנדשאַפֿט איז אין 1933 אַרויס די ערשטע אויפֿלאַגע פֿון “אַ טאָג אין רעגענסבורג". די הילע פֿאַר דער אויסגאַבע האָט געמאַכט שאַגאַל, וואָס איז געווען באַוווּסט ווי אַ מײַסטער פֿון הילעס פֿאַר ייִדישע ביכער און זשורנאַלן. אויף אָט דער פֿאַרבינדונג צווישן אָפּאַטאָשו און שאַגאַלן האָט זיך אָנגעשטויסן סאַבינע קאָלער, און אַזוי האָט זיך די גאַנצע מעשׂה פֿאַרדרייט...

צווישן די צוויי הונדערט לײַט, וואָס זײַנען געקומען אויף דער פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך Ein Tag in Regensburg, איז געווען אויך האַנס ראָזענגאָלד, דער רעגענסבורגער ראָש-הקהל, ווי אויך אַנדערע מיטגלידער פֿון דער היגער קהילה. ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין רעגענסבורג נאָך מיט אַ יאָרטויזנט צוריק. ייִדישע ווערטער זײַנען אַרײַן אין דעם דײַטש, וואָס איז כאַראַקטעריש פֿאַר יענער געגנט. הײַנט-צו-טאָג האָט די שטאָט עטלעכע הונדערט ייִדישע תּושבֿים, דער עיקר די פֿריש-אָנגעקומענע עמיגראַנטן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

מיט דער פּרעזענטאַציע האָט זיך די מעשׂה ניט פֿאַרענדיקט. דעם 15טן פֿעברואַר 2009 האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג, וואָס איז פֿאַרבונדן אי מיטן בוך אי מיט דער גאַנצער ייִדישער געשיכטע פֿון דער אַלטער דײַטשישער שטאָט בכלל. אַ באַזונדער אָרט האָבן פֿאַרנומען די יאָרן נאָכן חורבן, ווען אין רעגענסבורג איז געווען אַ די-פּי-לאַגער. אין 1946 און 1947 האָט מען דאָרטן געדרוקט אַ ייִדישן זשורנאַל, וואָס האָט געהייסן “דער נײַער מאָמענט".

איך ווייס, אַז די אויסשטעלונג האָט ניט לאַנג צוריק באַזוכט דן אָפּאַטאָשו, יוסף אָפּאַטאָשוס אייניקל, וואָס איז גאַנץ אַקטיוו אין ייִדישע קרײַזן אין לאָס-אַנדזשעלעס. מיר איז ניט אויסגעקומען צו זען די אויסשטעלונג “לעבעדיקערהייט", אָבער איך האָב באַקומען אַ פּרעכטיקע מתּנה — אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם קאַטאַלאָג, וואָס איז אַליין אַ מײַסטערווערק פֿון קאַטאַלאָגן-קונסט.