- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
באַלד נאָך די ערשטע דערקלערונגען פֿון דער נײַ־אויסגעוויילטער רעגירונג אין ישׂראל, מכּוח אירע באַציִונגען מיט די פּאַלעסטינער שכנים, איז קלאָר געוואָרן, אַז סײַ אייראָפּע, סײַ די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זײַנען פֿון די פּלענער נישט אַנטציקט. צוריק גערעדט, זײַנען די אַנטוויקלונגען צווישן ישׂראל און דער אַראַבישער וועלט אין די לעצטע זעכצן יאָר, זינט ס‘איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער אַזוי גערופֿענער "אָסלאָ־אָפּמאַך",
אין בויבעריק, אין בויבעריק,
שוועבט הויך און פֿרײַ,
צווישן די ייִדישע פּראָזע-שרײַבער, וועלכע האָבן זיך באַוויזן אין דער ליטעראַטור אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, איז יוסף אָפּאַטאָשו (1886—1954) געווען איינער פֿון די סאַמע באַקאַנטע און פּאָפּולערע. דעם גרעסטן דערפֿאָלג האָט געהאַט זײַן ראָמאַן “אין פּוילישע וועלדער" (1921), וואָס האָט געהאַט אַ צענדליק אויפֿלאַגעס אויף ייִדיש און איז אַרויס אויך אויף אַנדערע שפּראַכן, אַזעלכע ווי העברעיִש, ענגליש, דײַטש, פּויליש, רוסיש און אוקראַיִניש. אין דעם ראָמאַן האָט דער מחבר געוויזן די ליכטיקע זײַטן און די שאָטנס פֿון חסידישן לעבן אין פּוילן אין 19טן יאָרהונדערט, בפֿרט בעת דעם פּוילישן אויפֿשטאַנד קעגן דער רוסישער מאַכט אין יאָר 1863. נישט איין מאָל טרעפֿט זיך שוין אָן דער מחבר פֿון די שורות אויף מענטשן, צומאָל גאַנץ געבילדעטע, וואָס גלייבן, אַז "ייִדיש האָט נישט קיין גראַמער" — כּלומרשט, ס׳איז אַ שפּראַך אָן כּללים, ווײַל ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדיש־רעדער לערנען ניט די גראַמאַטיק אין דער שול. אין דער אמתן, האָט גראַמאַטיק, לויטן הײַנטצײַטיקן באַדײַט פֿונעם וואָרט, ווייניק צו טאָן מיט די לערנביכער. איך פֿאַרשטיי, אַז דאָס קען קלינגען שרעקלעך ציניש, אָבער איך בין אַ ביסל צופֿרידן מיט דער "חזיר־גריפּע". בפֿרט נאָך, אַז זי איז שוין לחלוטין ניט קיין חזירשע און אפֿשר ניט אַזאַ געפֿערלעכע, ווי מע האָט תּחילת געמיינט. איך בין צופֿרידן, ווײַל איצט האָב איך שוין ניט מורא אײַנצושליסן די טעלעוויזיע. פֿריִער איז דאָך געווען ממש אוממעגלעך עס אויסצוהאַלטן, ווײַל מע האָט גערעדט נאָר וועגן איין זאַך: צי באַראַק אָבאַמאַ איז גוט אָדער שלעכט, און פֿאַר וואָס איז ער גוט (אויב ער איז טאַקע גוט) און פֿאַר וואָס איז ער שלעכט (אויב ער איז טאַקע שלעכט). אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן דערקלערט די ייִדישע יום־טובֿים, און עס ווערט אויך אָנגעזאָגט די מיצווה, וואָס מיר טוען אינעם איצטיקן פּעריאָד צווישן פּסח און שבֿועות. די תּורה הייסט צו פּראַווען שבֿועות פֿופֿציק טעג נאָך פּסח — זיבן וואָכן מיט איין טאָג. נאָך דעם ערשטן טאָג פֿון פּסח האָבן די ייִדן געבראַכט אינעם בית־המיקדש אַן "עומר", אַ געוויסע מאָס גערשטן, און געציילט, וויפֿל טעג עס זענען פֿאַרלאָפֿן נאָכן ערשטן טאָג פֿון פּסח. הגם מיר האָבן הײַנט נישט קיין בית־המיקדש, ווערט דאָס ציילן די טעג גופֿא פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה. די רעדאַקטאָרן פֿונעם זאַמלבוך מיטן פּראָוואָקאַטאָרישן טיטל "קולטור־פֿראָנט" דערקלערן זייער כּוונה אַזוי׃ "מיר האָבן בדעה מסביר צו זײַן די אַנטוויקלונג פֿון קולטורעלע פֿאָרמען און פֿונקציעס און זייערע באַטײַטן אין משך פֿון כּמעט פֿיר יאָרהונדערטער פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין מיזרח־אייראָפּע". אין הסכּם מיטן דאָזיקן פּלאַן, עפֿנט זיך דאָס בוך מיטן אַרטיקל פֿון אָדם טעלער (חיפֿה) וועגן די ליטעראַרישע אָפּרופֿן אויף די גזירות תּ״ח־ותּ״ט און ענדיקט זיך מיט דזשעפֿרי שענדלערס (ניו־דזשויזי) באַהאַנדלונג פֿון פּראָפֿעסאָר יפֿה אליאַכס פּראָיעקט אויפֿצובויען אַ מאָדעל־שטעטל אין ראשון־לציון. וואָס מיינט איר, אַז יעדעס שטעטל האָט אַמאָל פֿאַרמאָגט אַ דאָקטער און אַ דענטיסט? אַ נעכטיקע וועטשערע. ווײַל איידער אַ ייִדישער אָדער אַ נישט ייִדישער דאָקטער האָט זיך באַזעצט אין אַ שטעטל און געעפֿנט אַ קאַבינעט, האָבן זיך ייִדן ווי נישט איז אַן עצה געגעבן אָדער מיט דער הילף פֿון אַ פֿעלדשער — ס׳הייסט, אַן אַמאָליקער שערער־כירורג — אָדער אַן אָפּשפּרעכערקע, וואָס האָט געהיילט מיט באַבסקע רפֿואות. ייִדן האָבן זיך ווי נישט איז אַן עצה געגעבן אין די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך. באַשיידן־בכּבֿודיק איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם תּל־אָבֿיבֿער אַרבעטער־רינג דער הײַיאָריקער דערמאָנונגס־טאָג פֿון אויפֿשטאַנד אין וואַרשווער געטאָ. כּמעט נישט נייטיק אונטערצושטרײַכן די דערמאָנטע כאַראַקטער־שטריכן; אייגנטלעך, זײַנען זיי דאָך די בולטסטע אייגנשאַפֿטן פֿון אָט דער דערפֿאַרענער באַוועגונג. אָן דער אָנוועזנהייט פֿון ספּעציעלע געסט, זײַנען געקומען צום אויסדרוק טאַקע אירע אייגענע סאַמע עיקרדיקע פֿאָרשטייער, אין שפּיץ מיט שורע גרינהויז־טורקאָוו, וועלכע האָט מיט איר באַקאַנטער פֿעיִקייט אָנגעפֿירט מיט דער טרויער־פֿאַרזאַמלונג. טײַערע חזנטע, מײַן נאָענסטע חבֿרטע, שׂרה, און איך זענען פֿאַרגאַנגען אין טראָגן אין דער זעלבער צײַט. במשך פֿון די לעצטע צוויי חדשים שמועסן מיר וועגן אונדזער מצבֿ, און שטעלן זיך פֿאָר, ווי ס‘וועט זײַן צו האָבן קינדער אין דער זעלבער עלטער. עס האָט גענומען בײַ שׂרהן אַ לאַנגע צײַט צו ווערן טראָגעדיק און זי וויל זייער שטאַרק האָבן אַ קינד. איך בין נישט געווען אַזוי זיכער, צי איך וויל ווערן אַ מאַמע, און תּיכּף געוואָרן טראָגעדיק. שבת מיטאָג האָב איך ליב אויסצושטעלן אויפֿן טיש פֿאַרשיידענע מאכלים אײַנצוטינקען די חלה. דער ווײַטערדיקער רעצעפּט, וואָס איך האָב געפֿונען אויף דער אינטערנעץ, האָט אַזוי אויסגענומען בײַ מײַנע פֿרײַנד, אַז זיי האָבן אָנגעהויבן עס צו צעשיקן דורך בליצפּאָסט. די פּאָמידאָרן קענט איר אָפּנעמען פֿון אַ פּושקע.
1 פּאַטלעזשאַן (eggplant)
|