‫פֿון רעדאַקציע

באַלד נאָך די ערשטע דערקלערונגען פֿון דער נײַ־אויסגעוויילטער רעגירונג אין ישׂראל, מכּוח אירע באַציִונגען מיט די פּאַלעסטינער שכנים, איז קלאָר געוואָרן, אַז סײַ אייראָפּע, סײַ די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זײַנען פֿון די פּלענער נישט אַנטציקט. צוריק גערעדט, זײַנען די אַנטוויקלונגען צווישן ישׂראל און דער אַראַבישער וועלט אין די לעצטע זעכצן יאָר, זינט ס‘איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער אַזוי גערופֿענער "אָסלאָ־אָפּמאַך", זיך בפֿירוש נישט פֿאַרבעסערט. ס‘האָבן אויך נישט געהאָלפֿן די שפּעטערדיקע פֿאַרהאַנדלונגען און שלום־איניציאַטיוון אין קעמפּ־דייוויד און אין אַנאַפּאָליס. דאָס באַשיסן ישׂראל מיט ראַקעטן און דאָס אויפֿשטעלן אין עזה אַ טעראָריסטישע אַדמיניסטראַציע — פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער זײַט, דאָס מיליטערישע אַרײַנדרינגען פֿון ישׂראל אין עזה, כּדי צו צעשטערן די טעראָריסטישע נעסט — האָבן נאָך מער אויפֿגערייצט די אַראַבער און די מערבֿ־וועלט בכלל.

דער פּרעמיער בנימין נתניהו און זײַן אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן דערקלערן עס אָפֿן: די פֿאָרמולע "צוויי מלוכות פֿאַר צוויי פֿעלקער", וואָס עס האָט אַרײַנגעשריבן אין איר פּראָגראַם די איצטיקע אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע בראָש מיטן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, איז נישט די בעסטע אין דער איצטיקער סיטואַציע; סײַדן די פּאַלעסטינער וועלן פֿריִער אָנערקענען מדינת־ישׂראל, וואָס עקזיסטירט שוין (דע־יוראָ און דע־פֿאַקטאָ) 61 יאָר.

אויף דעם הינטערגרונט קומט פֿאָר די ערשטע באַקאַנטשאַפֿט צווישן דעם נײַעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, און זײַנע קאָלעגן — די אויסערן־מיניסטאָרן פֿון איטאַליע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און טשעכיע — די אייראָפּעיִשע לענדער, וואָס באַציִען זיך צו ישׂראל מער לאָיאַל.

כּמעט אין דער זעלבער צײַט איז דער פּרעזידענט פֿון ישׂראל, שמעון פּערעס, אַרויסגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, וווּ ער איז אויפֿגעטראָטן אויף דער קאָנפֿערענץ פֿון AIPAC, די אָרגאַניזאַציע וואָס לאָבירט אין אַמעריקע די ישׂראל־אינטערעסן, און זיך געטראָפֿן מיטן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ.

ס‘איז קלאָר, אַז אי פּרעזידענט פּערעס, אי דער אויסערן־מיניסטער ליבערמאַן האָבן אַ בשותּפֿותדיקע פּאָזיציע בײַם דערקלערן די הויפּט־פּריאָריטעטן פֿון זייער לאַנד. און די דאָזיקע פּאָזיציע האָט זיך אויסגעדריקט קודם־כּל אינעם אַרויסברענגען די זאָרג, אַז די גרעסטע סכּנה אינעם מיטעלן מיזרח קומט פֿון איראַן. "איראַן, — האָט דערקלערט ליבערמאַן אין רוים, — וואָס ווערט אַ נוקלעאַרע מדינה, איז שוין געוואָרן אַ דעסטאַביליזירנדיקער פֿאַקטאָר פֿאַר דער גאַנצער וועלט".

פּרעזידענט פּערעס האָט פֿאַרברייטערט דעם געדאַנק און צוגעגעבן, אַז "די פֿאַנאַטישע איראַנישע פֿירער" לייגן אַרײַן אַ סך מיטלען צו פּראָדוצירן ווײַט־גרייכנדיקע ראַקעטן, און פֿינאַנצירן די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס "כעזבאָלאַ" און כאַמאַס"; דערמיט, האָט פּערעס ווידער באַטאָנט, שטעלט איראַן מיט זיך פֿאָר אַ סכּנה אויך פֿאַר אייראָפּע און אויך פֿאַר אַמעריקע.

וואָס שייך דער איצטיקער ישׂראל־פּאָזיציע וועגן שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה, איז עס אויסגעדריקט געוואָרן אויף אַ זייער דיפּלאָמאַטישן אופֿן, אַנדערש געזאָגט — פּאַרווע.

ס‘איז אָבער אויך קלאָר, אַז די אייראָפּעיִשע פֿירער און פּרעזידענט אָבאַמע זײַנען נישט גרייט צו מאַכן אַ פּשרה און מאַכן ענדערונגען אין דער דאָזיקער פֿאָרמולע. נאָך מער, דער וויצע־פּרעזידענט דזשאָ בײַדען האָט אָפֿן געזאָגט בעת זײַן אויפֿטריט אויף דער AIPAC־קאָנפֿערענץ, אַז ישׂראל מוז אויפֿהערן צו בויען נײַע ייִשובֿים אויף די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס און מוז "ליקווידירן די איצטיקע בלאָקפּאָסטנס, די פּאַלעסטינער זאָלן קאָנען זיך פֿרײַ באַוועגן".

די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע ווײַזט אויך נישט אַרויס קיין סימנים זיך אָפּצוזאָגן פֿון פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער פֿאַנאַטישער רעגירונג פֿון אַכמאַדינעדזשאַד. נאָך מער, דווקא אין די טעג, פֿאַר דעם באַזוך פֿון פּרעמיער נתניהו, איז פֿונעם "ווײַסן הויז" אַרויס דער פֿאָרשלאַג צו דער ישׂראל־רעגירונג, זי זאָל זיך צוקאָאָפּטירן צום פּאַקט פֿון ניט־פֿאַרשפּרייטן נוקלעאַר־געווער. דערמיט ווערט מצד אַמעריקע צום ערשטן מאָל אָנערקענט בפֿרהסיא, אַז ישׂראל פֿאַרמאָגט אַזאַ געווער. עס איז אַ בולטער זשעסט אין איראַנס זײַט, וואָס האַלט אין איין טענהן, אַז אַמעריקע פֿירט אין דעם זין אַ פּאָליטיק פֿון טאָפּל־סטאַנדאַרטן.

ווי עס זאָל נישט אָפּגעשאַצט ווערן דאָס שליחות פֿון פּערעסן און ליבערמאַנען, וועלן זיי ביידע קיין ווייכן וועג קיין וואַשינגטאָן נישט אויספֿלאַסטערן פֿאַר נתניהו.