פּאָליטיק

איך פֿאַרשטיי, אַז דאָס קען קלינגען שרעקלעך ציניש, אָבער איך בין אַ ביסל צופֿרידן מיט דער "חזיר־גריפּע". בפֿרט נאָך, אַז זי איז שוין לחלוטין ניט קיין חזירשע און אפֿשר ניט אַזאַ געפֿערלעכע, ווי מע האָט תּחילת געמיינט. איך בין צופֿרידן, ווײַל איצט האָב איך שוין ניט מורא אײַנצושליסן די טעלעוויזיע. פֿריִער איז דאָך געווען ממש אוממעגלעך עס אויסצוהאַלטן, ווײַל מע האָט גערעדט נאָר וועגן איין זאַך: צי באַראַק אָבאַמאַ איז גוט אָדער שלעכט, און פֿאַר וואָס איז ער גוט (אויב ער איז טאַקע גוט) און פֿאַר וואָס איז ער שלעכט (אויב ער איז טאַקע שלעכט). און זײַן ווײַב? ווי אַזוי זי טוט זיך אָן, און איר מוטער. און דער הונט! מע האָט געקענט משוגע ווערן.

די און נאָך זאַכן אַרום אים און וועגן אים האָבן 24 שעה געקײַעט און איבערגעקײַעט אַלע נײַעס-קאַנאַלן, אַרײַנגערעכנט — ווי זיי באַשיידן רופֿן זיך אַליין אין “סי-ען-ען" — “די בעסטע טעלעוויזיע-קאָמאַנדע" (זינט די רוימישע צײַטן?). איך האָב שוין געטראַכט: אפֿשר איז כּדאַי, פֿון דעסטוועגן, מע זאָל אין אַמעריקע אַוועקזעצן אַ מלך? דעמאָלט וואָלט די גאַנצע זויף-אָפּערע (דאָס אָנטאָן זיך, די משפּחה, דער הונט וכ׳) געקענט זיך דרייען אַרום דעם מלכותדיקן עולם. איך ווייס עס פֿון מײַן בריטישער דערפֿאַרונג. די מלכּה און איר אַרום לעבן זיך ווי אין דעם “טרומאַן שאָו", בעת די רעגירונג קען זיך באַשעפֿטיקן מיט מער ממשותדיקע זאַכן.

הקיצור, מיר איז שוין אַזוי נימאס געוואָרן די גאַנצע מעשׂה, אַז איך האָב באַשלאָסן דורכצולאָזן דעם פּרעזידענטס פּרעסע-קאָנפֿערענץ, מיט וועלכער מע האָט אָפּגעמערקט די ערשטע 100 טעג פֿון זײַן טעטיקייט אין "ווײַסן הויז". צופֿעליק האָט זיך אָבער באַקומען, אַז איך האָב יאָ אײַנגעשלאָסן די טעלעוויזיע און — שוין ניט געקענט זיך אָפּרײַסן. באַראַק אָבאַמאַ איז — איר ווייסט עס אַליין — אַ זעלטענער מאָלאָדיעץ. איך שרײַב עס, כאָטש מיר איז קלאָר, אַז ער נייטיקט זיך ניט אין מײַנע שבֿחים. כ׳בין אַפֿילו ניט קיין אַמעריקאַנער בירגער און קען ניט פֿאַר אים שטימען.

איך שמועס שוין ניט וועגן דעם ווי ער רעדט, כאָטש דאָס איז אויך זייער וויכטיק. איך מיין דעם אינהאַלט פֿון זײַן רעדן. עס רופֿט אַרויס דרך-ארץ זײַן גרייטקייט צו גיין קעגן דער מיינונג פֿון אַ גרויסן חלק פֿון דער באַפֿעלקערונג. איך מיין דאָ די פֿראַגע פֿון פּײַניקונגען. די אויספֿרעגן ווײַזן דאָך, אַז בלויז אַ פּראָצענט זעכציק פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג האַלט, אַז פּײַניקונגען טאָר מען ניט אָנווענדן אין קיין שום פֿאַל ניט. דאָס איז נאָך, אַ פּנים, זייער אַ גרויסער פּראָצענט, אויב מע קוקט זיך צו צו די פֿילמען, וועלכע דאָמינירן אין דער טעלעוויזיע און האָבן, בלי-ספֿק, השפּעה אויף דעם עסטעטישן און אידעאָלאָגישן פּרצוף פֿון דער באַפֿעלקערונג. אַוודאי, די טעלעוויזיע איז ניט דער איינציקער פֿאַקטאָר. למשל, מיך האָט זייער געחידושט, וואָס די ווײַסע עוואַנגעליסטן און קאַטויליקער האַלטן אונטער פּײַניקונגען מער איידער די ניט פֿרומע ווײַסע קריסטן.

אָבער ניט נאָר דער “פּראָסטער" עולם איז גרייט זיך אויסצולאַכן פֿון די אַמעריקאַנער געזעצן און אינטערנאַציאָנאַלע אָפּמאַכן. איך זע און הער, ווי אייניקע פּאָליטיקער טענהן דאָס זעלבע. דאָס זײַנען אפֿשר די זעלבע טוער, וואָס רעדן זייער שאַרף וועגן אומרעכטן אין אַנדערע לענדער. אָבער דאָ, בײַ זיך, קען מען פֿאַרמאַכן די אויגן אויף אַזעלכע “קלייניקייטן". דער ציל באַרעכטיקט די מיטלען.

אַ סבֿרא, אַז אַזוי האָט מען געטראַכט אין דער אַדמיניסטראַציע פֿון דעם פּרעזידענט בוש. אַנדערש וואָלטן זיי לכל-הפּחות לעגאַליזירט די “פּײַניקונגען". נאָך דעם 11טן סעפּטעמבער וואָלט מען דאָס, אַ פּנים, אָנגענומען אי אין דעם קאָנגרעס, אי אין דעם סענאַט. ווי עמעצער האָט לעצטנס געזאָגט: דעמאָלט וואָלט מען אַפֿילו אָנגענומען אַ געזעץ, אַז די ערד איז פֿלאַך.

די טעג האָב איך געהערט, ווי עפּעס אַ בלאָנדע פֿרוי (אייניקע אַמעריקאַנער נעמען זאָגן מיר גאָרנישט ניט) האָט געטענהט, אַז — לויט איר מיינונג — איז אַזאַ און אַזאַ פּײַניקונג גאָר ניט געפֿערלעך און מע דאַרף ניט, חס-וחלילה, צונעמען דעם דאָזיקן “אינסטרומענט" בײַ די אַמעריקאַנער אויספֿאָרשער. גלײַך ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן ניט אונטערגעשריבן דעם אינטערנאַציאָנאַלן אָפּמאַך, וואָס דעפֿינירט פּײַניקונג ווי “אַ וועלכע עס זאָל ניט זײַן בכּיוונדיקער אַקט, וואָס רופֿט אַרויס שטאַרקע ווייטיקן אָדער יסורים, פֿיזישע צי פּסיכישע".

עמעצער (און אַזעלכע זײַנען פֿאַראַן) קען אָנהייבן זיך חקירהן וועגן דעם עצם באַגריף פֿון “שטאַרקע". אָבער מיר שײַנט, אַז דאָס איז פּוסטע פּלאַפּלערײַ, מחמת ניט קיין “שטאַרקע" מיטלען וועט קיין אויספֿאָרשער פּשוט ניט נוצן. צוליב וואָס? דער ציל איז דאָך “אויסצוקוועטשן" די אינפֿאָרמאַציע, מיט וועלכער דער געכאַפּטער וויל ניט, אפֿשר, זיך צעשיידן מיט איר.

מיט אַ יאָרצענדליק צוריק האָט די פֿראַגע פֿון פּײַניקונגען צעטיילט אויך די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט. אָבער דער אויבער-געריכט האָט באַשלאָסן, אַז אַ דעמאָקראַטישע געזעלשאַפֿט טאָר זיך ניט דערלויבן און מוחל זײַן אַזעלכע זאַכן. אַהרן ברק, דער פֿאָרזיצער פֿונעם אויבער-געריכט, האָט דעמאָלט געשריבן: “דאָס איז דער גורל פֿון דעמאָקראַטיע, אַז ניט אַלע מיטלען קען זי אָננעמען, און ניט יעדע פּראַקטיק, וואָס ווערט גענוצט דורך אירע שׂונאים, איז אָפֿן אויך פֿאַר איר." מע טאָר דאָך ניט דערלאָזן, אַז צוליב פֿאַרטיידיקן דעמאָקראַטיע זאָל מען פֿאַרלירן די דעמאָקראַטישע פּרינציפּן.