געשיכטע, געזונט, פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואָס מיינט איר, אַז יעדעס שטעטל האָט אַמאָל פֿאַרמאָגט אַ דאָקטער און אַ דענטיסט? אַ נעכטיקע וועטשערע. ווײַל איידער אַ ייִדישער אָדער אַ נישט ייִדישער דאָקטער האָט זיך באַזעצט אין אַ שטעטל און געעפֿנט אַ קאַבינעט, האָבן זיך ייִדן ווי נישט איז אַן עצה געגעבן אָדער מיט דער הילף פֿון אַ פֿעלדשער — ס׳הייסט, אַן אַמאָליקער שערער־כירורג — אָדער אַן אָפּשפּרעכערקע, וואָס האָט געהיילט מיט באַבסקע רפֿואות. ייִדן האָבן זיך ווי נישט איז אַן עצה געגעבן אין די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך.

איז מיר צו האַנט געקומען אַ ספֿר פֿול מיט סגולות און רפֿואות, צוזאַמענגעזאַמלט פֿון אַ פֿרומען ייִדן, וועלכער פֿאַררופֿט זיך אויף הייליקע צדיקים. דאָס בוך אַנטהאַלט נײַן־און־נײַנציק זײַטלעך, אַרויסגעגעבן אין פּשעמישל, פּוילן, אין מיטן 19טן יאָרהונדערט. אַ חוץ די סגולות און רפֿואות, גיט מען אָפּ אַ שלל מיט זײַטלעך צו נפֿלאותן; התגלותן פֿון צדיקים אין רש"י שריפֿט און צווישן זיי וווּנדערלעכע מעשׂיות פֿון בעל־שם־טובֿס תּלמידים, מיט אַן אונטערקעפּל וואָס לייענט זיך, אַז זיי זײַנען געווען די גרעסטע גאונים און צדיקים אין זייער צײַט. אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן שילדערט מען דאָ סגולות און רפֿואות פֿון אַן אויער ביז אַ טשאַד, וואָס זיי רופֿן סוואָנדזש; פֿון אַ צאָן־ווייטיק ביז שווינד־זוכט, פֿון דער שווערער קרענק ביז שוואַנגערשאַפֿט.

ערשטנס קומט עס מיט אָנווײַזונגען, אַז אַ סך פֿון די רפֿואות, מעדיצינען, פּראָשקעס און זאַלבן האָט מען געקאָנט באַקומען אין אַן אַפּטייק. מ׳האָט נאָר באַדאַרפֿט וויסן ווי אויסצוטויגן זיך דערויף. אַ חוץ די אַלע גליקן, עצהט מען דעם לייענער זיך צו באַנוצן מיט הויז־מיטלען, וואָס מ׳האָט געקאָנט אַליין מאַכן. די מחברים פֿונעם בוך האָבן פֿאַרזיכערט די לייענער, אַז זיי האָבן עס גענומען פֿון די ביכער פֿון די בעסטע דאָקטוירים פֿון יענער צײַט. זיי פֿאַרזיכערן די אָפּנעמער פֿונעם ספֿר, אַז דאָס דאָזיקע בוך גייט אַרויס אין זשאַרגאָן, ס׳הייסט, אויף ייִדיש — און נישט קיין אַנדערער שפּראַך — געצילט פֿאַרן פּשוטן עולם.

איך וועל דאָ אויסרעכענען בלויז אַ פּאָר פֿון די חלאתן, וואָס אַזאַ בוך אַנטהאַלט. פֿאַרשטייט זיך, אַז הײַנט־צו־טאָג קאָן מען עס סײַ באַוווּנדערן און סײַ שטוינען פֿון די אײַנפֿאַלן. מסתּמא איז עס צו זיי דערגאַנגען פֿון באָבעס און עלטער־באָבעס וואָס האָבן געהיילט מיט די באַבסקע רפֿואות גאַנצע דורות.

הײַנט־צו־טאָג זעט מען אויף די טעלעוויזיע־קאַנאַלן אַ שלל מיט דאָקטוירים וואָס פּראָקלאַמירן זייערע רפֿואות. מײַן מאַמע פֿלעגט זיי רופֿן "כּישוף־מאַכער". שוין אָפּגערעדט פֿון די פֿאַרמאַצעווטישע מעדיקאַמענטן, מיט וועלכע מען דולד אײַך אַ קאָפּ טאָג און נאַכט; ערשטנס, צו קויפֿן דעם מעדיקאַמענט, אָדער פֿאָדערן בײַ אײַער דאָקטער ער זאָל אײַך תּיכּף־ומיד פֿאַרשרײַבן דעם מעדיקאַמענט, ווײַל פֿון דעם וועט איר געזונט ווערן. דער טעלעוויזיע־יריד וואָס שפּרייט זיך אויס גלאָבאַל, האַנדלט מיט רפֿואות צו קאָלעסטעראָל, דיאַבעטיס, הויכן בלוט־דרוק און אַפֿילו מענערישע דעפֿעקטן ווען עס קומט צום ווײַבערשן מין. איז לאָמיר צוגיין צום עיקר, ווי אַזוי האָבן זיך ייִדן אַן עצה געגעבן מיט חלאתן.

אַסטמע:

אויב מען האָט אַ לונגן־אַסטמע, עצהט דער אומבאַקאַנטער מחבר צו גיין אין אַפּטייק און קויפֿן אַ קרײַטעכץ וואָס רופֿט זיך "מיפּעקציעס־פּעקטאָראַטיס". דעם פּראָדוקט דאַרף מען פֿאַרבריִען ווי טיי און טרינקען עס מיט צוקער. עס העלפֿט אויך צו טרינקען הייסע מילך מיט פּוטער עטלעכע מאָל אַ טאָג, מאַכן פּאַרעס, און אין די פּאַרעס אַרײַנלאָזן פֿון צען ביז פֿופֿצן קראָפּליעס טערפּענטין. אויב דאָס העלפֿט נישט, איז פֿאַראַן נאָך אַ מיטל, דהײַנו: באַנוצן זיך מיט אַ פֿלאַסטער פֿון מושטאַרד ווען מען דערפֿילט אַ סימפּטאָם. עס העלפֿט אויך צו טרינקען פֿרישע קאַווע מיט מילך. דער עיקר מוז דער פּאַציענט זײַן געוואָרנט פֿון וויינען, דאָס הייסט, אָפּהאַלטן זיך פֿון וויינען, פֿון עסן שווערע מאַכלים און אַרבעטן שווער. ווען דער חולה פֿילט זיך בעסער, זאָל ער טרינקען טאַלאַגאַ־ווײַן און קוועטשן די לינקע האַנט.

דער מחבר אָנערקענט, אַז עס זײַנען פֿאַראַן צווייערליי אַסטמעס: אַ לונגען־אַסטמע, וווּ די רערעלעך פֿון די לונגען ווערן פֿאַרשטאָפּט מיט לײַכעץ, און אַ האַרץ־אַסטמע, וווּ די רערן זײַנען צו פֿעט און דער מענטש קען האָבן שוועריקייטן בײַם אָטעמען. דעריבער לײַגט מען פֿאָר, אַז דער מענטש זאָל זיך מטריח זײַן און פֿאָרן אין קור־ערטער אַראָפּצושויבן פֿון זיך דאָס פֿעטס פֿונעם האַרצן. און נאָך אַ זאַך: ס׳איז כּדאַי צו וואַשן זיך די פֿיס און שוויצן. דער חולה קען אויך קויפֿן אין אַפּטייק אַ קרײַטעכץ, וואָס רופֿט זיך "הערבאַ רוטאַ", פֿאַרבריִען דאָס ווי טיי, און טרינקען עס עטלעכע מאָל אין טאָג. באַזונדערס זאָל מען טרינקען אַ האַלב קוואָרטירל, וואָס איך הייב נישט אָן צו וויסן די מאָס. טרינקען גוטן האָניק און אַ גלעזעלע קאָניאַק.

בויך־שמערצן:

אַז דאָס קינד קורטשעט אײַן די פֿיסעלעך בעת עס וויינט און עס וויל נישט נעמען אין מויל די ברוסט, ס׳האָט נישט קיין שטולגאַנג און אַמאָל האָט עס צופֿיל שטולגאַנג, דאַרף מען געבן דעם קינד יעדע דרײַ שעה רובאַרבער־טינקטור, דאָס מישן מיט אַ געלעכל פֿון אַן איי און צומישן דערין אַ ביסל מילך. דאָס איז אַ גוטע רפֿואה. אויב עס העלפֿט נישט, דאַרף מען מאַכן קאַנעס (ליוואַטיוועס) געמאַכט פֿון מילך געמישט מיט אַ געלעכל פֿון אַן איי און אַ ביסעלע בוימל. צולייגן צום בויך קאָמפּרעסן און אויב דאָס קינד האָט נאָך די שמערצן, באָדן אים אין אַ וואַנע פֿון מילך; קויפֿן אין דער אַפּטייק "פּענעכל טיי" און פֿאַרבריִען עס, דערנאָך געבן לעפֿעלעך דעם קינד צו טרינקען מיט צוקער. די מאַמע דאַרף טרינקען עטלעכע מאָל אַ טאָג קאַווע מיט אַ לעפֿעלע ווײַסע מאַגנעזיע פּענעי־זאָמען און נישט עסן קיין גרינוואַרג, נאָר אַ סך פֿלייש מיט אייער.

פֿאַר דערוואַקסענע מיט אַ בויך־ווייטיק דאַרף מען אָפּקאָכן גערשטענע גרויפּן אויף ווייך, אָפּגיסן דאָס וואַסער און פּרעגלען עס מיט חזיר־פֿעטס. פֿאַרשטייט זיך — נישט עסן דאָס נאָר אַרײַנלייגן עס אין אַ לײַוונטענעם בײַטל און צולייגן צום בויך. קויפֿן אין אַפּטייק וואַלעריאַן מיט מענטאָ, פֿאַרפֿרירן עס און שפּעטער טרינקען עטלעכע גלעזער דערפֿון מיט צוקער. אויב דער קראַנקער ברעכט, מוז מען זיך ווענדן צו אַ דאָקטער ווײַל עס קען זײַן די שלעפּע־קישקע (אַפּענדיציט).

געלע זאָכע:

דאָ רעדט זיך וועגן אַ גאַל־קראַנקייט. דערצו דאַרף מען נעמען אַ טויב אַ זכר און אַ טויב אַ נקבֿה. די נקבֿה דאַרף מען אַרויפֿזעצן אויפֿן נאָפּל פֿונעם קראַנקן, וועט די טויב אין זיך אַרײַנזאַפּן די גאַנצע געלקייט און זי וועט אַוועקשטאַרבן. אויב דאָס העלפֿט נישט, גיין אין אַפּטייק און קויפֿן די קרײַטעכץ "היפּעריקום־פּערפֿאַראַטום", פֿאַרבריִען עס ווי טיי און געבן עס דעם קראַנקן אַלע טאָג צו דרײַ גלעזער. אויב דאָס העלפֿט אויך נישט, דאַרף מען קויפֿן אין דער אַפּטייק שפּענאַרד־אײַל — אויף לאַטײַן רופֿט זיך עס "אָלי־לעוואַנדלי", דאָס אויסמישן מיט קראָפּליעס אין ווײַן, און אײַננעמען דאָס יעדן טאָג.

גליק:

ווי אַ סגולה צו גליק פֿאָדערט זיך, מען זאָל בײַ זיך טראָגן וואָס מען געפֿינט בײַ אַ האָן אינעם פּופּיק. עס דאַרף אויסזען ווי אַ קרישטאָל־שטיינדל. אויב מען טוט עס, וועט קיינער נישט וואַגן דעם מענטש שלעכטס צו טאָן. אויב אַ פּאָרפֿאָלק לאָזט זיך אַרויס זען אַ הויכן אָנגעשטעלטן, און אויפֿן וועג שטויסן זיי זיך אָן אין אַ ליידיקער כּלי, דאַרפֿן זיי זיך צוריקקערן. נאָך אַ סגולה צו גליק: מען דאַרף נעמען אַלע מינים אַרבעס, זיי צעמאָלן. דאָס מעל דערפֿון דאַרף מען פֿאַרקנעטן מיט ברוסט־מילך און דערפֿון אויסבאַקן אַ קיכל און עס עסן. דאָס דאַרף פֿאַרזיכערן גליק אין האַנדל.

זומער־שפּרינקעלעך:

אויב מען וויל פּטור ווערן פֿון זומער־שפּרינקעלעך, דאַרף מען נעמען אַן איי, עס אײַנווייקן אין שטאַרקן עסיק און צולייגן קאָמפּרעסן צום פּנים. יעדן טאָג דאַרף מען צוגיסן פֿרישן עסיק ביז די הויט הייבט זיך אָן צו שיילן. דעמאָלט דאַרף מען מאַכן קליינע לעכעלעך אין די זומער־שפּרינקעלעך, וועט פֿון זיי אַרויס אַזאַ מין זאַפֿט וואָס דערמיט מוז מען וואַשן דאָס געזיכט. אַ צווייטע רפֿואה באַשטייט אין נעמען אַ ציטרין און צעשנײַדן זי אויף צוויי העלפֿטן. דאָס ווייכע פֿון אינעווייניק זאָל מען אַרויסנעמען מיט אַ מעסערל. די ליידיקע ציטרין דאַרף מען איבערדרייען. דאָס מוז געטאָן ווערן בײַ נאַכט. די צוויי העלפֿטן פֿון דער ציטרין דאַרף מען אַוועקלייגן אויף אַ קאַלט אָרט ביז אין דער פֿרי. דערנאָך דאַרף מען די צוויי העלפֿטן אָנפֿילן מיט געלעכלעך פֿון הינערישע אייער און דאָס אַוועקשטעלן איבערנאַכט. אין דער פֿרי דאַרף מען זיך שמירן דערמיט דאָס פּנים וועלן די זומער־שפּרינקעלעך אַוועק.

רעוומאַטיזם:

אַ רפֿואה צו רעוומאַטיזם באַשטייט אין אײַנווייקן געריבענעם כריין אין אַ פֿלעשעלע אָקעוויט־שפּירט, אַרײַנטאָן דערין עטלעכע לעפֿל זאַלץ. דאָס דאַרף זיך אַזוי ווייקן עטלעכע טעג. דערנאָך קאָן מען שמירן דערמיט עטלעכע מאָל אַ טאָג דאָס אָרט וווּ ס׳טוט וויי. נאָך אַ רפֿואה: אײַנווייקן קליינע שטיקלעך אויסגעלאָשענעם קאַלך אין אָקעוויט־שפּירט און עס ווייקן עטלעכע טעג אויף אַ וואַרעם אָרט. דערנאָך דאַרף מען אָפּזײַען אַ ביסל שפּירט און מיט דעם שמירן עטלעכע מאָל אַ טאָג וווּ מען האָט די ווייטיק. נאָך אַ מיטל: אײַנווייקן בערך צוויי הונדערט נאָדלען, נישט קיין פֿאַרדזשאַוועטע נאָדלען, אין אַ גוטן שטאַרקן עסיק. דאָס דאַרף זיך ווייקן אַזוי פֿון פֿיר ביז אַכט וואָכן צײַט. די נאָדלען דאַרפֿן צעגיין אינעם עסיק ביז עס בלײַבט נישט קיין זכר פֿון זיי. דערמיט דאַרף מען שמירן די ווייטיקן עטלעכע מאָל אַ טאָג. אויב עס העלפֿט נישט, דאַרף מען גיין אין אַפּטייק, קויפֿן טערפּענטין מיט שפּירט, אויסמישן ביידע צוזאַמען, און מיט דעם שמירן די ווייטיקן. עס העלפֿן אויל־בעדער געמישט מיט צוויי דריטל זאַלץ און איין דריטל וואַש־סאָדע. דער קראַנקער דאַרף זיצן אין דער וואַנע אַ האַלבע שעה צײַט. אויב דאָס אַלץ העלפֿט נישט, דאַרף מען זיך ווענדן צו אַ דאָקטער.

שלוקעכץ:

אַ סך מאָל הייבט בײַם שלוקעכצער אָן ספּאַזמירן דער מאָגן און ער הייבט אָן צו שלוקערצן. דער שלוקעכץ קאָן זיך אויך נעמען פֿון אַ האַרץ־קראַנקייט. אין אַ סך פֿאַלן קען מען באַרויִקן דעם שלוקעכץ אויב מען זעצט זיך אַוועק אויף אַ בענקל און נישט רירן מיט קיין אבֿר. דער מענטש קאָן אויך כאַפּן אין מויל אַרײַן עפּעס אַ ביס און באַלד עס אַראָפּשלינגען. אויב דאָס העלפֿט נישט, פּרובירן טרינקען גאַנץ פֿרי וואַרעמע קאָזע־מילך, גלײַך נאָכן מעלקן. אויס דאָס שלוקעכצן הערט נישט אויף, קען בלויז אַ דאָקטער דערקענען פֿון וועלכער קראַנקייט דער חולה לײַדט.

אָט האָט איר בלויז אַ שלוקעכץ פֿון דעם, וואָס איך האָב זיך דערוווּסט. יענע דאָקטוירים האָבן געוווּסט אַ קרענק און די הײַנטיקע דאָקטוירים שטייען נישט אָפּ פֿון זיי מיט אַלע זייערע מאַשינען. נאָר וווּנדער? מ׳קען צו זיי נישט אָנקומען בעת יענע דאָקטוירים האָבן אָפּגעשטאַט אַ וויזיט בײַם קראַנקן און נישט געריסן די הויט.