דער קלעפּפֿיש־כאָר בײַם אַרבעטער־רינג, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון עליזע בלעכאַראָוויטש |
באַשיידן־בכּבֿודיק איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם תּל־אָבֿיבֿער אַרבעטער־רינג דער הײַיאָריקער דערמאָנונגס־טאָג פֿון אויפֿשטאַנד אין וואַרשווער געטאָ. כּמעט נישט נייטיק אונטערצושטרײַכן די דערמאָנטע כאַראַקטער־שטריכן; אייגנטלעך, זײַנען זיי דאָך די בולטסטע אייגנשאַפֿטן פֿון אָט דער דערפֿאַרענער באַוועגונג. אָן דער אָנוועזנהייט פֿון ספּעציעלע געסט, זײַנען געקומען צום אויסדרוק טאַקע אירע אייגענע סאַמע עיקרדיקע פֿאָרשטייער, אין שפּיץ מיט שורע גרינהויז־טורקאָוו, וועלכע האָט מיט איר באַקאַנטער פֿעיִקייט אָנגעפֿירט מיט דער טרויער־פֿאַרזאַמלונג.
אינעם אָנדענק־טאָג זײַנען אײַנגעפֿלאָכטן געוואָרן צוגעפּאַסטע ייִדישע לידער, אויסגעפֿירט דורך דעם מיכאל קלעפּפֿיש־כאָר בײַ דעם אַרבעטער־רינג, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון דער באַגאַבטער עליזע בלעכאַראָוויטש, מיט פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון אַנאַ סמאָלאָוו.
די סימבאָלישע זעקס ליכט ווי אַ זכר פֿון חורבן, האָבן, ווי אַלע יאָר, אָנגעצונדן די לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן, דאָס מאָל אָבער מיטן איין־און־איינציקן אויסנעם: דאָס ליכטל וואָס יעדן יאָר פֿלעגט אָנצינדן צבֿי כּנר (קאַנאַר), האָט דאָס מאָל אָנגעצונדן דניאל גלאַי, דער פֿאָרזיצער פֿונעם שרײַבער־פֿאַראיין, בית־לייוויק, לכּבֿוד דעם אָנדענק פֿון אָקערשט ניפֿטר געוואָרענעם שרײַבער. דאָס לעצטע ליכטל האָט אָנגעצונדן און אויך געזונגען קדיש האָט די קינסטלערין און פֿאָרשערין פֿון ייִדישן ליד, טובֿה בן־צבֿי.
די דערוואַרטונג, וואָס געוויינטלעך שאַפֿט זיך בײַם עולם בײַ יעדן אויפֿטריט פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, האָט אויך דאָס מאָל באַרעכטיקט די געשאַפֿענע שפּאַנונג אין זאַל. די דיכטערין איז אויפֿגעטראָטן מיט אירס אַ צוגעפּאַסט ליד, וואָס האָט פֿאַרכאַפּט מיט איר טראַגישער שיינקייט און זי האָט דערציילט דערבײַ אַן אײַנדרוקספֿולע פּערזענלעכע איבערלעבונג פֿון פֿאַר די מלחמה־יאָרן.
נאָך דעם האָט גענומען דאָס וואָרט יצחק לודען. “דעם ערשטן סעפּטעמבער וועט ווערן 70 יאָר זינט דעם אויסבראָך פֿון יענער פֿאַרשאָלטענער מלחמה". מיט אָט די ווערטער האָט אָנגעהויבן זײַן פֿאָרטראָג אונדזער באַקאַנטער זשורנאַליסט, וועלכער האָט דורכגעפֿירט אַ באַלערנדיקע אָפּשאַצונג איבער די טראַגיש־היסטאָרישע אַנטוויקלונגען פֿון יענעם צײַט־אָפּשניט — די צווייטע וועלט־מלחמה. דער רעדנער שטעלט זיך אָפּ אויף דער פֿאַרמערונג פֿון דאַטעס וואָס מערקן אָפּ די דערמאָנונג פֿון חורבן און גבֿורה; צו די שוין אָנגענומענע, איז איצט צוגעקומען אַ נײַע דאַטע, פֿאָרגעשלאָגן דווקא דורך דײַטשלאַנד און איז אָנגענומען געוואָרן אויך דורך דער "יו־ען", דאָס איז דער 27סטער יאַנואַר, דער טאָג וואָס דער טויט־לאַגער אוישוויץ איז געוואָרן באַפֿרײַט און איז אָנגענומען געוואָרן ווי “דער אינטערנאַציאָנאַלער אָנדענק־טאָג פֿון האָלאָקאָסט". צו אָט די דאַטעס איז צוגעקומען נאָך איינע, דער טאָג וואָס די פֿרומע האָבן באַשטימט ווי “דער טאָג פֿון אַלגעמיינעם קדיש". פֿאַר אונדז איז אָבער פֿאַרבליבן “דער 19טער אַפּריל — דער יאָרטאָג פֿון העראָיִשן אויפֿשטאַנד פֿון אַ קליינער צאָל יונגע מענטשן אין וואַרשעווער געטאָ קעגן דער מעכטיקער דײַטשישער מאָנסטער־מאַשין פֿון מאָרד און פֿאַרניכטונג — איז באַטראַכט געוואָרן ווי דער נאַטירלעכער און סימבאָלישער יאָרטאָג פֿון אומקום און גבֿורה".
לודען האָט מיט זײַן טיפֿן אַנאַליטישן פֿאָרטראָג געגעבן אַן אַרומנעמיקע אָפּשאַצונג פֿון דעם הײַיאָריקן אָנדענק־טאָג.
פֿאַרענדיקט דעם אָנדענק־פֿרימאָרגן האָט דאָס ליד “זאָג נישט קיין מאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג", געזונגען דורכן כאָר באַגלייט פֿון גאַנצן שטייענדיקן עולם.