פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן דערקלערט די ייִדישע יום־טובֿים, און עס ווערט אויך אָנגעזאָגט די מיצווה, וואָס מיר טוען אינעם איצטיקן פּעריאָד צווישן פּסח און שבֿועות. די תּורה הייסט צו פּראַווען שבֿועות פֿופֿציק טעג נאָך פּסח — זיבן וואָכן מיט איין טאָג. נאָך דעם ערשטן טאָג פֿון פּסח האָבן די ייִדן געבראַכט אינעם בית־המיקדש אַן "עומר", אַ געוויסע מאָס גערשטן, און געציילט, וויפֿל טעג עס זענען פֿאַרלאָפֿן נאָכן ערשטן טאָג פֿון פּסח. הגם מיר האָבן הײַנט נישט קיין בית־המיקדש, ווערט דאָס ציילן די טעג גופֿא פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה.

אויף ייִדיש, ווערט די מיצווה פֿון ספֿירת־העומר טאַקע אָנגערופֿן פּשוט "ציילן"; אַפֿילו אינעם "ישיבֿישן" דיאַלעקט פֿון ענגליש ווערט זי אָפֿט באַצייכנט מיט אַ ספּעציעלן טערמין — "טו צייל". עטלעכע מיצוות אין דער תּורה — למשל, צו זאָגן קריאת־שמע און צו בעטן בײַם באַשעפֿער מחילה פֿאַר די עבֿירות — זענען פֿאַרבונדן מיטן דיבור. זייער אינערלעכער עצם שטעקט אָבער אינעם האַרץ און מוח פֿונעם מתפּלל; די ווערטער דינען בלויז ווי אַ מיטל, וואָס העלפֿט צו פֿאַרשטאַרקן אונדזער מחשבֿה און געפֿילן, און אַרויסצוברענגען די פֿאַרבאָרגענע סודות פֿון דער נשמה אין דער גשמיותדיקער וועלט.

אין דער אמתן, באַשטייט דער גײַסטיקער באַדײַט פֿון ספֿירת־העומר אויך אין אינערלעכער עבֿודת־הנשמה. יעדער טאָג צווישן פּסח און שבֿועות איז פֿאַרבונדן מיט געוויסע מידות, וואָס מע דאַרף אין זיך מתּקן צו זײַן — למשל, צו אַנטוויקלען די גרייטקייט צו טאָן חסד אָדער די פֿעיִקייט זיך אײַנצוהאַלטן פֿון נישט־ריכטיקע אַקציעס. די מאָראַלע און עמאָציאָנעלע אייגנשאַפֿטן פֿונעם מענטשן אַנטפּלעקן זיך אין פֿאַרשיידענע קאָמבינאַציעס.

במשך פֿון די 50 טעג פֿאַר שבֿועות, דעם טאָג פֿון מתּן־תּורה, דאַרף מען שטרעבן צו אַנאַליזירן פֿאַרשיידענע פּרטים פֿונעם אייגענעם כאַראַקטער, כּדי אָפּצורייניקן די נשמה, זי זאָל קאָנען באַנעמען די ג-טלעכע מידות — ספֿירות. ווען מע זאָגט די ספֿירת־העומר, דערמאָנט מען זיך וועגן דער אינערלעכער עבֿודה פֿון תּיקון־המידות. פֿונדעסטוועגן, זעט אויס די דאָזיקע מיצווה זייער "טעכניש": מע דערקלערט די פּינקטלעכע צאָל טעג, וואָס מע האָט שוין געציילט. מע זעט, אַז דאָס וואָרט, אַפֿילו אַ פּשוטער חשבון, האָט אַ גרויסן כּוח, און קאָן העלפֿן צו פֿאַרבעסערן די מענטשלעכע נאַטור און אַפֿילו דערגרייכן די הייליקע ספֿירות־העליונות.

בײַם סוף פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט די טרויעריקע מעשׂה מיטן זון פֿון שלומית בת דבֿרי — אַ חתונה־געהאַטע ייִדישע פֿרוי, וועלכע האָט געזינדיקט מיט אַ מיצרי, און געהאַט פֿון אים אַ קינד. די חז״ל באַטאָנען, אַז זי האָט עס געטאָן נישט־וויסנדיק: דער פֿרעמדער מאַן האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר איר מאַן. איר זינד איז באַשטאַנען בלויז אין דעם, וואָס שלומית פֿלעגט צוציִען צופֿיל אויפֿמערק פֿון די מענער.

משה רבינו האָט געפּסקנט, אַז אַ קינד פֿונעם מיצרישן מאַן טאָר נישט וווינען צוזאַמען מיט זײַן מאַמען, בײַם מחנה־דן, ווײַל דאָס שײַכות צו אַ ייִדישן שבֿט ווערט באַשטימט לויט זײַן טאַטנס ייִחוס. ווען דער זון פֿון שלומית בת דבֿרי האָט אויסגעהערט דעם פּסק, האָט ער עס באַטראַכט ווי אַן אומיושר, און געשאָלטן ג-ט, און פֿאַרשטיינערט געוואָרן אויף טויט פֿאַר זײַן לעסטערונג.

הגם די תּורה הייסט צו הרגענען פֿאַר געוויסע עבֿירות, בלײַבט עס, געוויינטלעך, בלויז אַ טעאָרעטישע שטראָף — צו מוסרן די מענטשן, זיי זאָלן נישט זינדיקן. אַדרבה, ווי עס שטייט אין גמרא, אויב אַ סנהדרין וואָלט פֿאַרמישפּט אַפֿילו איין מענטש צום טויט במשך פֿון 70 יאָר, וואָלט ער געהייסן "אַ בלוטיקער סנהדרין". די תּורה רײַסט איבער די מעשׂה וועגן דעם זון פֿון אַ מיצרי, און זאָגט אונדז אָן, אַז מע טאָר נישט הרגענען אָדער פֿאַרוווּנדן אַ מענטש, כּדי צו דערמאָנען, אַז מע מוז אָפּהיטן דאָס מענטשלעכע לעבן.

ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט דער שם־המפֿורש — דער מעכטיקער נאָמען פֿון ג-ט, וואָס מע טאָר נישט אַרויסזאָגן, און וואָס מע ווייסט נישט הײַנט בכלל, ווי אַזוי מע רעדט אים אַרויס — אַ גרויסן מיסטישן כּוח. ווי דערמאָנט, איז שלומית בת דבֿרי נישט געווען קיין גראָבע בעלת־עבֿירה. דער מדרש זאָגט, אַז זי ווערט דערמאָנט אין דער תּורה, כּדי צו לויבן די ייִדן — צו ווײַזן, אַז זי איז געווען די איינציקע פֿרוי צווישן די יוצאי־מצרים, וואָס האָט געזינדיקט מיט אַ פֿרעמדן מאַן — און אויך נישט בכּיוון.

אַ צאָל חסידישע מפֿרשים זאָגן, אַז איר זון האָט אויך געמיינט, אין אַ געוויסער מאָס, לשם־שמים. ער האָט אויסגענוצט דעם הייליקן שם־המפֿורש פֿאַר אַ מין כּישוף, כּדי אָפּצוראַטעווען זײַן מאַמעס כּבֿוד פֿונעם בזיון. זײַן אַקציע האָט אָבער "צעשאָקלט" די גײַסטיקע וועלטן און האָט געדראָט מיט אַ גרויסער סכּנה, דערפֿאַר האָט מען אים געמוזט דערהרגענען. אין דעם פֿאַל זעט מען אויך, אַז אַפֿילו איין וואָרט האָט צומאָל אַ ריזיקן כּוח — צום גוטן אָדער צום שלעכטן.

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה שטייט געשריבן: "ויאמר ה׳ אל משה, אמור אל הכּהנים בני אַהרן; ואמרת אליהם לנפֿש לא יטמא בעמיו" — דער אייבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו: "זאָג די כּהנים, די זין פֿון אַהרן, און דו זאָלסט זיי זאָגן, אַז זיי טאָרן זיך נישט מטמא זײַן דורך אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן". אונדזער סדרה הייסט "אמור" — "זאָג". אַחוץ דעם, ווערט אין די ערשטע פּסוקים דרײַ מאָל איבערגעחזרט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים דאָס וואָרט "צו זאָגן" ("ויאמר — אמור — ואמרת"). דאָס ווײַזט אָן, אַז דער תּוכן פֿון דער סדרה לערנט אונדז, ווי גרויס ס׳איז דער כּוח פֿונעם וואָרט.

"מות וחיים ביד־לשון" — דאָס לשון האָט דעם כּוח צו ברענגען לעבן און טויט, ווי עס שטייט אין "משלי". מיטן וואָרט קאָן מען באַשאַפֿן און צעשטערן, "פֿאַרריכטן" די הייליקע ספֿירות און צעשאָקלען גאַנצע וועלטן. דער קומענדיקער יום־טובֿ, ל״ג בעומר, האָט אויך צו טאָן מיט דעם דאָזיקן ענין.

די גמרא דערציילט, אַז אינעם פּעריאָד פֿון ספֿירת־העומר האָט אַמאָל אויסגעבראָכן אַ שטאַרקע מגיפֿה, וועלכע האָט אומגעבראַכט 24,000 רבי עקיבֿאס תּלמידים. רבי עקיבֿא האָט אַמאָל געזאָגט, אַז ווען ער וואָלט געמישפּט מיט זײַנע תּלמידים אין סנהדרין, וואָלטן זיי קיינמאָל נישט פֿאַרמישפּט אַ מענטש צום טויט. נישט געקוקט אויף אַזאַ פּאַציפֿיסטישער שטימונג, פֿלעגן זײַנע תּלמידים זיך קריגן און אַרויסווײַזן אַן אומכּבֿוד איינער צום צווייטן. צוליב דעם, זענען זיי באַשטראָפֿט געוואָרן מיט אַ טויטלעכער מחלה. דעם 33סטן טאָג נאָך פּסח — ל״ג בעומר — האָט די עפּידעמיע זיך אָפּגעשטעלט.

נאָך דער מגיפֿה, זענען בײַ רבי עקיבֿאן געבליבן בלויז פֿינף תּלמידים, אַרײַנגערעכנט רבי שמעון בר יוחאי — וואָס זײַן יאָרצײַט איז אויך ל״ג בעומר. רבי שמעון בר יוחאיס מיסטישע טראַדיציע איז שפּעטער פֿאַרשריבן געוואָרן אינעם "זוהר" — אַ יסודותדיקער קבלה־ספֿר, וווּ עס ווערט אַ סך מאָל דערקלערט, וואָס פֿאַר אַ גרויסער כּוח עס שטעקט אינעם וואָרט.