רעצעפּטן

שבת מיטאָג האָב איך ליב אויסצושטעלן אויפֿן טיש פֿאַרשיידענע מאכלים אײַנצוטינקען די חלה. דער ווײַטערדיקער רעצעפּט, וואָס איך האָב געפֿונען אויף דער אינטערנעץ, האָט אַזוי אויסגענומען בײַ מײַנע פֿרײַנד, אַז זיי האָבן אָנגעהויבן עס צו צעשיקן דורך בליצפּאָסט. די פּאָמידאָרן קענט איר אָפּנעמען פֿון אַ פּושקע.

1 פּאַטלעזשאַן (eggplant)
1 טעפּל צעבראָקטע ציבעלע
6 לעפֿל איילבערט־בוימל
1/2 טעפּל צעהאַקטן גרינעם פֿעפֿער
1־2 לעפֿעלעך צעהאַקטן קנאָבל
1/2 טעפּל אָפּגעשיילטע, צעהאַקטע פּאָמידאָרן
1 לעפֿעלע צוקער
1־2 לעפֿעלעך זאַלץ
פֿריש־צעמאָלענער שוואַרצער פֿעפֿער
3 לעפֿעלעך לימענע־זאַפֿט

הייצט אָן דעם אויוון אויף 425 גראַד (218 צעלזיוס). שטעכט דעם פּאַטלעזשאַן עטלעכע מאָל, און באַקט עס אין אויוון, דרייענדיק אים איבער פֿון צײַט צו צײַט, ביז ער וועט ווייך און די הויט פּלאַצט.

פּרעגלט די ציבעלע אין 4 לעפֿל איילבערט־בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מעסיקן פֿײַער, ביז ס׳ווערט דורכזיכטיק. מישט אַרײַן דעם גרינעם פֿעפֿער און קנאָבל און קאָכט 5 מינוט לענגער. גיסט עס אַלץ אַרײַן אין אַ שיסל.

שיילט אָפּ דעם פּאַטלעזשאַן און צעקוועטשט אים ביז ס׳ווערט דערפֿון אַ פּירע. מישט אים אויס מיט די פּאָמידאָרן, צוקער, זאַלץ און שוואַרצן פֿעפֿער.

וואַשט אָפּ די פּאַטעלניע, און הייצט אָן די איבעריקע 2 לעפֿל איילבערט־בוימל. גיסט אַרײַן דאָס פּאַטלעזשאַן־געמיש, פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, דעקט צו די פּאַטעלניע און קאָכט עס בערך 20 מינוט ביז עס ווערט געדיכט. מישט אַרײַן די לימענע־זאַפֿט.