שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

מײַן נאָענסטע חבֿרטע, שׂרה, און איך זענען פֿאַרגאַנגען אין טראָגן אין דער זעלבער צײַט. במשך פֿון די לעצטע צוויי חדשים שמועסן מיר וועגן אונדזער מצבֿ, און שטעלן זיך פֿאָר, ווי ס‘וועט זײַן צו האָבן קינדער אין דער זעלבער עלטער. עס האָט גענומען בײַ שׂרהן אַ לאַנגע צײַט צו ווערן טראָגעדיק און זי וויל זייער שטאַרק האָבן אַ קינד. איך בין נישט געווען אַזוי זיכער, צי איך וויל ווערן אַ מאַמע, און תּיכּף געוואָרן טראָגעדיק.

צום באַדויערן, האָט שׂרה ערשט געמפּלט, און איך האָב מורא, אַז דאָס וועט ווירקן אויף אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט. איך וויל איר אַלץ דערציילן וועגן מײַן איבערלעבונג, אָבער ווייס נישט, צי איך זאָל עס טאָן. איך וויל נישט פֿאַרלירן אונדזער נאָענטקייט. וואָס זאָל איך טאָן?

פֿאַרזאָרגטע חבֿרטע


טײַערע פֿאַרזאָרגטע חבֿרטע,

עס טוט מיר לייד, אַז מיט אײַער חבֿרטע איז געשען אַזאַ אומגליק. עס איז נישטאָ קיין פֿראַגע, אַז אַ מפּלונג איז עמאָציאָנעל שווער איבערצולעבן, און זיכער, גיט שׂרה זיך אַ טראַכט — "פֿאַרוואָס איך און נישט זי?" אַ סך פֿרויען וואָס מפּלען האָבן געזונטע קינדער נאָך דעם, טאָ לאָמיר האָפֿן, אַז אַזוי וועט געשען אויך מיט שׂרהן. איך וואָלט געעצהט, איר זאָלט בלײַבן נאָענט מיט שׂרה און איר קלינגען יעדן טאָג, זי זאָל וויסן, אַז איר זענט תּמיד גרייט צו העלפֿן.

אָבער ווי שווער עס זאָל נישט זײַן פֿאַר אײַך, איז וויכטיק איר זאָלט נישט רעדן קיין סך וועגן זיך אינעם איצטיקן מאָמענט. איר וועט אַזוי אַרום נישט פֿאַרלירן דעם נאָענטן קאָנטאַקט, נאָר באַזײַטיקן אײַערע געפֿילן, איר זאָלט קענען האָבן אַ לענגערע פֿרײַנדשאַפֿט.


טײַערע חזנטע,

איך האָב גרויסע פּראָבלעמען מיט מײַן מאַן. שוין אַ לאַנגע צײַט, ווי איך זע, אַז ער טוט וואָס ער וויל, נישט געקוקט אויף מײַנע געפֿילן. יענע וואָך זענען מיר געפֿאָרן דרײַ טעג אויף אַ "קרוז" אויף אַ שיף קיין מעקסיקע. איך בין שוין אין 7טן חודש. מײַן מאַן האָט נאָר געוואָלט פֿאַרברענגען אין אַ מעקסיקאַנער באַר. מיר האָבן זיך צעקריגט איבער דעם, און צום סוף, איז ער געבליבן אין זײַן באַר, און איך בין אַליין געגאַנגען אײַנקויפֿן. מיר האָבן אָפּגערעדט זיך צו טרעפֿן בײַ דער שיף 5 אַ זייגער בײַ טאָג.

נו, 5:30 ווען די שיף האָט געדאַרפֿט אָפּפֿאָרן צוריק, איז ער נאָך נישט געווען. איך בין געוואָרן היסטעריש. מע האָט אים געזוכט, אָבער נישט געפֿונען. איך האָב נישט געוווּסט, צי ער איז שוין אויף דער שיף, אָדער נאָך אין מעקסיקע. אַ שעה שפּעטער האָט ער זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט מיר דורך דער שיף־געזעלשאַפֿט — פֿון תּפֿיסה! ער האָט זיך אָנגעשיכּורט, זיך געשלאָגן מיט עמעצן און מע האָט אים אַרעסטירט. איצט בלײַבט ער אין אַ מעקסיקאַנער טורמע צוויי וואָכן.

איך ווייס, אַז ער האָט מיך ליב, אָבער צי זאָל איך אים אַרײַנלאָזן אין הויז ווען ער קומט צוריק? צי זאָל דער אינצידענט מאַכן אַ סוף פֿון אונדזער חתונה?

אַ פֿרוי אין כּעס


טײַערע פֿרוי אין כּעס,

נאָר אויפֿן סמך פֿון אונדזער בריוו־קאָרעספּאָנדענץ, קען איך אײַך נישט עצהן צו פֿאַרלאָזן אײַער מאַן. דער ענין איז וויכטיקער און דער שמועס אויף דער טעמע דאַרף זײַן אַ ברייטערער. ווען איך האָב געלייענט אײַער בריוו, האָב איך זיך געזאָרגט וועגן דעם ווײַטערדיקן:

אײַער מאַן האָט אײַך געלאָזט אַליין אין מעקסיקע, בשעת ער האָט פֿאַרבראַכט אין אַ באַר. אײַער מאַן האָט זיך ממש געשלאָגן מיט אַן אַנדער מענטש. אײַער מאַן האָט זיך ווילד אויפֿגעפֿירט. איך זאָרג זיך וועגן אײַער זיכערהייט, און אויב איר האָט אויך אַזאַ זאָרג, וואָלט איך אים נישט אַרײַנגעלאָזט אין הויז, ווען ער קומט צוריק. איר דאַרפֿט ביידע זיך טרעפֿן מיט אַ פּאָרל־פּסיכאָלאָג און וואָס גיכער. צי טרינקט ער צו פֿיל? האָט איר שוין געזען, ער זאָל זיך שלאָגן מיט אַנדערע? האָט איר אַמאָל מורא צו זײַן מיט אים? דאָס זענען וויכטיקע פֿראַגעס. דאָס חתונה־לעבן איז אַ הייליקע זאַך, אָבער אײַער געזונט און זיכערהייט און דאָס געזונט פֿונעם עופֿעלע זענען מער וויכטיק... אין אַ מזלדיקער שעה.


טײַערע חזנטע,

איך בין שוין פֿאַרליבט אין אַ מאַן אַ לאַנגע צײַט. מיר אַרבעטן צוזאַמען אין אַן אַדוואָקאַטן־פֿירמע און איך זע אים יעדן טאָג. איך וואָלט קיין מאָל זיך נישט אויפֿגעפֿירט נישט לײַטיש, אָבער, ווען יאָ, זאָל איך אים זאָגן וועגן דעם? איך וואָלט זיך געפֿילט בעסער, ווען איך זאָג אַ צווייטן.

אסור

טײַערע אסור,

דערציילט אים נישט וועגן דעם — קיין מאָל נישט. איר וועט זיך נישט פֿילן בעסער און איר וועט אים שטעלן אין אַ פֿאַרלעגנהייט. האַלט זיך אײַן, און גייט ווײַטער אָן...

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024