געשיכטע, װיסנשאַפֿט
אַ פֿאָנעטישע טאַבעלע פֿונעם ספֿר "עיני אַרי"; די אותיות, וואָס שטעקן אַרויס פֿון דער אַלגעמיינער טאַבעלע, ווערן באַצייכנט מיט קרײַזלעך
אַ פֿאָנעטישע טאַבעלע פֿונעם ספֿר "עיני אַרי"; די אותיות, וואָס שטעקן אַרויס פֿון דער אַלגעמיינער טאַבעלע, ווערן באַצייכנט מיט קרײַזלעך

נישט איין מאָל טרעפֿט זיך שוין אָן דער מחבר פֿון די שורות אויף מענטשן, צומאָל גאַנץ געבילדעטע, וואָס גלייבן, אַז "ייִדיש האָט נישט קיין גראַמער" — כּלומרשט, ס׳איז אַ שפּראַך אָן כּללים, ווײַל ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדיש־רעדער לערנען ניט די גראַמאַטיק אין דער שול.

אין דער אמתן, האָט גראַמאַטיק, לויטן הײַנטצײַטיקן באַדײַט פֿונעם וואָרט, ווייניק צו טאָן מיט די לערנביכער. יעדע מענטשלעכע שפּראַך האָט אַ געוויסע אינערלעכע לאָגיק און סטרוקטור, וואָס דערמעגלעכט אירע רעדער צו פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן. הגם אַ צאָל שבֿטים אַרום דער וועלט קענען בכלל נישט שרײַבן, זענען זייערע לשונות נישט ווייניקער "גראַמאַטיש", ווי אַלע אַנדערע.

דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער לינגוויסט נועם כאָמסקי ווערט באַטראַכט ווי דער גרינדער פֿון דער "גענעראַטיווער גראַמאַטיק"; לויט דער דאָזיקער שיטה, באַשרײַבט מען אַ שפּראַך ווי אַ סיסטעם פֿון פֿאָרמעלע כּללים, וואָס דערמעגלעכן צו באַשטימען, צי אַ געוויסע פֿראַזע איז גראַמאַטיש קאָרעקט, און צו קאָנסטרויִרן אַ "בוים" פֿון אַלע מעגלעכע קאָרעקטע אויסדרוקן. דער דאָזיקער מעטאָד איז פֿאַרשפּרייט צווישן די הײַנטיקע לינגוויסטן, און דערמעגלעכט צו אַנאַליזירן די נאַטירלעכע מענטשלעכע שפּראַכן דורך מאַטעמאַטישע מעטאָדן און קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען. אַ טייל עלעמענטן פֿון אַזאַ אַבסטראַקטן צוגאַנג האָבן אָבער זייער אַ לאַנגן ייִחוס, וואָס האָט אַ שײַכות צו צוויי אוראַלטע טראַדיציעס: הינדויִזם און קבלה.

אוראַלטע "קאָמפּיוטער־פּראָגראַמיסטן"

בערך מיט 2,500 יאָר צוריק, האָט דער אינדישער חכם פּאַניני אָנגעשריבן אַ גראַמאַטיק פֿון סאַנסקריט, וואָס באַשטייט פֿון אַרום 4,000 אַבסטראַקטע כּללים, וואָס זעען אויס ווי אַ מין קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וועלכער קאָנסטרויִרט אַלע קאָרעקטע ווערטער פֿון דער שפּראַך. אין יענער צײַט האָבן די הינדוסן גערעדט אויף די פֿאָלק־דיאַלעקטן, און אָנגעהויבן פֿאַרגעסן סאַנסקריט — די אַלטע ליטעראַרישע שפּראַך, וואָס זיי האַלטן פֿאַר זייער "לשון־קודש". דערפֿאַר, האָבן די אינדישע גראַמאַטיקער געשטרעבט זי אָפּצוהיטן.

פּאַניניס גראַמאַטיק האָט משפּיע געווען אויף לעאָנאַרד בלומפֿילד, דעם גרינדער פֿון דער אַמעריקאַנער סטרוקטורעלער לינגוויסטיק. בלומפֿילדס צוגאַנג איז געווען פּאָפּולער אין אַמעריקע ביז אָנהייב 1960ער יאָרן, ווען כאָמסקי האָט אויסגעאַרבעט זײַן גענעראַטיווע גראַמאַטיק; כאָמסקי האָט אויך אָנערקענט פּאַניני ווי דעם פֿריִיִקסטן פֿאָרלויפֿער פֿון זײַן טעאָריע.

במשך פֿון אַ סך דורות, האָבן די אייראָפּעיִשע פֿאָרשער פֿון פֿאָרמעלע שפּראַכן געשעפּט אויך פֿון אַן אַנדער קוואַל — קבלה.

די ערשטע סיסטעמאַטישע ווערק וועגן דער העברעיִשער גראַמאַטיק זענען אָנגעשריבן געוואָרן אינעם 9—10טן יאָרהונדערט אויף אַראַביש, אונטער אַ שטאַרקער השפּעה פֿון דער אַראַבישע גראַמאַטיקער. זינט דעמאָלט, האָט זיך אַנטוויקלט אַ רײַכער זשאַנער פֿון גראַמאַטישער ייִדישער ליטעראַטור, ספֿרי־דיקדוק. ס׳איז אָבער קלאָר, אַז די ייִדן האָבן געהאַט אַ גראַמאַטישע מסורה נאָך אַ סך פֿריִער. אין גמרא און מדרשים ווערן געבראַכט כּלערליי סינטאַקסישע און מאָרפֿאָלאָגישע כּללים, דורך וועלכע מע דעקט אויף דעם אינערלעכן באַדײַט פֿון די ווערטער און פּסוקים. אַ טייל פֿון די דאָזיקע כּללים שטאַמען פֿון די פֿריִערע תּקופֿות, און ווערן באַטראַכט ווי "הלכה למשה מסיני".

ס׳זעט אויס, אַז די אוראַלטע פּײַטנים פֿלעגן נאָך אין די תּלמודישע צײַטן קאָנסטרויִרן טעקסטן דורך געוויסע פֿאָרמעלע כּללים. דערפֿאַר קלינגען צומאָל די פּיוטים ווי אַ רעטעניש אָדער אַ מיסטישע פֿאָרמולע. אַזאַ סטיל טרעפֿט זיך אָפֿט אין די שאַפֿונגען פֿונעם אוראַלטן העברעיִשן פּאָעט רבי אליעזר הקליר:

אָץ קוֹצֵץ בֶּן קוֹצֵץ, קְצוּצַי לְקַצֵּץ
בְּדִבּוּר מְפוֹצֵץ, רְצוּצַי לְרַצֵּץ
לֵץ בְּבוֹא לְלוֹצֵץ, פֻּלַּץ וְנִתְלוֹצֵץ
כְּעָץ מְחַצְּצִים לְחַצֵּץ, כְּנֵץ עַל צִפּוֹר לְנַצֵּץ.

די שפּעטערדיקע העברעיִשע פּאָעטן, פֿון רבי אַבֿרהם אבן עזרא ביז ביאַליקן, האָבן אָפֿט קריטיקירט אַזאַ לשון. דער אַריז״ל און אַנדערע מקובלים האָבן אָבער געהאַלטן, אַז רבי אליעזר הקלירס פּיוטים זענען דווקא אָנגעשריבן געוואָרן על־פּי־קבלה, לויט עפּעס אַ מיסטישן שיפֿער.

"ספֿר־יצירה", אַ יסודותדיקער אוראַלטער קבלה־ספֿר, וואָס שטאַמט פֿונעם 2־3טן יאָרהונדערט, אַנטהאַלט ידיעות וועגן פֿאָנעטיק און אַנדערע גראַמאַטישע ענינים. לויט דער ייִדישער טראַדיציע, שטאַמען די דאָזיקע ידיעות פֿון אַבֿרהם אָבֿינו. לויט "ספֿר־יצירה", זענען אַלע זאַכן אין דער וועלט געשאַפֿן געוואָרן דורך מאַניפּולאַציעס מיט אותיות און ווערטער. די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַלע מעגלעכע שפּראַכן און "דיבורים" זענען אויך געשאַפֿן דורך אַזעלכע מיטלען.

די מקובלים באַשרײַבן צומאָל פֿאַרשיידענע גראַמאַטישע פּרטים פֿון לשון־קודש דורך אַבסטראַקטע לאָגישע און מאַטעמאַטישע סכעמעס, הגם זיי האָבן קיינמאָל נישט געפּרוּווט שאַפֿן אַזאַ פֿולע גראַמאַטיק, ווי פּאַניני. אין די קבלה־ספֿרים טרעפֿן זיך אָבער כּסדר אַלגאָריטמען, וואָס קאָנסטרויִרן אַ צאָל אַנדערע מיסטישע "שפּראַכן": שמות פֿון ג-ט און מלאָכים, שפּרוכן און מעדיטאַטיווע פֿאָרמולעס.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די אינדישע מיסטיקער האָבן אויך אַ רײַכע טראַדיציע פֿון מאַנטרעס — עזאָטערישע ווערטער און פֿראַזעס, וואָס טראָגן אין זיך אַ גײַסטיקן כּוח. אַ צאָל מקובלים האָבן געגלייבט, אַז די אינדישע חכמות שטאַמען אויך פֿון אַבֿרהם אָבֿינו — און האָבן די זעלבע שורשים, ווי "ספֿר יצירה". צי איז עס אמת, צי נישט, זעט מען טאַקע, אַז אַזאַ אַבסטראַקטער צוגאַנג צו גראַמאַטיק דריקט זיך אויס אויף אַן ענלעכן אופֿן אין ביידע טראַדיציעס פֿון "שפּראַך־מיסטיציזם".

ראַמאָן לול, דער שפּאַנישער פֿילאָסאָף־מיסטיקער פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, ווערט צומאָל באַטראַכט ווי דער "אורפֿאָטער" פֿון קאָמפּיוטערײַ. לול האָט געשאַפֿן ספּעציעלע מכשירים, וואָס באַשטייען פֿון עטלעכע פּאַפּירענע קרײַזלעך מיט אויפֿשריפֿטן, כּדי צו קאָנסטרויִרן חידושדיקע פֿילאָסאָפֿישע פֿראַזעס. די היסטאָריקער זענען משער, אַז אויף ראַמאָנס לינגוויסטיש־לאָגישע מאַשינען האָט משפּיע געווען זײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט קבלה.

דער קאָנסאָנאַנטן פֿון סאַנסקריט־אַלעפֿבעט
דער קאָנסאָנאַנטן פֿון סאַנסקריט־אַלעפֿבעט

לול האָט שטאַרק געווירקט אויפֿן גרויסן דײַטשישן פֿילאָסאָף גאָטפֿריד לײַבניץ, וועלכער האָט אַליין סיסטעמאַטיש געלערנט קבלה; לײַבניצעס פֿאָרשונגען וועגן פֿאָרמעלער גראַמאַטיק האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף דער אַנטוויקלונג פֿון דער הײַנטיקער קאָמפּיוטערײַ און לינגוויסטיק.

נועם כאָמסקי האָט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ מענטש, וואָס באַציט זיך נישט צו פֿרײַנדלעך צו רעליגיע בכלל, און צו דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט בפֿרט. פֿונדעסטוועגן, האָט קבלה געקאָנט אויך ווירקן אויף זײַנע טעאָריעס. זײַן מאַגיסטער־טעזיס, וווּ ער הייבט שוין אָן צו אַנטוויקלען דעם גענעראַטיוון צוגאַנג, איז געווידמעט דער גראַמאַטיק פֿונעם מאָדערנעם העברעיִש. זײַן טאַטע איז געווען אַ באַקאַנטער העבראַיִסט, וועלכער האָט געפֿאָרשט די אַלטע ספֿרי־דיקדוק, און דערמאָנט אין זײַנע ווערק "ספֿר־יצירה" און אַ צאָל קבלה־ענינים.

אַזוי ווי די הײַנטצײַטיקע גענעראַטיווע לינגוויסטן, האָבן סײַ די מקובלים, סײַ די אינדישע מיסטיקער, געפּרוּווט צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די שפּראַך "אַרבעט", און ווי אַזוי עס ווערן די ווערטער אַסאָציִיִרט מיט אַ געוויסן באַדײַט. דער פּראָצעס פֿון שאַפֿן אַ גולם, אַ קינסטלעכע שׂכלדיקע באַשעפֿעניש, ווערט פֿאַרבונדן אין קבלה־ספֿרים דווקא מיט אַבסטראַקטע אותיות־מאַניפּולאַציעס.

צווישן פּושקאַלאַוואַטי און שאַריגראָד

אין פֿאַרגלײַך מיט די אייראָפּעיִשע שפּראַכן, ווערט דער אַלפֿאַבעט פֿון סאַנסקריט געוויינטלעך פֿאַרשריבן נישט ווי אַ ריי פֿון אותיות, נאָר ווי אַ טאַבעלע, אײַנגעטיילט לויטן פֿאָנעטישן סדר. דער דאָזיקער סדר שטאַמט פֿון פּאַניניס פֿאָרשונגען. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַן ענלעכע טאַבעלע, וואָס טיילט אײַן די ייִדישע אותיות כּמעט אינעם זעלבן סדר, ווערט געבראַכט אינעם זעלטענעם קבלה־ספֿר "עיני אַרי", פֿונעם שאַריגראָדער מקובל רבי יהודה־לייב שור.

דער מחבר האָט געוווינט אין סוף 18טן יאָרהונדערט, אינעם אוקראַיִנישן שטעטל שאַריגראָד (שאַרגאָראָד), פּאָדאָליע. אינעם יאָר 1900 האָט זײַן אייניקל פּובליקירט דעם ספֿר אין לעמבערג. לויט די רבנישע הסכּמות, זענען די האַנטשריפֿטלעכע קאָפּיעס פֿון "עיני אַרי" געווען פֿאַרשפּרייט און גאָר הויך אָפּגעשאַצט צווישן די חסידישע צדיקים, בפֿרט אין רומעניע. דער מחבר איז אַמאָל געווען באַקאַנט ווי אַ באַרימטער צדיק; הײַנט, אָבער, זענען נישט געבליבן וועגן אים קיין ביאָגראַפֿישע פּרטים — אַחוץ דעם, וואָס זײַן טאַטע, רבי יוסף עוזר, איז אויך געווען אַ באַרימטער מקובל און אַ בעל־שם.

אַ גרויסער טייל פֿון "עיני אַרי" איז געווידמעט די מיסטישע אַספּעקטן פֿון פֿאָנעטיק. דורך אַ חידושדיקן מעטאָד, צעטיילט רבי יהודה־לייב די אותיות פֿונעם אַלף־בית אויף עטלעכע גרופּעס: קלאַנגיקע, טויבע, האַלב־וואָקאַלן, אַזעלכע ווי "למד", "ריש" און "נון", און דער צישענדיקער "שין". די וואָקאַלן ווערן באַהאַנדלט באַזונדערס.

דער מחבר פֿון אַ קליין אוקראַיִניש שטעטל האָט זיכער גאָרנישט געוווּסט וועגן סאַנסקריט און אוראַלטע אינדישע גראַמאַטיקער. זײַן טאַבעלע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ דרײַ־דימענסיאָנעלע סכעמע פֿון אותיות; פֿונדעסטוועגן, איז זי וווּנדערלעך ענלעך צום סאַנסקריטישן אַלפֿאַבעט — אַחוץ די ספּעציפֿישע פֿאָנעטישע חילוקים צווישן סאַנסקריט און לשון־קודש. ער פֿאַרלאָזט זיך אויף דער אינערלעכער קבלה־מסורה, וואָס ווערט געבראַכט אין "ספֿר־יצירה" און דעם "זוהר".

"עיני אַרי" ווײַזט אָן, אַז דער ייִדישער אַלף־בית איז אויך געבויט, ברדך־כּלל, אויף אַ פֿאָנעטישן סדר. די קלאַנגיקע קאָנסאָנאַנטן געפֿינען זיך אין דער ערשטער גרופּע פֿון זיבן אותיות, פֿון "אַלף" ביז "זיין", ס׳רובֿ טויבע — אין דער דריטער גרופּע, ס׳רובֿ האַלב־וואָקאַלן — אינמיטן; די אותיות אין יעדער גרופּע זענען אײַנגעאָרדנט לויט אַ געוויסער לאָגיק.

אויב אַזוי, זענען די אוראַלטע סעמיטישע שאַפֿער פֿונעם אַלף־בית געווען באַקאַנט מיט די יסודות פֿון פֿאָנעטיק נאָך מיט עטלעכע יאָרהונדערטער פֿאַר פּאַניני; אַזאַ השערה איז, דאַכט זיך, נאָך קיינמאָל נישט באַהאַנדלט געוואָרן אין דער וועלטלעכער לינגוויסטיק. דאָס רעשט פֿונעם ספֿר "עיני אַרי" איז געווידמעט דער צורה פֿון די ייִדישע אותיות און דער מיסטישער "מעטאַ־שפּראַך" פֿון אותיות־קאָמבינאַציעס, וואָס ווערט גענערירט דורך פֿאַרשיידענע אַלגאָריטמען.

דער אוראַלטער אינדישער חכם־"פּראָגראַמיסט" פּאַניני האָט געוווינט אין דער שטאָט פּושקאַלאַוואַטי (איצט — טשאַסאַדאַ), אויפֿן שטח פֿונעם איצטיקן פּאַקיסטאַן, נישט ווײַט פֿון דער אַפֿגאַנישער גרענעץ. הײַנט ווערט דער דאָזיקער ראַיאָן דערמאָנט אין די נײַעס, געוויינטלעך, אין שײַכות מיט טעראָריזם און אָרעמקייט.

בערך מיט 12 יאָר צוריק האָט דער מחבר פֿון די שורות באַזוכט שאַריגראָד. הגם דאָס לעבן אינעם אוקראַיִנישן שטעטל איז, מסתּמא, נישט אַזוי סכּנותדיק, ווי צווישן די טאַליבאַנער, לעקט מען דאָרט אויך נישט קיין האָניק מיט לעקעך. די אײַנוווינער לײַדן פֿון אָרעמקייט, שיכּרות און נאַרקאַמאָניע. די רעגירונג שליסט כּסדר אָפּ דאָס וואַסער און עלעקטריע. אינמיטן דער שטאָט געפֿינען זיך די רויִנען פֿון אַ צוקער־פֿאַבריק, וואָס וואָלטן געטויגט ווי אַ דעקאָראַציע פֿאַר אַ שוידער־פֿילם. אַן אומפּראָפּאָרציאָנעל־גרויסער טייל פֿונעם שטעטל, שיִער נישט אַ העלפֿט, באַשטייט פֿון אַלטע צווינטערס, וואָס פֿאַרשאַפֿן אַ טריבן קאָלאָריט.

אַזוי ווי אַנדערע אוקראַיִנישע שטעטלעך, האָט שאַריגראָד אויך אַן אייגענעם חן, און באַהאַלט אין זיך זײַנע רעטענישן. מע זאָגט, אַז די אָרטיקע אַלטע שיל, וואָס איר פֿעסטונג־אַרכיטעקטור דערמאָנט דעם מאַווריטאַנישן סטיל, איז אויסגעבויט געוואָרן דורך די ספֿרדישע פּליטים פֿון שפּאַניע, הגם די היסטאָריקער באַשטעטיקן נישט אַזאַ לעגענדע. די קאָמוניסטן האָבן פֿאַרוואַנדלט דעם בנין אין אַ זאַפֿט־פֿאַבריק; נישט לאַנג צוריק האָט זי באַנקראָטירט און שטייט איצט ליידיק.

מע דערציילט, אַז אונטער די שאַריגראָדער הײַזער געפֿינט זיך אַ ריזיקער לאַבירינט פֿון אוראַלטע קאַטאַקאָמבעס, וואָס אַ צאָל ייִדן האָבן זיך דאָרט אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס. די טוריסטן פֿון מאָסקווע און קיִעוו פּרוּוון צומאָל אַרײַנדרינגען אין די געהיימענישפֿולע אונטערערדישע טונעלן.

בדרך־כּלל, אָבער, איז שאַריגראָד פּונקט אַזאַ העק, ווי טשאַרסאַדאַ, הגם די פּאַקיסטאַנער שטאָט איז, מסתּמא, מער באַקאַנט אין דער וועלט ווי אַן אוראַלט היסטאָריש אָרט. ווער ווייסט, אָבער, וויפֿל היסטאָרישע און קולטורעלע אוצרות, אוראַלטע מאַנוסקריפּטן און וווּנדערלעכע רעטענישן באַהאַלטן זיך נאָך אין אַזעלכע פֿאַרוואָרפֿענע ווינקלען פֿון דער וועלט?