קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Culture Front: Representing Jews in Eastern Europe.
Edited by Benjamin Nathans and Gabriella Safran, University of Pennsylvania Press, 2008.
Culture Front: Representing Jews in Eastern Europe. Edited by Benjamin Nathans and Gabriella Safran, University of Pennsylvania Press, 2008.

די רעדאַקטאָרן פֿונעם זאַמלבוך מיטן פּראָוואָקאַטאָרישן טיטל "קולטור־פֿראָנט" דערקלערן זייער כּוונה אַזוי׃ "מיר האָבן בדעה מסביר צו זײַן די אַנטוויקלונג פֿון קולטורעלע פֿאָרמען און פֿונקציעס און זייערע באַטײַטן אין משך פֿון כּמעט פֿיר יאָרהונדערטער פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין מיזרח־אייראָפּע". אין הסכּם מיטן דאָזיקן פּלאַן, עפֿנט זיך דאָס בוך מיטן אַרטיקל פֿון אָדם טעלער (חיפֿה) וועגן די ליטעראַרישע אָפּרופֿן אויף די גזירות תּ״ח־ותּ״ט און ענדיקט זיך מיט דזשעפֿרי שענדלערס (ניו־דזשויזי) באַהאַנדלונג פֿון פּראָפֿעסאָר יפֿה אליאַכס פּראָיעקט אויפֿצובויען אַ מאָדעל־שטעטל אין ראשון־לציון. אין צווישן געפֿינען זיך נײַן אַרטיקלען, וואָס זײַנען צעטיילט אויף פֿיר טעמאַטישע טיילן׃ געוואַלט און געזעלשאַפֿטלעכקייט, פּאָפּולערע קולטור, פּאָליטיק און עסטעטיק, אָנדענק־פּראָיעקטן.

די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור פֿאַרנעמען אינעם זאַמלבוך אַ בכּבֿודיק אָרט. אַליסאַ קווינט (ניו־יאָרק) באַטראַכט דעם קולטור־היסטאָרישן מאָמענט פֿון געבוירן ווערן פֿונעם ייִדישן טעאַטער, און בפֿרט די ראָלעס פֿון פֿרויען־געשטאַלטן אין אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס פּיעסעס. די פֿרוי, וואָס רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן אויף דער בינע פֿאַרן צושויער ברענגט צונויף די שפּראַך און די קולטור. זי קערט איבער דעם משׂכּילישן באַגריף פֿון די אָנשטענדיקע רייד, וועלכע זײַנען פֿאַרקערפּערט געוואָרן אין די פּאָזיטיווע מאַנצבילישע געשטאַלטן פֿון אַקסענפֿעלד און עטינגער. קווינט באַטאָנט, אַז גאָלדפֿאַדען האָט אַנטפּלעקט דעם שעפֿערישן פּאָטענציאַל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער און אַריבערגעפֿירט די ייִדישע דראַמאַטישע קונסט פֿון "סאַלאָן אין קרעטשמע אַרײַן, פֿון דער דיסציפּלין פֿונעם טעקסט צו דער ריזיקע פֿון פֿאָרשטעלונג".

די פֿרויען־טעמע ווערט אונטערגעכאַפּט אין קעטרין העלערשטיינס (פֿילאַדעלפֿיע) פֿאַרגלײַכיקן אַנאַליז פֿון פֿיר פּאָעטישע איבערטײַטשונגען פֿון מגילת־אסתּר דורך משה בראָדערזאָן, מרים אולינאָווער, ראָזע יאַקובאָוויטש און איציק מאַנגער. אין משך פֿון יאָרהונדערטער פֿלעגן די ייִדן אויסטײַטשן דעם נס פֿון פּורים ווי אַן אַקטועלע געשיכטע, און די תּקופֿה צווישן די ביידע וועלט־מלחמות אין פּוילן איז געווען ווי צוגעמאָסטן פֿאַר אַזאַ מין שעפֿערישער באַאַרבעטונג. העלערשטיין דערווײַזט, אַז די פֿיר פֿאַרשידענע דיכטערישע אויסטײַטשונגען פֿון דער אוראַלטער מעשׂה פֿירן צווישן זיך אַ מין דיאַלאָג, וואָס ווערט פֿאַרסך־הכּלט אין מאַנגערס מגילה־לידער.

בעת העלערשטיין גיט זיך אָפּ מיט "אַרכעטיפּישע מאָדערניסטישע ייִדישע טעקסטן", האָט קענעט (בנימין) מאָס אַ גאָר אַנדערן פֿאָרשערישן סדר־היום. אין זײַן גרינדלעכער שטודיע פֿון דעם אָרט, וואָס די איבערזעצונגען האָבן פֿאַרנומען אין דעם פּראָיעקט פֿון שאַפֿן די מאָדערנע ייִדישע קולטור אין דער צײַט פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע, קומט ער צו ביז גאָר אָריגינעלע אויספֿירן. אומאָפּהענגיק פֿון זייער אידעאָלאָגישער און שפּראַכלעכער אָריענטאַציע, האָבן די ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטן באַטאָנט דעם חשיבֿות פֿון איבערזעצערישער אַרבעט, כּדי צו באַרײַכערן די ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטורן. מאָס רופֿט די דאָזיקע טענדענץ "אַוועק פֿון קלײַזל" און שטעלט פֿעסט די פֿאַרבינדונג צווישן די איבערזעצונגען און דעם ייִדיש־העברעיִשן מאָדערניזם.

מאָסעס אַרגומענט, וואָס ווערט אונטערגעשטיצט דורך אַ שלל פֿון ביז גאָר אינטערעסאַנטע בײַשפּילן, איז פֿריש און דאַרף אומבאַדינגט גענומען ווערן אין באַטראַכט דורך אַלע פֿאָרשער פֿון מאָדערנער ייִדישער קולטור. עס לוינט זיך בלויז צוגעבן, אַז די פּראָגראַם פֿון אַרײַנברענגען וועלט־קולטור אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז ניט געווען קיין חידוש פֿון דער רעוואָלוציע־צײַט. די טראַדיציע פֿון איבערזעצונג האָט טיפֿע וואָרצלען אין דער ייִדישער ליטעראַטור זינט מיטל־אַלטער. די אַנטקעגנשטעלונג פֿון "וועלטלעכקייט" און "קלײַזלדיקייט" איז פֿון תּמיד אָן געווען אַן ענין פֿון ייִדישע ליטעראַרישע וויכּוחים. אין 1889 האָט חיים זשיטלאָווסקי פֿאָרגעלייגט שלום־עליכמען זײַן איבערזעצונג פֿון געטעס "פֿאַוסט" פֿאַר דער "ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק", אָבער דעמאָלט האָט זיך שלום־עליכם אָפּגעזאָגט, ווײַל דאָס האָט זיך ניט אַרײַנגעפּאַסט אין די ראַמען פֿון זײַן באַגריף — ייִדישער "פֿאָלקס־ליטעראַטור".

דער קאָמפּליצירטער ענין פֿון באַציִונגען צווישן אידעאָלאָגיע און ליטעראַטור ווערט באַהאַנדלט אין מאַרקוס מאָזעליס ווערטפֿולן רעפֿעראַט וועגן מאיר ווינערס זכרונות, וועלכע זײַנען צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין "סאָוועטיש היימלאַנד" כּמעט 20 יאָר נאָך ווינערס אומקום אויפֿן פֿראָנט. מאָזעלי האַלט, אַז דער דאָזיקער טעקסט, אָנגעשריבן "אין טיש אַרײַן" און ניט פֿאַר פּובליקאַציע, שפּיגלט אָפּ דעם אינערלעכן שפּאַלט אין ווינערס פּערזענלעכקייט צווישן דער געטרײַשאַפֿט צו דער מאַרקסיסטישער אידעאָלאָגיע מיט איר קריטיק פֿון דער נאַציאָנאַליסטישער, קלעריקאַלער, און בירגערלעכער טראַדיציע אין דער ייִדישער ליטעראַטור, און דער געהיימער שעפֿערישער נטיה צו שרײַבן אין דעם סטיל פֿון דער דאָזיקער טראַדיציע.

אַנדערע ניט־פֿאַרעפֿנטלעכטע מאַטעריאַלן פֿון ווינערס אַרכיוו באַרעכטיקן דעם דאָזיקן טעזיס. הגם אַפֿילו ווען מען לייענט אויפֿמערקזאַם ווינערס געדרוקטע אַרבעטן פֿון די 1930ער יאָרן, זעט מען, אַז זײַן פּאָזיציע לגבי דער קלאַסישער ירושה האָט זיך היפּש געענדערט אין משך פֿון דער צײַט. ווינער אַליין האָט זיך מודה געווען, אַז זײַנע אָפּשאַצונגען זײַנען געוואָרן מער פּאָזיטיוו. קאָן זײַן, אַז ווען ער האָט געשריבן זײַנע זכרונות, האָט ער געהאָפֿט, אַז עס וועט קומען אַ טאָג, ווען דער אָפֿיציעלער סאָוועטישער קוק אויפֿן ייִדישן עבֿר וועט זיך ענדערן. מען געפֿינט אַ סך סימנים פֿון אַזאַ טענדענץ, ווי למשל, דער סאַמע פֿאַקט פֿון דער פּובליקאַציע פֿון נסתּרס "משפּחה מאַשבער" אין 1939 און 1941 און דער פּאָזיטיווער אויפֿנעם פֿונעם דאָזיקן ראָמאַן דורך דער סאָוועטישער קריטיק.

דרײַ פֿאָרשער באַטראַכטן די געשיכטע און קולטור פֿון ייִדן אין פּוילן׃ מאַרצין וואָדזינסקי (ברעסלע) שרײַבט וועגן די וויכּוחים וועגן ייִדישע רעפֿאָרמעס אין פּוילן סוף 18טן־אָנהייב 19טן יאָרהונדערט; עוגעניאַ פּראָקאָפּ־יאַנעץ (קראָקע) און מיכאל שטיינלויף (פֿילאַדעלפֿיע) אַנאַליזירן די ייִדישע טעמאַטיק אינעם פּאָפּולערן פּוילישן ראָמאַן און אינעם פּויליש־ייִדישן טעאַטער. די העברעיִשע קלאַסיקער י. ח. ברענער און ח. נ. ביאַליק ווערן באַהאַנדלט דורך די ירושלימער פֿאָרשער יונתן פֿרענקעל, ז״ל, און חמוטל בר־יוסף. עס איז כּדאַי אָפּצומערקן, אַז דאָס זאַמלבוך באַרירט אין גאַנצן ניט דאָס פֿעלד פֿון דער רוסיש־ייִדישער קולטור, הגם ביידע רעדאַקטאָרן זײַנען דווקא מומחים פֿון דער רוסיש־ייִדישער קולטור־געשיכטע.

"קולטור־פֿראָנט" שפּיגלט אָפּ נײַע טענדענצן אין דער ייִדישער וויסנשאַפֿט׃ דעם אינטערעס צו פּאָפּולערע פֿאָרמען פֿון קולטור און צו קעגנזײַטיקע השפּעות צווישן ייִדן און אומות־העולם, צו דעם צווישנשפּיל צווישן קולטור, אידעאָלאָגיע, און פּאָליטיק. ווי אַנדערע בראַנזשעס פֿון הומאַניסטישע וויסנשאַפֿטן הײַנט־צו־טאָג, זײַנען די ייִדישע שטודיעס באַשטימט קריטיש לגבי סטאַטעטשנע סטערעאָטיפּן פֿון מאַסן־באַוווּסטזײַן. די ייִדישע פֿאָרשער פֿירן זייערע קלענערע און גרעסערע מלחמות אויף "קולטור־פֿראָנטן" קעגן אָנגענומענע אמתן, וואָס בלײַבן נאָך שטאַרק באַפֿעסטיקט בײַ דעם "עמך". דאָס איז אַ ניצלעכע אַרבעט, וואָס מיט דער צײַט וועט מסתּמא אַליין ווערן אַן אָביעקט פֿון אינטעלעקטועלער רעפֿלעקסיע.