בײַ מיר האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז דווקא אין אוקראַיִנע האָט ייִדיש איבערגעלעבט אַ באַזונדערס טראַגישן אונטערגאַנג. אין רוסלאַנד זײַנען פֿונדעסטוועגן דאָ ערנסטע פֿאָרשער און לערער פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור. אַפֿילו אין ווײַסרוסלאַנד זעט עס אויס — לכל-הפּחות פֿון דער ווײַטנס — בעסער איידער אין אוקראַיִנע. איך רעד שוין ניט וועגן פּוילן, וווּ עס זײַנען טעטיק אַ צאָל ערנסט-אויסגעשולטע אינטעלעקטואַלן פֿונעם ייִנגערן דור.
די קיִעווער און אַנדערע אוקראַיִנער געלערנטע האַלטן יאַקאָס, אַז מע קען זיך באַשעפֿטיקן ערנסט מיט ייִדישער געשיכטע צי ליטעראַטור-פֿאָרשונג אויפֿן סמך פֿון ניט-ייִדישע קוואַלן. אַזוי זעט אויס, יעדנפֿאַלס, אין דער געדרוקטער פּראָדוקציע וואָס פֿאַלט אַרײַן אין מײַנע הענט.
לעצטנס, אַ שטייגער, האָט מײַן אוניווערסיטעטישע ביבליאָטעק צוגעצויגן דעם הימל צו דער ערד, כּדי קריגן פֿאַר מיר אַ קאָפּיע פֿון אַ היסטאָרישער פֿאָרשונג פֿון ייִדישע קאָאָפּעראַטיוון, וועלכע איז מיט עטלעכע יאָר צוריק אַרויס אויף אוקראַיִניש אין קיִעוו. האָב איך עס געעפֿנט און מיר איז פֿינצטער געוואָרן אין אויגן: די ערשטע פֿראַזע האָט ציטירט אַ רבֿ, און אַ ביסל נידעריקער — דעם שולחן-ערוך. גלײַכצײַטיק, האָט דער מחבר זיך אַפֿילו ניט צוגערירט צו אַ ייִדישן קוואַל, און דער פּראָדוקט איז, פֿאַרשטייט זיך, אַרויס אַ האַלב-געבאַקענער.
אָנהייב פֿעברואַר האָט מען מיך פֿאַרבעטן קיין שטאָקהאָלם צו רעדן וועגן ייִדיש אין אוקראַיִנע. דאָרטן האָט מען געעפֿנט אַן אויסשטעלונג מכּוח דעם חורבן אין אוקראַיִנע, און מײַן שמועס איז געווען אין דעם לאָקאַל פֿון דער גרויסער עקספּאָזיציע. געקומען זײַנען 120 מענטשן, מער האָט מען ניט דערלויבט, צוליב די פֿאָדערונגען פֿון פֿײַער-רעגלאַמענטירונג. צווישן דעם עולם זײַנען אויך געווען מײַנע אַלטע באַקאַנטע, פֿון די היגע ייִדיש-אַקטיוויסטן. האָב איך טאַקע דעמאָלט אַ טראַכט געטאָן, אַז אין שטאָקהאָלם, וואָס איז גאָר ניט קיין צענטראַלע שטאָט אויף דער איצטיקער מאַפּע פֿון ייִדיש, זײַנען דאָ מער קענער פֿון ייִדיש, איידער אין קיִעוו, דעם אַמאָליקן "יעהופּעץ". זיי, די שטאָקהאָלמער, האָבן אַ ייִדיש-געזעלשאַפֿט מיט כּמעט אַ מאה מיטגלידער. כ'האָב קיין מאָל ניט געהערט וועגן אַן ענלעכער געזעלשאַפֿט אין אוקראַיִנע.
דער מצבֿ פֿון ייִדיש אין אוקראַיִנע האָט אַרויפֿגעלייגט אַ שטעמפּל אויף דעם בוך, "איבערגעגאַנגענער דעם טײַך", וואָס אַלכּסנדר פּאָליאַנקער האָט צונויפֿגעשטעלט און אַרויסגעגעבן ווי אַ מעמאָריאַל, געווידמעט זײַן פֿאָטער, דעם קיִעווער ייִדישן פּראָזאַיִקער הערשל פּאָליאַנקער (1911—1997). אין דעם בוך, וואָס איז בלי-ספֿק אַ וויכטיקער אויפֿטו פֿון דעם זונס כּיבוד-אָבֿ, קען מען איבערלייענען אויף רוסיש און אוקראַיִניש וועגן אַ סך זאַכן, אָבער מע געפֿינט זייער ווייניק וועגן דעם סאַמע וויכטיקן — ליטעראַרישן קאָמפּאָנענט פֿון הערשל פּאָליאַנקערס לעבן.
דאָס בוך שאַפֿט אַן איבערצײַגעוודיקן אימאַזש פֿון אַ וווילן און אַ העלדישן מענטשן. איך געדענקט זייער גוט, ווי פּאָליאַנקער פֿלעגט קומען קיין מאָסקווע, אין דער רעדאַקציע "סאָוועטיש היימלאַנד". זײַן ענערגיע, זײַנע וויצן האָבן דעמאָלט פֿאַרפֿילט אַלע צימערן. ער איז תּמיד געווען פֿול מיט פּלענער. שוין צום סוף פֿון דער סאָוועטישער מאַכט האָט ער זיך אַרומגעטראָגן מיטן פּלאַן פֿון שאַפֿן אַ ייִדישע ליטעראַרישע צײַטשריפֿט אין אוקראַיִנע. דער שרײַבער-פֿאַראיין האָט אים עפּעס צוגעזאָגט. אָבער אין לעצטן סך-הכּל איז פֿון דעם, צום באַדויערן, גאָרנישט ניט אַרויס. אים האָט זיך שטאַרק געוואָלט, אַז ייִדיש און די ייִדישע ליטעראַטור זאָלן שפּילן אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער אויפֿלעבונג פֿון יענער צײַט. ער האָט זייער איבערגעלעבט, זעענדיק אַז די לייצעס פֿון ייִדישע אַקטיוויטעטן זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון גאָר צופֿעליקע מענטשן.
איך האָב געלייענט אַ קאַפּיטל נאָך אַ קאַפּיטל. פֿרײַנד און קאָלעגן האָבן דערציילט, מיט אַ סך וואַרעמקייט, וועגן הערשל פּאָליאַנקערן — אַ גוטן מענטשן, וועמען עס האָט ניט צעבראָכן די סטאַליניסטישע סיסטעם, אַפֿילו ווען דער "גולאַג" האָט אים אַרײַנגעשלונגען אויף עטלעכע שרעקלעכע יאָר. עס לייענט זיך ווי אַ סאַגע פֿון אַ סאָוועטישן לעבן, פֿון אַ פֿרײַנדשאַפֿט מיט אוקראַיִנישע אינטעלעקטואַלן. אָבער וואָס איז וועגן זײַנע 39 ביכער, וועלכע עס ווערן דערמאָנט אין דעם באַנד? צי האָבן זיי אַ ווערט? און אויב יאָ, טאָ וואָס פֿאַר אַ ווערט?
איך האָב זיך ניט באַשעפֿטיקט מיט פּאָליאַנקערס ווערק, אָבער מײַן דערפֿאַרונג מיט אַנדערע מחברים פֿון זײַן קרײַז ווײַזט, אַז זײַנע ווערק מוז מען פֿאָרשן. דאָס מיינט, אַז נאָך אָט דעם "מענטשלעכן" מאָנומענט, דאַרף מען זיך, סוף-כּל-סוף, פֿאַרנעמען מיט אַ ליטעראַרישן מאָנומענט. מײַן קאָלעגע מיכאל קרוטיקאָוו האָט שוין אַ ביסל געהאַט געשריבן וועגן פּאָליאַנקערס ראָמאַנען. ער האָט געפֿונען אין זיי אינטערעסאַנטע טעמעס, וואָס העלפֿן צו פֿאַרשטיין די אידעאָלאָגישע און קינסטלערישע "לאַבאָראַטאָריע" פֿון סאָוועטיש-ייִדישער ליטעראַטור. מע דאַרף אויך פֿאָרשן דעם שפּראַך-מאַטעריאַל פֿון פּאָליאַנקערס פּראָזע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון זײַן אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, ווײַל דערווײַל האָבן מיר זיך דערוווּסט, דער עיקר, וועגן זײַנע באַציִונגען מיט ניט-ייִדישע ליטעראַטן.
אָבער ווער וועט זיך פֿאַראינטערעסירן מיט פּאָליאַקערס ביכער? צי מע דאַרף וואַרטן, ווען אַזאַ אינטערעס וועט אויפֿגעוועקט ווערן אין, למשל, שטאָקהאָלם? אָבער איך בין אַן אָפּטימיסט. איך מיין, אַז אין אוקראַיִנע וועט זיך באַווײַזן אַ גרופּע ליטעראַטור-קענער, וואָס וועלן "אַנטפּלעקן" פֿאַר זיך אַזעלכע שרײַבער ווי הערשל פּאָליאַנקער, איציק קיפּניס, אלי שעכטמאַן און אַ סך אַנדערע, וואָס זייער שאַפֿערישער וועג האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אויף דער אוקראַיִנישער ערד. פֿאַראַכנטאָגן האָט די קיִעווער אוקראַיִנישע צײַטונג "דען" (טאָג) געשריבן וועגן דער פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך "איבערגעגאַנגענער דעם טײַך":
"בעת דער פּרעזענטאַציע איז געווען אַ גרופּע סטודענטן-פֿילאָלאָגן פֿון איינעם פֿון די קיִעווער אוניווערסיטעטן. זיי זײַנען געקומען אַליין, ‘ניט אָרגאַניזירט’ און האָבן מיט גרויס אינטערעס אַנטפּלעקט פֿאַר זיך דעם שרײַבער הערשל פּאָליאַנקער. צום באַדויערן, גייען דאָך זײַנע ווערק ניט אַרײַן אין קיין פּראָגראַמען פֿון לערנשולן צי אוניווערסיטעטן. צוריק גערעדט, איז אין די דאָזיקע פּראָגראַמען ניטאָ אויך דער נאָמען פֿון שלום-עליכמען, וועמעס הויז האָט מען אַנומלטן אַראָפּגעטראָגן ["פֿאָרווערטס" האָט וועגן דעם געשריבן] — די קאָרומפּירטע לײַט פֿון דעם קיִעווער מוניציפּאַליטעט האָבן זייער נוסח פֿון קולטור-אַרבעט."