אַן אַרײַנבליק אין דער געשעפֿטלעך-עקאָנאָמישער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס"
דעם 22סטן דעצעמבער 1918 האָט דער "פֿאָרווערטס" מיטגעטיילט, אַז פֿונעם נײַעם יאָר אָן וועט די צײַטונג אַרויסגיין אויך אין שיקאַגאָ. די דאָזיקע געשעעניש האָט מען אָפּגעמערקט מיט אַ צונויפֿקומעניש פֿון אַרום 15 טויזנט ענטוזיאַסטישע לייענער — דעם 2טן יאַנואַר 1919 איז עס אָנגערופֿן געוואָרן, אויפֿן ערשטן זײַט, "דער ריזיקער פּראַכטפֿולער יום-טובֿ לכּבֿוד דעם נײַעם ׳פֿאָרווערטס׳ אין שיקאַגאָ". ס׳איז טאַקע געווען מיט וואָס זיך צו גרויסן, ווײַל ביוראָען פֿון דער צײַטונג האָט מען גענומען עפֿענען אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
דעם 23סטן אַפּריל 1922, ווען די צײַטונג איז געוואָרן 25 יאָר אַלט, האָט דער דעמאָלטיקער הויפּט-פֿאַרוואַלטער פֿון דער רעדאַקציע, ב. וולאַדעק, געשריבן אין זײַן אַרטיקל "אַ פּאָר אינטערעסאַנטע זאַכן וועגן ‘פֿאָרווערטס’ אַלס ביזנעס":
אויסער ניו-יאָרק און שיקאַגאָ, וווּ עס ווערט אַרויסגעגעבן דער "פֿאָרווערטס" פֿאַר דער איסט און פֿאַר דער וועסט, האָט דער "פֿאָרווערטס" נאָך העכער אַ צענדליק אָפֿיסעס איבער דעם לאַנד, וועלכע באַקומען אייגנטלעך אַ באַזונדערן "אייגענעם" "פֿאָרווערטס": אין פֿילאַדעלפֿיאַ און אין באָסטאָן, אין נואַרק און אין פּיטסבורג, אין דעטרויט און אין קליוולאַנד, אין מילוואָקי און לאָס-אַנדזשעלעס, אין סעינט-לויִס און מינעאַפּאָליס זײַנען דאָ ספּעציעלע אָפֿיסעס פֿון "פֿאָרווערטס" מיט שרײַבער, מענעדזשערס און אַנדערע אָנגעשטעלטע. אונדזערע לעזער אין דעטרויט געפֿינען אין דער פֿרי אַ צײַטונג, וואָס האָט די לעצטע דעטרויטער נײַעס, כאָטש זי ווערט געדרוקט אין שיקאַגאָ. אונדזערע פֿילאַדעלפֿיער לעזער קריגן נאָכמיטאָג אַ צײַטונג מיט די לעצטע נײַעס און מיט די לעצטע אַדווערטײַזמענטס — אַ פֿולשטענדיקע לאָקאַלע צײַטונג.
און אויסער די שטעט, וווּ עס זײַנען דאָ באַזונדערע אָפֿיסעס, זײַנען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אַליין דאָ העכער הונדערט שטעט מיט אַ ספּעציעלן פֿאַרטרעטער פֿון "פֿאָרווערטס". ער איז דער מענטש, וועלכער לאָזט אונדז וויסן וועגן די וויכטיקע געשעענישן אין דעם פּאָליטישן און אַרבעטער-לעבן אין זײַן שטאָט. און ער איז אויך דער, וואָס גיט אַכטונג אויף אונדזערע לעזער, דערמאָנענדיק זיי וועגן זייערע בילס [רעכענונגען], דערציילנדיק זיי וועגן אונדזערע פּרעמיִומס [הנחות] און האַלטנדיק זיי אין פֿאַרבינדונג מיט דעם רוישיקן לעבן פֿון ניו-יאָרק. קיין אַנדער צײַטונג אין אַמעריקע און פֿילײַכט [אַ פּנים] אין דער וועלט אין אירגענד וועלכער [וועלכער עס זאָל ניט זײַן] שפּראַך האָט ניט אַזאַ פֿאַרצווײַגטע, אַזאַ דערפֿאָלגרײַכע און אַזאַ ווירקזאַמע אָרגאַניזאַציע.
ווען אַלע מענטשן, וואָס מאַכן אַ לעבן פֿון "פֿאָרווערטס" און אַרום דעם "פֿאָרווערטס", וואָלטן קענען זיך צוזאַמענקלײַבן אין איין ייִשובֿ, וואָלטן זיי געבילדעט פֿון זיך אַליין אַ שטעטל פֿון עטלעכע טויזנט נפֿשות. און אין אַ געוויסן זין וואָלט דאָס דאָזיקע שטעטל געווען דאָס אינטערעסאַנטסטע אין לאַנד. עס וואָלט, ערשטנס, געווען אַ שטעטל, וווּ דער אונטערשייד צווישן אָרעמע און רײַכע איז קלענער ווי אין אירגענד וועלכן אַנדערן שטעטל פֿון דער זעלבער גרויס. דער גרעסטער געהאַלט, וואָס מיר צאָלן אין "פֿאָרווערטס", איז ניט גרויס גענוג צו מאַכן איינעם פֿאַר אַ נגיד, און דער קלענסטער געהאַלט איז ניט אַזוי קליין, אַז מען זאָל דערבײַ ניט קענען מאַכן אַ לעבן.
דער טיראַזש איז געוואַקסן ווי אויף הייוון, אין די פֿריִע 1920ער יאָרן איז ער געווען אַרום צי אַפֿילו העכער פֿון 200 טויזנט קאָפּיעס אַ טאָג. אָבער דערנאָך האָט מען פֿאַרמאַכט די טויערן פֿאַר נײַע עמיגראַנטן, און דער מצבֿ האָט זיך גענומען בײַטן. בפֿרט נאָך, אַז דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך פּאָזיציאָנירט ווי אַ צײַטונג, קודם-כּל, פֿאַר די "גרינע", ווײַל די אויסגעגרינטע, דאָס הייסט, אַמעריקאַניזירטע, וואָלטן געדאַרפֿט שוין לייענען אויף ענגליש.
אין דער אמתן, פֿאַרשטייט זיך, פֿלעגן אַ סך לייענער זיך שוין קיין מאָל אין זייער לעבן ניט אָפּרײַסן פֿון דער צײַטונג, און דאָס האָט זי געראַטעוועט. אַנדערש, לויט דער זעלבסט-מערדערישער אַסימילאַטאָרישער דאָקטרין פֿון אַב. קאַהאַן און אַזעלכע ווי ער, וואָלט זי גאַנץ גיך אונטערגעגאַנגען. אָבער דער טיראַזש האָט פֿונדעסטוועגן געהאַלטן אין איין פֿאַלן, ווײַל קיין נײַער לייענער איז כּמעט ניט צוגעקומען. בינו-לבינו זײַנען געוואַקסן די הוצאות, בפֿרט נאָך, אַז דער "פֿאָרווערטס" האָט געצאָלט העכערע געהאַלטן ווי אַנדערע ייִדישע אויסגאַבעס. מע האָט געגלייבט, אַז אַזוי האָט געדאַרפֿט האַנדלען אַ יושרדיקע, סאָציאַליסטישע אונטערנעמונג.
דעם 19טן יאַנואַר 1959 האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קורצן אַרטיקל וועגן דער שווערער לאַגע פֿון "פֿאָרווערטס". דער אַנאָנימער זשורנאַליסט האָט געטענהט, אַז די גרעסטע ייִדישע צײַטונג האַלט בײַם פֿאַרמאַכן זיך, ווײַל זי האָט שוין אין משך פֿון די לעצטע פֿיר צי פֿינף יאָר ניט נאָר ניט געהאַט קיין רווח, נאָר — פֿאַרקערט — האָט געמוזט אַרײַנלייגן געלט, כּדי פֿאַרשטעקן די "לעכער" אינעם בודזשעט. דער טיראַזש פֿון "פֿאָרווערטס" האָט זיך דעמאָלט געוואַקלט צווישן 75 און 80 טויזנט, אָבער די סטרוקטור איז געווען די זעלבע, ווי אין די יאָרן ווען מע האָט געהאַט דרײַ מאָל מער לייענער. אין דער צײַטונג האָבן געאַרבעט בסך-הכּל 250 לײַט, און דער איינציקער אויסוועג איז געווען אָדער צו באַזײַטיקן אַ טייל פֿון זיי אָדער צו שנײַדן זייערע געהאַלטן. דאָס איז באַזונדערס שווער געווען צו טאָן מיט די 120 מיטאַרבעטער — מיטגלידער פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען. מע האָט שוין אַפֿילו גערעדט וועגן דעם, אַז דעם 8טן פֿעברואַר וועט מען די צײַטונג פֿאַרמאַכן, אויב די אַדמיניסטראַציע וועט זיך צו יענער צײַט ניט צונויפֿרעדן מיט די יוניאָנען.
דעם 31סטן יאַנואַר האָט די "ניו-יאָרק טײַמס" געבראַכט די בשׂורה-טובֿה, אַז מיט אַ טאָג פֿריִער האָט מען דאָך געפֿונען אַן אויסוועג פֿונעם שווערן קריזיס. אויסגעזען האָט עס, אָבער, מער ווי אַ פּשרה, איידער אַ ריכטיקער אויסוועג. אַלכּסנדר קאַהן, דער הויפּט-פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס", האָט דערקלערט, אַז בערך 15 פּראָצענט פֿון די אַרבעטער וועט מען באַזײַטיקן, און דאָס וועט העלפֿן דער צײַטונג קוים-קוים אויסקומען מיט די הוצאות, ווײַל אַ טייל וועט מען סײַ-ווי-סײַ מוזן צולייגן פֿון די זאַפּאַסן. קאַהן, וואָס איז דעמאָלט געווען 77 יאָר אַלט, האָט געהערט צו די גרינדער פֿון "פֿאָרווערטס" אין 1897. ער האָט אָנגעפֿירט מיט דער יורידישער דינסט פֿון דער צײַטונג זינט 1903, און זינט 1939 האָט ער פֿאַרנומען די שטעלע פֿונעם הויפּט-פֿאַרוואַלטער.
דעם 27סטן פֿעברואַר 1959, האָט די צײַטונג פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּרטימדיקן באַריכט פֿון דער "פֿאָרווערטס-אַסאָציאַציע" וועגן דעם נאָר וואָס איבערגעלעבטן קריזיס. ס׳איז אונטערגעשטראָכן געוואָרן, אַז די גאַנצע אַמעריקאַנער פּרעסע-אינדוסטריע האָט געהאַט גרויסע שוועריקייטן, אָבער באַזונדערס שאַרף האָט זיך עס געפֿילט אין ניט-ענגלישע צײַטונגען — די אימיגראַציע האָט מען דאָך פֿאַרקלענערט ניט בלויז פֿאַר ייִדן. נאָך מער: דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך געפֿונען אין אַ רעלאַטיוו בעסערן צושטאַנד, איידער אַ סך אַנדערע אויסגאַבעס, ווײַל — ערשטנס — האָט די צײַטונג נאָך אַלץ אַ גאַנץ גרויסן טיראַזש און — צווייטנס — האָט דער "פֿאָרווערטס" געהאַט "אָפּגעשפּאָרט אין די פֿריִערידקע גוטע יאָרן".
אין די עטלעכע יאָרן, ווען מע האָט געהאַט היזקות, האָט מען געפּרוּווט צו שפּאָרן געלט. קודם-כּל, האָט מען פֿאַרמאַכט די דרוקערײַ אין שיקאַגאָ. מע האָט אויך פֿאַרמאַכט צי פֿאַרקלענערט די ביוראָען אין אַנדערע שטעט, בפֿרט נאָך, אַז — ווי מע האָט באַרויִקט די לייענער — האָט מען זיי געהאַלטן ניט אַזוי פֿאַר דער צײַטונג גופֿא, ווי פֿאַר דער "באַוועגונג", דהײַנו: פֿאַר די יוניאָנען, פֿאַר דער סאָציאַליסטישער און דער ליבעראַלער פּאַרטייען, פֿאַר קולטור-טעטיקייט און הילף פֿאַר ישׂראל. אָבער די דאָזיקע באַמיִונגען צו לייזן די פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען האָבן ניט געהאָלפֿן, אַזוי, אַז ס׳איז סוף-כּל-סוף געקומען צום שנײַדן די געהאַלטן און די צאָל מיטאַרבעטער.
די געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס" איז פֿול מיט סחורה פֿאַר פֿאַרשיידענע מינים פֿאָרשונגען. צווישן זיי איז אויך אינטערעסאַנט זיך פֿאַנאַדערקלײַבן אין דער געשעפֿטלעכער, עקאָנאָמישער געשיכטע פֿון דעם קאָמפּליצירטן מעכאַניזם פֿון דער צײַטונג. ס׳איז באַזונדערס טשיקאַווע אויסצוקלאָרן ווי אַזוי אַ סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציע האָט זיך אויפֿגעפֿירט אין אַ קאַפּיטאַליסטישער געזעלשאַפֿט. אַ שאָד, וואָס די דאָזיקע אוניקאַלע דערפֿאַרונג האָט עד-היום נאָך ניט צוגעצויגן צו זיך קיין ערנסטן אַקאַדעמישן אינטערעס.