אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ יאָר פֿינף און צוואַנציק צוריק האָב איך זיך אַוועקגעזעצט מיט מײַן מאַמען, און זי האָט מיר בפֿרטיות דערציילט וועגן אונדזערע קרובֿים, קודם-כּל פֿון איר צד. אַזוי האָבן זיך בײַ מיר באַוויזן זײַטלעך פּאַפּיר, וועלכע האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ מין גענעאַלאָגישן בוים. די מאַמע האָט גאַנץ גוט געדענקט די געשיכטע פֿון אונדזער משפּחה זינט דער צײַט, ווען מע איז געקומען און זיך באַזעצט אין דעם נײַעם ייִדישן דאָרף נײַ-זלאַטאָפּאָל (נאָוואָזלאַטאָפּאָל אויף רוסיש), אין דרום-מיזרח פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. דער ייִשובֿ, אָדער "קאָלאָניע", האָט זיך באַוויזן אין די שפּעטע 1840ער יאָרן. פֿון וואַנען איז די משפּחה געקומען? דאָס האָט מײַן מאַמע ניט געוווּסט, כאָטש זי האָט געהערט עפּעס וועגן פֿאַרבינדונגען מיט ווײַסרוסלאַנד. די נײַ-זלאַטאָפּאָלער, ווי בכלל אַלע קאָלאָניסטן אין יענע מקומות, האָבן גערעדט אַ ליטווישן ייִדיש.

צווישן די צווײַגן פֿון דעם גענעאַלאָגישן בוים איז געווען אויך אַן אַרגענטינער. די זאַך איז, אַז אין יאָר 1904 האָט מײַן זיידע, ירוחם מאַרגאָלין, זיך געלאָזט קיין אַרגענטינע, צוזאַמען מיט צוויי ברידער פֿון מײַן באָבען. דער באָבע העניעס מיידלשער נאָמען איז געווען וועסטפֿריד. דער זיידע און אַ ברודער פֿון דער באָבען האָבן זיך שפּעטער אומגעקערט קיין רוסלאַנד (דער זיידע — אַ שטיקל מנחם-מענדל — האָט כּמעט אַלץ, וואָס ער האָט פֿאַרדינט, פֿאַרשפּילט אין קאָרטן אויפֿן וועג צוריק), אָבער איינער פֿון די ברידער איז פֿאַרבליבן אין אַרגענטינע, און זײַן ווײַב איז צו אים געקומען. גערופֿן האָט מען אים זעליג און געהאַט האָט ער זיבן קינדער.

לויט מײַן חשבון, האָבן די וועסטפֿרידס, מיט אַזאַ פֿרוכפּערדיקייט, געקענט שאַפֿן אַ גרויסן טייל פֿון דער אַרגענטינער באַפֿעלקערונג. פֿון מאָל צו מאָל פֿלעג איך זיך דערמאָנען וועגן זיי. אָבער וווּ בין איך און וווּ איז אַרגענטינע! עטלעכע מאָל האָב איך געפֿרעגט פֿאַרשיידענע אַרגענטינער ייִדן, צי זיי איז אויסגעקומען צו הערן וועגן ייִדן מיטן נאָמען וועסטפֿריד. די טעאָריע פֿון משמעותדיקייט האָב איך אַ מאָל געלערנט, אָבער איך גלייב מער אין דער טעאָריע פֿון דער זיבעטער מדרגה פֿון צעשיידונג, דהײַנו: אַז מענטשן (בפֿרט ייִדן) זײַנען ענג פֿאַרבונדן.

מיט אַ וואָך צוריק בין איך געווען אין לאָנדאָן אויפֿן געבוירנטאָג פֿון מײַן עלטערן אייניקל. עס האָבן זיך צונויפֿגעקליבן בערך דרײַסיק אַזעלכע ווי ער קינדער, פֿינף יאָר אַלט, און ס׳איז געווען פֿריילעך. עפּעס אַ לץ האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט זיי, בעת די דערוואַקסענע האָבן געפּלאַפּלט אין אַ צימער בשכנות. האָב איך זיך צערעדט מיט איינער פֿון די מאַמעס. זי איז אַ רוסישע, פֿון מאָסקווע, אָבער איר מאַן איז אַן ענגלישער, און זי איז שוין לאַנג אין לאָנדאָן. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן: אין פֿינף מינוט אַרום האָט זי אָנגערופֿן אַ נאָמען פֿון אירער אַ חבֿרטע, אַ ייִדישער, וואָס וווינט אין ניו-יאָרק, אָבער זי איז געבוירן געוואָרן אין דער זעלבער שטאָט, ווי איך, און איך געדענקט זי.

אָבער מיט די אַרגענטינער, וועלכע מיר איז אויסגעקומען צו פֿרעגן וועגן מײַנע האַלב-לעגענדאַרע קרובֿים, האָט זיך בײַ מיר אַזאַ קונץ ניט באַקומען. זיי האָבן קיין מאָל ניט געהערט וועגן מענטשן, וואָס האָבן זיך פֿאַרלאָזט אַזאַ נאָמען — וועסטפֿריד. מילא, קיין שלאָפֿלאָזע נעכט האָב איך פֿון דעם ניט געהאַט. בפֿרט נאָך, אַז איך ווייס שוין פֿון לאַנג: קיין נאָענטע פֿרײַנדשאַפֿט מיט "אויסגעפֿונענע" קרובֿים באַקומט זיך געוויינטלעך ניט. מע באַגעגנט זיך איין מאָל, מע דערציילט וועגן זיך, און שוין. מע לעבט זיך ווײַטער ביחידות, סײַדן מע רופֿט איינער דעם אַנדערן אויף חתונות. און דאָך איז פֿאַרבליבן עפּעס אַ נײַגעריקייט.

איך ווייס אַליין ניט פֿאַר וואָס איז מיר אײַנגעפֿאַלן מיט אַ וואָך צוריק אָנצושרײַבן "וועסטפֿריד" אין דעם אָנווײַזער פֿון "סקײַפּ". איך נוץ פֿון מאָל צו מאָל די דאָזיקע עלעקטראָנישע פֿאַרבינדונג, ווען איך וויל זען מײַן מיטשמועסער, אָדער צו מאָל רעד איך אַזוי מיט מײַנע פֿרײַנד. הקיצור, האָב איך אַרײַנגעשריבן "וועסטפֿריד" און... פֿאַר מײַנע אויגן האָבן זיך טאַקע באַוויזן עטלעכע קאָנטאַקטן מיט בוענאָס-אײַרעס. האָב איך זיך ניט געפֿוילט און זיי אַלעמען אין קורצן אָנגעשריבן די זעלבע באָבע-מעשׂה, וואָס איר ווייסט שוין. און אין עטלעכע שעה אַרום האָב איך געפֿירט אַ קאָרעספּאָנדענץ מיט אַ גליד-שוועסטערקינד מײַנעם, אין איין עלטער מיט מיר, אַ מענטש מיט זייער אַ סימפּאַטישן פּנים. (ווי קען זײַן אַנדערש אין מײַן משפּחה?)

מײַן נײַער קרובֿ באַשעפֿטיקט זיך מיט דעם גענעאַלאָגישן בוים זײַנעם. (לויט זײַן פֿאַך איז ער אַ דאָקטער, אַזוי אַז ס׳איז פּשוט אַ "פֿערדל" זײַנס.) האָב איך אים איבערגעגעבן די פּרטים — נעמען וכּ׳ — פֿון דעם בוים, וואָס איך האָב געהאַט צונויפֿגעשטעלט אין מאָסקווע. פֿון מיר האָט ער זיך דערוווּסט, למשל, אַז אונדזער עלטער־זיידע האָט געהייסן ניט "סאָלאָמאָן", נאָר אַהרן-שלמה. איך האָב אים אויך געהאָלפֿן צו געפֿינען אויף דער מאַפּע דאָס דאָרף נאָוואָזלאַטאָפּאָל. דער ייִשובֿ איז נאָך אַלץ קלענער פֿון פּאַריז און אָן קענען רוסיש איז עס ניט גרינג אויסצוגעפֿינען פּרטים פֿון זײַן איצטיקן פּרצוף.

אין אַ פּאָר טעג אַרום באַקום איך פֿון מײַן שלישי-בשלישי אַן אויסצוג פֿון אַ רעגיסטראַציע-בוך, געמאַכט אין יאָר 1850 אין דער וויטעבסקער גובערניע. אַ רוסישער אָנגעשטעלטער האָט דעמאָלט פֿאַראייביקט דעם פֿאַקט פֿון מיגראַציע פֿון אונדזער עלטער-עלטער־זיידע יאַנקל וועסטפֿריד און זײַן פֿאַמיליע, אַרײַנגערעכנט אַהרן-שלמה, קיין נאָוואָזלאַטאָפּאָל. יאַנקל וועסטפֿריד איז געבוירן געוואָרן אין 1788, דאָס הייסט שוין נאָך דער ערשטער צעטיילונג פֿון פּוילן (אין 1772), ווען די וויטעבסקער געגנט איז אַריבער צו רוסלאַנד.

איר קענט לאַכן פֿון מיר, אָבער אַ דאַנק אָט דער קלייניקייט, וואָס מײַן גליד-שוועסטער־קינד האָט מיר איבערגעשיקט, פֿיל איך זיך רײַכער. ער האָט מיך אויך אַרײַנגעשריבן אין עפּעס אַן עלעקטראָנישן בוים, וווּ איך האָב צענדליקער נײַע קרובֿים, דער עיקר, מיט שפּאַנישע נעמען. שיִער ניט יעדן טאָג באַקום איך אַ בליצבריוו וועגן אַ געבוירנטאָג פֿון איינעם צי איינער פֿון זיי, אָדער אַז נאָך איינער אַ קרובֿ צי אַ מחותּן איז אַרײַן אין דער עלעקטראָנישער משפּחה. מיר געפֿעלט (דערווײַל, לכל-הפּחות) די שפּיל, וואָס קומט פֿאָר אין שאָטן פֿון דעם גרויסן גענעאַלאָגישן בוים.