|
אַ פּראָ־רעגירונג־דעמאָנסטראַציע אין וואַרשע, 1968 |
|
אין אַ "נאָרמאַלן לעבן" קוק איך אַרײַן אין משך פֿון אַ טאָג ניט מער ווי אין איין צײַטונג. אָבער ווען איך פֿלי פֿון אַמעריקע קיין אייראָפּע צי פֿאַרקערט, האָב איך צײַט צו לייענען אַזעלכע זאַכן, בפֿרט אויב איך פֿאַרגעס (צי וויל ניט) מיטשלעפּן קיין בוך, און אויב קיין לײַטישע פֿילמען זײַנען ניטאָ אין דער פֿאַרווײַלונג-פּראָגראַם. דאָס מאָל איז מיט די פֿילמען געווען גאָר שלעכט. איך האָב געקוקט נאָר איין קינאָ-ווערק, Morning Glory ("פֿרימאָרגן-גלאָריע"), וואָס האָט בײַ מיר איבערגעלאָזט אַ שווערן נאָכטעם. אַ חוץ כּלערליי נאַרישקייטן, טראָגט דער פֿילם אַזאַ גוואַלדיקע אידעע: די טעלעוויזיע נייטיקט זיך ניט, לכל-הפּחות אין דער פֿרי, אויף אַ ניכטערן מאָגן, אין קיין ערנסטע פּראָגראַמען. רק פֿאַרווײַלונג האָט די רעכט צו בלײַבן אויפֿן עקראַן. אפֿשר בין איך פּשוט אַלט פֿאַר אַזעלכע פֿילמען. קריטיקער שרײַבן דאָך לעצטנס, אַז די הײַנטיקע האָליוווּד-פּראָדוקציע אָריענטירט זיך, דער עיקר, אויף יונגע מענטשן צי קינדער.
הקיצור, האָב איך געלייענט צײַטונגען. אַ לאָנדאָנער צײַטונג האָט מיך געמאַכט קליגער וועגן מײַן בלוט. אין מיר צירקולירט די AB-גרופּע, וועלכע איז אַ רעלאַטיוו זעלטענע זאַך. לאָזט זיך אויס, אַז מיט אַזאַ רויטער (צי אַפֿילו בלויער?) פֿליסיקייט דאַרף איך האָבן אַ נטיה צו קונסט, אָבער גלײַכצײַטיק איז שווער פֿאָרויסצוזאָגן מײַן אויפֿפֿירונג. מיך פֿרייט, אַז איך האָב ניט די A-גרופּע, וועלכע מע האָט אין נאַצי-דײַטשלאַנד געהאַלטן פֿאַר אַ סימן פֿון "אַריִיִשקייט", כאָטש מײַן גרופּע מאַכט העכער מײַן שאַנס צו אַנטוויקלען געוויסע קרענק.
אַ פּוילישע צײַטונג האָט דערציילט וועגן אַ פֿאָרשונג, וועלכע עס האָט באַשטעלט די אייראָפּעיִשע פֿאַראייניקונג. לויט דעם באַריכט, געהערט פּוילן, צוזאַמען מיט לעטלאַנד און רומעניע, צו די דרײַ לענדער מיט די ערגסטע (צווישן די 27 לענדער פֿון דער פֿאַראייניקונג) דירות און הײַזער. זייער אַ סך פּאָליאַקן, אַפֿילו משפּחות מיט צוויי צי דרײַ קינדער, וווינען אין קליינטשיקע דירות. כּמעט 6 פּראָצענט פּוילישע תּושבֿים האָבן ניט קיין וואַנע צי דוש, און יעדער 20סטער האָט ניט קיין טואַלעט בײַ זיך אין דער היים.
אין די פּאָר טעג, וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין וואַרשע, האָב איך אַזעלכע אומבאַקוועמלעכקייטן ניט דערפֿילט, ווײַל די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ (פֿון דעם צענטער פֿון פֿראַנצויזישער קולטור בײַם וואַרשעווער אוניווערסיטעט) האָבן פֿאַר די אָנטיילנעמער באַשטעלט אַ גרויסאַרטיקן האָטעל. אָבער בײַם שפּאַצירן אין דער שטאָט (ס׳איז געווען זייער קאַלט און כ׳האָב אויסגעהאַלטן אין דרויסן נאָר אַרום אַ שעה צײַט) האָבן זיך אומעטום געוואָרפֿן אין די אויגן הײַזער, וועלכע מע רופֿט אויף רוסיש "כרושטשאָבי" — אַ קאָמבינאַציע פֿון די ווערטער "כרושטשאָוו" און "טרושטשאָבי" (דלות-קוואַרטאַלן). אַזעלכע פּרימיטיווע דירה-הײַזער האָט מען געבויט אויף גיך, כּדי כאָטש יאַקאָס לייזן די פּראָבלעם, בפֿרט נאָך דער מלחמה. אין וואַרשע דערמאָנען די דאָזיקע בנינים וועגן די שרעקלעכע רויִנירונגען פֿון דער שטאָט טאַקע אין די יאָרן פֿון דער מלחמה.
די קאָנפֿערענץ איז מערסטנטייל געווען געווידמעט די דערמאָנונגען וועגן פּוילן, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן — אָדער האָבן זיך אַנטוויקלט — אין זכּרון פֿון די ייִדן, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל און פֿראַנקרײַך. בעת איך געהער ניט צו פּוילישע ייִדן, איז פֿאַר מיר באַזונדערס אינטערעסאַנט צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע וועגן אַזעלכע דערפֿאַרונגען. וואָס מער איך הער און לייען וועגן דעם אַלץ מער פֿאַרשטיי איך, ווי אַנדערש איז דער דאָזיקער "ענין" (בפֿרט פֿון דער אַזוי-גערופֿענער "גאָמולקאַ-עליה") אין פֿאַרגלײַך מיט, לאָמיר זאָגן, די סאָוועטיש-ייִדישע אימיגראַנטישע שטימונגען. איך ווייס ניט, ווי אַזוי צו מעסטן די נאָסטאַלגישע "יסורים" פֿון אימיגראַציע, אָבער צווישן די ייִדן, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט פּוילן אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, זעען זיי אויס שטאַרקער, איידער צווישן די סאָוועטיש-ייִדישע אימיגראַנטן. פֿאַר וואָס איז דאָס אַזוי? געהערן די פּוילישע ייִדן צו אַן אַנדער בלוט-גרופּע? דאַכט זיך, ניט.
רעדנדיק ערנסט, איז עס אַ פֿראַגע, וואָס פֿאָדערט מע זאָל זי פֿאָרשן. עס ווילט זיך באַקומען אַן ענטפֿער אויף אַ סך שאלות. למשל, צי די נאָסטאַלגישע יסורים זײַנען די זעלבע בײַ די פּוילישע ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל, אַמעריקע און אַנדערע לענדער? ווי איז עס פֿאַרבונדן מיט זייער עלטער, בילדונג וכ׳? ווי אַזוי צו אינטערפּרעטירן דעם פֿאַקט, וואָס אַ סך אַרויסגעטריבענע ייִדן האָבן אין די לעצטע יאָרן ווידער אויפֿגעשטעלט זייער פּוילישע בירגערשאַפֿט? אויף וויפֿל אַנדערש איז די באַציִונג צו דער "אימפּעריאַלער" (רוסישער) קולטור אין פֿאַרגלײַך מיט דער באַציִונג צו דער נאַציאָנאַלער (פּוילישער) קולטור? נאָך מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, צי אַפֿילו פֿריִער, האָט מען באַמערקט, אַז די באַציִונגען זײַנען געווען גאַנץ פֿאַרשיידענע. אייניקע טוער האָבן געטענהט, אַז די ייִדישע קולטור האָט געהאַט בעסערע באַדינגונגען פֿאַר איר אַנטוויקלונג אין דעם אימפּעריאַלן קלימאַט, איידער אין דעם ווייניקער טאָלעראַנטן נאַציאָנאַלן קולטור-קלימאַט.
הקיצור, ס׳איז כּדאַי געווען זיך דורכצופֿאָרן אַזש קיין וואַרשע, וווּ איך בין ניט געווען מער ווי צוואַנציק יאָר. איך האָב צוריק געבראַכט אַן אינפֿלוענציע און מער פֿראַגעס ווי ענטפֿערס. אָבער דאָס איז דאָך אַזוי ייִדישלעך?