דער אָנגייענדיקער פֿינאַנציעלער קריזיס וואָלט אונדז געמעגט דערפֿירן צו פֿאַרשיידענע שאלות וואָס מיר אַלע (אַרײַנגערעכנט אונדזערע פּאָליטיקער און אינטעלעקטואַלן מכּלערליי מינים) האָבן זיך שוין פֿון לאַנג געווען געדאַרפֿט פֿרעגן: וואָס וועט אייגנטלעך זײַן די צוקונפֿט פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע וואָס שטיצט זיך אַזוי שטאַרק אויפֿן דויערנדיקן כּוח און וווילזײַן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און פֿון מערבֿ־אייראָפּע?
אינעם ענטפֿער אויף אָט דער מכריעדיקער שאלה איז אויך אָפּהענגיק דער גורל פֿון ייִדן אומעטום און אַפֿילו דער עתיד פֿון מדינת־ישׂראל גופֿא, וואָס זענען שוין מער ווי אַ יאָרהונדערט ראשם־ורובֿם אײַנגעטונקען אין אָט דער וועלט וואָס גייט איצט דורך שווערע פּראָבלעמען און דאגות. קיינער ווייסט ניט וואָס דער זיכערער ענטפֿער איז אויף אָט דער שאלה, נאָר לעצטנס האָט זיך צווישן פּאָליטיקער, וויסנשאַפֿטלער און פֿאַרשיידענערליי אוניווערסיטעטישע אינטעלעקטואַלן אַנטוויקלט אַ געוויסער דעת־הקהל, וואָס מיר האָבן אַ חובֿ דערצו זיך אַ ביסל גענויער צוצוהערן ווי מיר האָבן דאָס עד־היום געטאָן, אַלץ איינס צי מיר זענען מיט אָט דעם דעת־הקהל אין גאַנצן מסכּים אָדער ניט.
אַמעריקע און מערבֿ־אייראָפּע זענען אַנדערש איינער פֿונעם אַנדערן
אין געוויינטלעכע (ניט קריזיסדיקע) צײַטן איז קיין גרויסע ליבע צווישן מערבֿ־אייראָפּע און אַמעריקע ניט גרינג צו באַמערקן. דער קידער־ווידער צווישן פֿראַנקרײַך און אַמעריקע, למשל, איז ניט פֿון נעכטן־אייערנעכטן, און ס'וואָלט געווען אַ טעות אים צוצושרײַבן צו זייערע חילוקי־דעות איבער "פּרעזידענט בושס מלחמה" אין איראַק און וואָס שייך יענעם חילוקי־דעות זענען דווקא מערסטע מערבֿ־אייראָפּעער אויך אַרײַנגעמישט און זענען גראָד אויף דער "פֿראַנצויזישער זײַט". אָבער דער אמת איז אַז אַמעריקאַנער און אייראָפּעער זענען אָפֿט און מערסטנס זייער אַנדערש, טראַכטן בדרך־כּלל אַנדערש און ווערן וואָס ווײַטער אין אַ סך אַספּעקטן וואָס מער און מער אַנדערש איינע פֿון דער אַנדערער.
מערבֿ־אייראָפּעער אַרבעטן בדרך־כּלל ווייניקער, נעמען זיך לענגערע וואַקאַציעס, און ציִען זיך פֿריִער צוריק פֿון דער אַרבעט ווי מערסטע אַמעריקאַנער. אין אויגוסט איז פּאַריז אַ פֿאַרלאָזענע שטאָט, חוץ די טוריסטן, און מילאַן איז פּראָסט־פּשוט אַ פֿאַרלאָזענע שטאָט, ווײַל ס'קומען אַהין ווייניק טוריסטן. אָבער ניו־יאָרק איז אין משך פֿונעם חודש אויגוסט פּונקט אַזוי פֿאַרנומען ווי געוויינטלעך, חוץ וואָס ס'דרייען זיך אַרום אין די גאַסן און קראָמען מער אייראָפּעיִשע (און אַזישע) טוריסטן ווי תּמיד.
מערבֿ־אייראָפּעער באַטראַכטן אַרבעט־זיכערקייט ווי אַ נאַטירלעכע זאַך און אַ פֿונדאַמענטאַלע רעכט. מערבֿ־אייראָפּעער האַלטן אָפֿט אָן די זעלבע שטעלעס בעת דער גאַנצער אַרבעט־קאַריערע, בעת אַמעריקאַנער בײַטן אָפֿט די שטעלעס. מערבֿ־אייראָפּעער באַטראַכטן יעדן געדאַנק פֿון אַ שניט אין זייער וווילזײַן־בענעפֿיטן ווי פּשוט ניט־אָננעמלעך, בעת ביז גאָר־לעצטנס האָבן אַמעריקאַנער געהאַט אָט דעם זעלבן נעגאַטיוון צוגאַנג צו שטײַער־העכערונגען. מערבֿ־אייראָפּעער באַטראַכטן עקאָנמישע ניט־גלײַכקייט ווי אַ פּראָבלעם וואָס די געזעלשאַפֿט דאַרף באַקעמפֿן און בײַקומען. אַמעריקאַנער זענען מער נוטה צו "לעבן דערמיט", כאָטש בעת די וואַל־קאַמפּאַניעס רעדט מען מער וועגן דעם. מערבֿ־אייראָפּע איז מער־ווייניקער ניט סימפּאַטיש אײַנגשטעלט לגבי אויסלענדישע אימיגראַנטן, בעת אַמעריקע איז פֿאָרט אַ לאַנד פֿון אימיגראַנטן וואָס קען בײַ זיך שווער באַשליסן אַז אימיגראַציע דאַרף זײַן מיט אַ שיעור. מערבֿ־אייראָפּעער האָבן אַ נטיה אָנצונעמען אַז די געזעלשאַפֿט באַשטימט דעם גורל פֿונעם יחיד, בעת אַמעריקאַנער נעמען אָן אַז יעדער יחיד האָט די מעגלעכקייט און דאָס התחײַבֿות צו שאַפֿן דעם אייגענעם גורל. אַמעריקאַנער גלייבן אַז קאָנקורענץ איז אַ קריטישער גורם פֿון עקאָנאָמישן דערפֿאָלג, נעמען דאָס אָן און פֿאַרטיידיקן דאָס. אייראָפּעער אײַלן זיך צו באַטאָנען די וויכטיקייט פֿון דעם וואָס די דײַטשן רופֿן אָן Soziale Marktwirtschaft, ד"ה אַ מאָדעל וואָס באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון קאָנטראָלירן דעם מאַרק דורך פֿאַרשיידענע רעגירונגס־רעגולאַציעס.
ביז דעם איצטיקן קריזיס האָבן אָט די אַלע אַנדערשקייטן געהאַלטן אין פֿאַרגרעסערן זיך. בעת דער לעצטנס אָפּגעהאַלטענער דעבאַטע מכּוח דער אָנקומענדיקער אָפּשטימונג וועגן דער אַ"ג "אייראָפּעיִשער קאָנסטיטוציע", האָבן ביידע צדדים צוגעזאָגט ניט צו דערלאָזן מען זאָל אָננעמען אַ סיסטעם וואָס איז ענלעך צום אָפּגעחוזקטן "אַנגלאָסאַקסישן אולטראַ־ליבעראַליזם". דער אַמעריקאַנער מין קאַפּיטאַליזם איז ביז לעצטנס, ערשט נעכטן־אייערנעכטן, געווען דער שׂונא וואָס האָט פֿאַראייניקט גאַנץ אייראָפּע. אַמעריקאַנער, פֿון דער אַנדערער זײַט האָבן ניט אַרויסגעוויזן קיין שום נטיה צו בײַטן זייער וווילזײַן־סיסטעם אין דער ריכטונג פֿון אַ גרעסערער ענלעכקייט צו דער אייראָפּעיִשער.
די קריטיק פֿון ביידע סיסטעמען
עד־כּאַן ביזן איצטיקן קריזיס. ס'האָט זיך גיך אַרויסגעוויזן אַז זיי זענען ביידע פֿאַרבונדן צווישן זיך אַ סך מער ווי יעדער צד איז זיך פֿריִער מודה געווען. דאָס הייסט ניט אַז זיי האַלטן אָט־אָט בײַם אָננעמען איינער דעם אַנדערנס פּאָליטיק. ס'האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז אַמעריקע האַלט נאָך ווײַט־ווײַט פֿון אַן אידעאַלער פֿינאַנציעלער סיסטעם. פֿאַרקערט: זי פֿאַרמאָגט גאָר זייער ערנסטע פּראָבלעמען, אַחוץ דעם איז די אַמעריקאַנער סיסטעם פֿון געזונט־פֿאַרזיכערונג אַן עקספּלאָזיוו טײַערע און דאָך באַקומען גאָר אַ סך אַמעריקאַנער פֿאָרט ניט קיין אַדעקוואַטן געזונט־פֿאַרזאָרג. די צענטראַלע קוואַרטאַלן פֿון אַ סך אַמעריקאַנער שטעט זענען פּשוט בזיונות פֿון אַ געזונט־שטאַנדפּונקט און די קאָרעלאַציעס צווישן קראַנקייט, אָרעמקייט און טונקל־הויטיקייט זענען זייער באַאומרויִקנדיק און אַ שאַנדע פֿאַר אונדז גופֿא און פֿאַר דער גאַנצער וועלט. אין דעם שײַכות האָט אַמעריקע אַ סך וואָס זיך אָפּצולערנען פֿון מערבֿ־אייראָפּע. אייניקע אַספּעקטן פֿונעם מערבֿ־אייראָפּעיִשן וווילזײַנשטאַט פֿאַרזיכערן אי מער סאָציאַלע סאָלידאַריטעט און זענען אין איין וועגס פֿינאַנציעל מער שפּאָרעוודיק נאָך דערצו. כּדי צו געפֿינען תּרופֿות צו אירע איצטיקע פּראָבלעמען וועט אַמעריקע בכלל זיך דאַרפֿן צוגעוווינען אָפּצוטרעטן פֿון איר פֿאַרליבטקייט און אײַנגעגלויבטקייט אינעם פֿרײַען מאַרק ווי דער דרך־המלך אויף צו פֿאַרענטפֿערן אַלע אָן אויסנאַם סאָציאַלע פּראָבלעמען. דאָס האָט מען בכל־אופֿן באַלד דערקענט ווען מען האָט געדאַרפֿט ראַטעווען די בענק און די בירזשעס פֿון זייערע גוואַלדיקע פֿאַרלוסטן, טעותן און ניט־זעלטענע פֿאַרפֿירענישן און פּראָסטע גנבֿות וואָס דאַרפֿן נאָך אונטערזוכט ווערן.
פֿון דער אַנדערער זײַט, וואָלט מערבֿ־אייראָפּע זיך געמעגט שיינע עטלעכע זאַכן אָפּלערנען פֿון אַמעריקע. די בענק און אַנדערע מערבֿ־אייראָפּעיִשע אינסטיטוציעס וואָלטן געמעגט זײַן ענלעכער צו די אַמעריקאַנער, אַפֿילו בײַם אויפֿהיטן אייניקע אייגנאַרטיקייטן. די אַמעריקאַנער בענק האָבן שנעלער געקענט קאָנפֿראָנטירן דעם קריזיס ווי די אייראָפּעיִשע, ווײַל די אַמעריקאַנער האָבן פֿאַרמאָגט אַ צענטראַלע רעגירונג, אַ צענטראַלן בירזשע־מעכאַניזם און אַ צענטראַלע מלוכה־קאַסע, וואָס אַזוינע זענען נאָך אין מערבֿ־אייראָפּע ווי אַ גאַנצקייט בכלל נאָך ניט בנימצא. דאָס וויכטיקסטע אָבער וואָס אַמעריקע האָט צו ווײַזן מערבֿ־אייראָפּע איז דער כאַראַקטעריסטישער אַמעריקאַנער גלויבן, אַז מענטשן רופֿן זיך אָפּ פּאָזיטיוו און שעפֿעריש, אי אויף סטימולן און אי אויף פּראָבלעמען, און אַז סע זענען נאָך פֿאַראַן גענוג פֿאַלן ווען דער פֿרײַער מאַרק און אינדיווידועלע איניציאַטיוון אַרבעטן נאָך איצט אַזוי ווי מען האָט אַ מאָל געמיינט אַז זיי וואָלטן געדאַרפֿט טאָן. נאָר אַז "ווען מע בריט זיך אָפּ מיט הייסן בלאָזט מען אויף קאַלטן" און דווקא דאָס איז ניט קיין דורכגעטראַכטער צוגאַנג פֿאַר אַ רײַפֿער עקאָנאָמישער סיסטעם.
די צוקונפֿטיקע
ניט־פֿאַרמײַדלעכע ירידות
פֿון אייראָפּע און אַמעריקע
אָבער סוף־כּל־סוף איז דער איצטיקער קריזיס אַ פֿאַרבײַגייענדיקע אַנטוויקלונג, כאָטש געדויערן וועט ער צום באַדויערן שיינע עטלעכע יאָר. אָבער אַפֿילו מיט טיפֿע און ערנסטע רעפֿאָרמען דאַרף מען דערוואַרטן אַז די עקאָנאָמישע און פּאָליטישע ירידות אי פֿון אַמעריקע און אי פֿון מערבֿ־אייראָפּע, אין משך פֿון די קומענדיקע 30—40 יאָר, איז ניט אויסצומײַדן און ניט אָפּצולייקענען. זייער חלק פֿון דער גאַנצער וועלטס עקאָנאָמיע וועט שטאַרק פֿאַלן און, נאָך וויכטיקער, זייער פּאָליטישע ווירקונג וועט ווערן באַשיידענער. ס'איז אַ טעות ווײַטער צו לעבן מיטן חלום אַז דער באַרגאַראָפּ (פֿון ביידע, ד"ה אי פֿון מערבֿ־אייראָפּע און אי פֿון אַמעריקע) איז בלויז אַן אײַנרעדעניש און קען אויף עפּעס אַן אופֿן אויסגעמיטן ווערן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס איז אַלץ גערעדט געוואָרן אין רעלאַטיווע טערמינען. דאָרטן וווּ עס זענען פֿאַראַן יורדים זענען אויך פֿאַראַן רעלאַטיווע עולים וואָס לעקן דערווײַל אַ ביינדל.
פֿאַר אַמעריקע און מערבֿ־אייראָפּע איז נאָך אָט דער משמעותדיקער באַרגאַראָפּ צום דערלײַדן; פֿאַרן רובֿ ייִדן קען דאָס אָבער גורם זײַן גאָר אַ גרויסע צעטרייסלונג און אַפֿילו סכּנה. פֿאַרן דורכשניטלעכן מערבֿ־אייראָפּעער און אַמעריקאַנער איז אפֿשר אַ קנאַפּע נפֿקא־מינה צי קאָרעער טוריסטן אין פּאַריז צי אין ניו־יאָרק וועלן זיך קענען פֿאַרגינען לוקסוסן וואָס די אײַנגעזעסענע באַפֿעלקערונג פֿונעם מיטעלן עקאָנאָמישן שטאַנד דערלויבט זיך מער ניט. אָבער אַפֿילו דאָס איז ניט אין גאַנצן אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט. אַ גרויסע צאָל פּסיכאָ־עקאָנאָמישע פֿאָרשונגען באַווײַזן קלאָר אַז די מענטשלעכע צופֿרידנקייט מיטן לעבן ווענדט זיך ניט "על־הלחם לבֿדו" (אַפֿילו ניט אין רעלאַטיווע טערמינען), נאָר אַז אַ גרויסע צאָל נעגאַטיווע פּועל־יוצאס וואַקסן אַרויס פֿון אַ "קולטור פֿון עקאָנאָמישער סטאַגנאַציע" (ווי עס דריקט זיך אויס דער באַרימטער עקאָנאָמיסט פֿון האַרוואַרד, בנימין פֿרידמאַן). ניט נאָר פֿאַלט די פּאָליטישע חשיבֿות פֿון אַ לאַנד וואָס לעבט אויף אַ נידעריקערן עקאָנאָמישן ניוואָ, נאָר אַ וואַקסנדיקע אָרעמקייט ברענגט מיט זיך מיט אירע אייגענע געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען פֿון קינאה־שׂינאה און פֿאַרברעכערישקייט. די מערבֿ־אייראָפּעער האָבן אינעם לעצטן פֿערטלהונדערט יאָר אײַנגעפֿירט ברייטהאַרציקערע אַנטי־אָרעמקייט פּראָגראַמען, ווי עס האָבן דאָס געטאָן די אַמעריקאַנער, אָבער אַזעלכע פּראָגראַמען, צי דאָ, צי דאָרטן, זענען זייער שווער אָנצוהאַלטן ווען דער עקאָנאָמישער קלימאַט איז אַ לענגערע צײַט אַ נישט גינסטיקער.
צי ווייסן ס'רובֿ אַמעריקאַנער און מערבֿ־אייראָפּעער וואָס ס'דערוואַרט זיי אין דער צוקונפֿט?
לאַנג־טערמיניקע עקאָנאָמישע און פּאָליטישע נבֿואות זענען זעלטן פֿון אַ הויכער פֿאַרלאָזלעכקייט. ווער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט אַז די באמת פּילאי־פּלאָימדיקע אַנטוויקלונג פֿון יאַפּאַן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה וועט זיך לעצטנס אַזוי פֿונאַנדערפֿאַלן? וועלן מיר אפֿשר זאָגן דאָס פֿאַרקערטע אין 20 יאָר אַרום וועגן אונדזערע איצטיקע שלעכטע נבֿואות וועגן אַמעריקע און אייראָפּע? ס'קען געמאָלט זײַן, אַז די עקאָנאָמיקער זענען זיך טועה, נאָר אָן דורכנעמיקע רעפֿאָרמען אין דער איצטיקער שווערער צײַט וועלן די אַלע בייזע חלומות כּמעט ווי זיכער מקוים ווערן.
לאָמיר אַ ביסל גענויער אַ קלער טאָן וועגן דעם וואָס ס'איז אייגנטלעך געשען אין משך פֿונעם לעצטן פֿערטליאָרהונדערט, וואָס שייך דעם מצבֿ פֿון אַמעריקע און מערבֿ־אייראָפּע אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנטוויקלסטע טיילן פֿון אַזיע (דער עיקר כינע, אינדיע, קאָרעע און סינגאַפּור).
עלטער געוואָרן, און אַנדערע ענדערונגען
צוליב זייערע הויכע שטײַערן און די קלענערע צאָל אַרבעט־שעהען אַרבעטן מערבֿ־אייראָפּעער ווייניקער ווי אַרבעטער מיט די זעלבע קוואַליפֿיקאַציעס אין די אָנגערופֿענע אַזיאַטישע לענדער. הויך־קוואַליפֿיצירטע איטאַליענישע אַרבעטער הייבן אָן אַרבעטן ערשט אין אַ דורכשניטלעכן עלטער פֿון 30 יאָר און ציִען זיך צוריק פֿון דער אַרבעט שוין צו 60 יאָר. זייערס גלײַכן אין די אַזיאַטישע לענדער הייבן אָן אַרבעטן מיט 5 יאָר פֿריִער און אַרבעטן מיט 10 יאָר לענגער. די פֿראַנצויזן האָבן אויסגעקעמפֿט אַ 35־שעהיקע אַרבעטוואָך און אין משך פֿון מײַ און אויגוסט געפֿינען זיך זייער ווייניק פֿון זיי בײַ דער אַרבעט. די פֿרײַטיקדיקע אײַל־שעה (rush-hour) קומט פֿאָר אין דײַטשלאַנד אַן ערך צוויי בײַ טאָג (און ניט 4—5, ווי בײַ אונדז אין אַמעריקע). די אַמעריקאַנער דוכשניטן זענען אין ביידע פֿאַלן אין מיטן צווישן די מערבֿ־אייראָפּעיִשע און די אַזיאַטישע. אַן עקאָנאָמיע קען ניט וואַקסן אויב מען אַרבעט ווייניקער און ווייניקער שעהען און אויב מען באַגייט זיך וואָס ווײַטער אַלץ מער אָן אינדוסטריעלער פֿאָרשונג און אָן שטאַרק קאָנקורירנדיקע פּראָדוקטן־פּלאַנירונג. אַנשטאָט צו אַנטוויקלען אונדזערע אייגענע וויסנשאַפֿטלער זענען אונדזערע אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן און פֿאָרשפֿירמעס פֿול מיט טאַלאַנטירטע אימיגראַנטן, ס'רובֿ פֿון אַזיאַטישע לענדער, וועלכע קערן זיך דערנאָך צוריק צו זיך אַהיים, האָבנדיק זיך אויסגעלערנט פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער אַרבעט־מעטאָדן.
מער־ווייניקער אַ דריטל פֿונעם פֿאַקולטעט פֿון האַרוואַרדס עקאָנאָמיק־אָפּטייל באַשטייט פֿון אייראָפּעיִשע און אַזיאַטישע פּראָפֿעסאָרן וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון די פּאָליטישע אומרוען וואָס פֿאַרשווערן צײַטווײַז די פֿאָרשאַרבעט אין די אוניווערסיטעטן מעבֿר־לים. אָבער אַנשטאָט זיי צוציִען דאָ צו בלײַבן, לאָזן מיר זיי זיך צעפֿאָרן, נאָך דעם ווי ס'פֿאַרענדיקן זיך זייערע קאָנטראַקטן, אין יענע לענדער וואָס קענען זיי פֿאָרלייגן בעסערע באַדינגונגען, אַפֿילו אויף אַ לפֿי־ערך קורצער צײַט. פֿאַרקערט, אונדזערע פּערמאַנענטסטע אימיגראַנטן זענען לפֿי־ערך ניט אויסגעבילדע מענטשן וואָס מוזן, בלית־ברירה, אַהער מיטברענגען מיט זיך און אויך גורם זײַן טיפֿע געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען. און אַ חוץ אַלעמען, ווערן אי די אַמעריקאַנער, אי די מערבֿ־אייראָפּעיִשע אַרבעטער אַלץ עלטער אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿון אַזיע און פֿאַרמאָגן אויך גרעסערע צאָל צוריקגעצויגענע וואָס אַרבעטן שוין מער ניט. אין מערבֿ־אייראָפּע איז אויך דער נאַטירלעכער צוּוווּקס אַ זייער קליינער און די ניט־ראַציאָנעלע אימיגראַציע־פּאָליטיק וועט פֿירן אי צו אַ פֿאַרקלענערונג פֿון דער באַפֿעלקערונג, אי צו בודזשעטאַרע שוועריקייטן פֿאַר דער אינדוסטריע.
עקאָנאָמישע פֿאַרקלענערונג און פּאָליטישע ירידה
אָט די צוויי מינים אָפּשוואַכונגען גייען באמת האַנט אין האַנט. מערבֿ־אייראָפּע איז שוין ניט פֿעיִק אויסצוהאַלטן אַ שטאַרק מיליטער. אין אַ לפֿי־ערך קורצער צײַט וועט מערבֿ־אייראָפּע מסתּמא מוזן אויפֿגעבן אירע טראַדיציאָנעלע פֿירנדיקע ראָלעס אין כּל־מיני אינטערנאַציאָנאַלע קערפּערשאַפֿטן. די פֿירערשאַפֿט פֿון די פֿאָרגעשריטנסטע אַזיאַטישע לענדער דריקט אויס גרויסע ספֿקות פֿאַרוואָס פֿראַנקרײַך און בריטאַניע פֿאַרנעמען פּערמאַנענטע ערטער אינעם "יו־ען" און פֿאַרוואָס אינדיע, מיט אַ באַפֿעלקערונג וואָס איז גרעסער פֿון גאַנץ מערבֿ־אייראָפּע, זאָל דאָרט (און אין דער וועלט־פּאָליטיק בכלל) ניט באַקומען מער דעה און אָנזען. דערווײַל שטעלן זיך די אינדוסטריעלע אַזיאַטישע לענדער צופֿרידן בלויז מיט זייער שטענדיק אָנגייענדיקער באַרײַכערונג. נאָר בקרובֿ וועלן זיי זיכער זוכן מער אָנערקענונג בײַ די פּאָליטישע טישן פֿון דער וועלט און אי מערבֿ־אייראָפּע און אי אַפֿילו אַמעריקע, וועלן זיי מוזן אַלץ מער און מער אַנטקעגנקומען און זיי אָפּטרעטן אָנגעזעענע ערטער. אפֿשר וואָלט נאָך מערבֿ־אייראָפּע זיך געקענט גענוג פֿאַראייניקן מיליטעריש און אָננעמען אַ פֿאַראייניקטע אויסערן־פּאָליטיק, אָבער זייער לעצטע דערפֿאַרונג אויף דעם שטח ווײַזט, אַז זיי צעגייען זיך גאָר ערנסט פֿון עפּעס אַן ענגערער פּאָליטישער אינטעגראַציע. אַמעריקע מעג ספֿקן צי זי וועט קענען, פֿאַרנומען מיט אירע אַלע אייגענע דאגות, אונטערשטופּן אָט דעם דעליקאַטן שטח (וואָס דער מיזרח־בלאָק, אַגבֿ, איז נעגאַטיוו דערצו, מילד גערעדט).
צי איז מעגלעך אַ פֿאַראייניקונג פֿון מערבֿ־אייראָפּע און אַמעריקע?
צי איז די מעגלעכקייט פֿון אַ "פֿאַראייניקטע פֿעלקער פֿון מערבֿ־אייראָפּע", ווי אַ פּאָליטישער און עקאָנאָמישער שותּף פֿון אַמעריקע, אי אַ רעאַלע, אי אַ ווירקעוודיקע תּרופֿה לגבי דער גרויסער און טיפֿער פּראָבלעמאַטיק (גלײַכצײַטיק פּאָליטיש און עקאָנאָמיש) וואָס רינגלט זיי ביידע אַרום? יאָ און ניין. דאָס איז אפֿשר אַ שׂכלדיקער, לאָגישער אויסוועג ("צרת־רבים חצי־נחמה" זאָגט מען בײַ ייִדן וואָס קענען די קליינינקע פּינטעלעך), נאָר קיין אמתע עמאָציאָנעלע און פּראַקטישע מעגלעכקייטן פֿאַרמאָגט איצט ניט אַזאַ פֿאַראייניקונג און די שאַנסן דערויף זעען אויס מיט יעדן טאָג אַלץ קלענער.
אַפֿילו וואָס שייך מערבֿ־אייראָפּע גופֿא (ד"ה, בלויז רעדנדיק וועגן אייראָפּע און ניט וועגן אַ מעגלעכן אַמעריקאַנער און מערבֿ־אייראָפּעיִשן "אַקס") זײַנען ניט פֿאַראַן קיין גוטע מעגלעכקייטן פֿאַר פֿאַראייניקונג. די עקאָנאָמישע פּראָבלעמען פֿאַרשאַרפֿן די פּראָטעסטן פֿון די אָרעמסטע (צווישן וועלכע עס געפֿינט זיך אויך אַ נישקשהדיקער פּראָצענט אויפֿגערעגטע מוסולמענער) און אויך אַמעריקע איז ווײַט פֿון זײַן באַפֿרײַט פֿון אָט אַזאַ פֿאַרשאַרפֿטן מצבֿ, מיט אָדער אָן ראַסיסטישע אייבערטענער. ביידע קאָנטינענטן נייטיקן זיך אין ווײַטגייענדיקע און באַלדיקע רעפֿאָרמען אין שײַכות מיט נאָך מער פֿאַרלײַכטערן די ראָלע פֿון דער רעגירונג אין דער אינדוסטריעלער, דערציִונגס־ און אינפֿראַ־סטרוקטורעלער אַנטוויקלונג. ביידע קאָנטינענטן נייטיקן זיך אין מער אַרבעט־אויפֿטוערישקייט און דערפֿינדערישקייט, מער אַרבעט־סטימולן און נידעריקערע שטײַערן פֿאַרן אַרבעטער־קלאַס, און מער אויפֿמערק פֿאַר די הצטרכותן פֿון יונגע מענטשן, דער עיקר בעת זייערע שעפֿערישסטע אַרבעטיאָרן. אומעטום זענען זיי דער גרעסטער רעסורס לטובֿת אַן עקאָנאָמישן אויפֿלעב. מע קען אָט די אַלע פּראָבלעמען ניט אָפּלייגן ביז עס וועט קענען קומען צו אַ פֿאַראייניקונג, און ווער ווייסט צי אַזאַ צײַט וועט בכלל קומען?
און וואָס איז מכּוח ייִדן?
עס רוקט זיך אָן זייער אַ סענסיטיווע צײַט פֿאַר ייִדן. כּידוע: ווען ס‘איז אומרויִק איז "שלעכט פֿאַר ייִדן". דאָס איז חל לגבי ישׂראל, וואָס איז אין דער זעלבער צײַט אָפּהענגיק אין אַמעריקע אי מיליטעריש, אי עקאָנאָמיש. יעדע אָפּשוואַכונג פֿון אַמעריקע וועט גורם זײַן אי אַ ירידה פֿון ישׂראל, אי אַן אומפֿעיִקייט אויפֿצונעמען מער ייִדן אין אַמעריקע. עס זעט זיך נאָך ניט אָן אַז די ייִדישע פֿירערשאַפֿט זאָל אַרויפֿשטעלן אויף איר סדר־היום דאָס וואָס די שטאַרק משמעותדיקע און לאַנג־טערמיניקע עקאָנאָמיש־פּאָליטישע אָפּשוואַכונג פֿון דער דעמאָקראַטישער מערבֿ־וועלט, אויף ביידע ברעגעס פֿונעם אַנטלאַנטיק, באַטײַט פֿאַר דער תּמיד וואַקלדיקער ייִדישער צוקונפֿט אין אַלע ייִדישע הויפּטצענטערס. ס'איז די העכסטע צײַט מען זאָל דאָס טאָן און טאַקע פֿאַכמעניש דורכטראַכטן. כאָטש איך גלייב ניט אַז ייִדן אַליין קענען משפּיע זײַן אויף דעם אַלעמען וואָס מיר האָבן אין אָט דעם אַרטיקל אַרומגערעדט, וואָלט דאָס ערגסטע געווען צו זײַן לחלוטין ניט צוגעגרייט אויף די קומענדיקע שטורעמס. בײַ ייִדן וואָס קענען די "שוואַרצע פּינטעלעך" זאָגט מען "צרת־רבים חצי־נחמה". דאַרפֿן אונדזערע חכמים און נבֿונים זיך און אונדז אַלעמען נעמען גרייטן צו דער "חצי־נחמה", ווײַל אויפֿן "צרת־רבים" קענען מיר, לפֿי־דעתי, זיך בפֿירוש ריכטן.