מיט העכער אַ חודש צוריק האָב איך אין קורצן איבערגעגעבן וועגן די צוגרייטונגען צו די וואַלן פֿאַר אַ נײַעם ראָש־העיר — בירגערמײַסטער פֿון עיר־הקודש ירושלים — די הויפּשטאָט פֿון אונדזער מדינה. דאַן איז עס געווען נאָך פֿאַר די ימים־נוראָים און די דאַטע פֿון די וואַלן האָט אויסגעזען צו זײַן אַ ווײַטע מעטע, ביז דעם 11טן נאָוועמבער הײַיאָר.
הײַנט זענען מיר שוין גאָר נאָענט צו דעם טאָג, און די וואַל־קאַמפּאַניע איז שוין אין פֿולן שוווּנג און ברען מיט אַלע געוויינטלעכע נעגאַטיווע און פּאָזיטיווע דערשײַנונגען, וואָס זענען אונדז אַלעמען באַקאַנט, ווי בײַפּראָדוקטן פֿון היציקע, אָפֿט מאָל שטורמישע דעבאַטעס, וויכּוחים, חילוקי־דעות און אַרגומענטאַציעס. אָפֿט מאָל דערגייט עס אַפֿילו צו הינטערקוליסן־אינטריגעס, באַשולדיקונג און קעגנבאַשולדיקונג צווישן די ריוואַליזירנדיקע קאַנדידאַטן פֿאַר דעם באַגערטן אַמט.
באַזונדערס האָב איך זיך אָפּגעשטעלט אויף דעם גאָר־אַקטיוון און ענערגישן הויפּט־קאַנדידאַט הרבֿ מאיר פּרוש (פּאָרוש), כּנסת־דעפּוטאַט פֿון דער חרדישער "יהדות־התּורה"־פּאַרטיי, געוועזענער וויצע־מיניסטער פֿאַר התיישבֿות (זידלונגען) אין דער ישׂראל־רעגירונג.
עס טומלט זיך און עס רוישט אויף דעם ראַדיאָ, טעלעוויזיע פֿון דער וואַל־קאַמפּאַניע. די ווענט, צוימען און פּלויטן אין די גאַסן פֿון שטאָט, זענען באַדעקט און באַהאָנגען מיט פּלאַקאַטן און לאָזונגען, וואָס רופֿן די וויילער שטימען פֿאַר דעם, אָדער יענעם קאַנדידאַט. יעדער איינער פֿון זיי דעקלאַרירט זײַנע השׂגות, אָנשויונגען און אַספּיראַציעס כּדי ברענגען די ישועה און לייזונג פֿון די פּראָבלעמען און פּלענער, וואָס ער האָט בדעה צו רעאַליזירן, ווען ער וועט דערוויילט ווערן ווי בירגערמײַסטער פֿון שטאָט.
ווער זענען די אַנדערע קאַנדידאַטן, אויסער מאיר פּרוש?
ניר ברקת (באַרקאַט)
ער איז דער שטאַרקסטער און פּאָפּולערסטער צווישן די אַנדערע קאַנדידאַטן. אַ געוועזענער געשעפֿטסמאַן, וועלכער האָט געמאַכט מיליאָנען פֿון זײַן הײַטעק־אונטערנעמונג. ער איז געבוירן אין 1959 אין תּל־אָבֿיבֿ און איז אויסגעוואַקסן און דערצויגן געוואָרן אין ירושלים. זײַנע עלטערן האָבן אים געגעבן אַ ציוניסטיש־ישׂראלדיקע דערציִונג. ער האָט דערקלערט, אַז כאָטש ער איז ניט רעליגיעז, איז ער גײַסטיק נאָענט צו דער ייִדישער טראַדיציע און אירע מינהגים. ער איז פֿאַרבונדן מיט די רעליגיעזע, ציוניסטישע קרײַזן אין לאַנד, און ווערט שטאַרק געשטיצט דורך זיי.
מיט 5 יאָר צוריק, אין יאַנואַר 2003, האָט ער אויפֿגעגעבן זײַנע געשעפֿטן און קאַנדידירט ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער "ירושלים תּצליח"־גרופּע אין די וואַלן פֿאַר ראָש־העיר פֿון ירושלים. ער האָט באַקומען 43% פֿון די שטימען, אַנטקעגן דעם איצט־אַמטירנדיקן ראָש־העיר אורי לופּוליאַנסקי.
פֿאַר די לעצטע 5 יאָר איז ער געווען דער ראָש פֿון דער אָפּאָזיציע אין שטאָטראַט. אויף דער פֿראַגע פֿאַרוואָס איז ער געוואָרן אַ "פּאָליטיקער" און ניט בלויז אַ פֿילאַנטראָפּ, וועלכער וויל העלפֿן דער שטאָט און אירע בירגער, האָט ער דערקלערט, אַז ער איז שטאָלץ צו זײַן אַ ייִד און אַ ציוניסט און אַז ער פֿילט די פֿליכט אויסצופֿירן אַ שליחות לטובֿת זײַנע ייִדישע און ציוניסטישע ווערטן.
"אין די לעצטע פֿינף יאָר", האָט ער דערציילט, "האָב איך אַ סך געלערנט אויף די זיצונגען פֿון ירושלימער שטאָטראַט, ווי אַזוי צו רעכט מאַכן דעם שאָדן, וואָס דער איצטיקער ראָש־העיר און זײַנע חרדישע אַרויסהעלפֿער האָבן גורם געווען אין דער שטאָט און צו דער באַפֿעלקערונג. ווען איך וועל דערוויילט ווערן ווי ראָש־העיר, וועט איר אַלע קענען זען דעם פֿענאָמען, ווען מענטשן און משפּחות וועלן אָנהייבן זיך צוריקקערן צו וווינען אין ירושלים, אַזוי ווי מײַנע עלטערן האָבן עס געטאָן אין זייער צײַט. די שטאָט וועט ווערן ריין און אַטראַקטיוו, און וועט צוציִען מענטשן צו איר פֿון אַלע שיכטן פֿון אומעטום", האָט ער געזאָגט מיט שטאָלץ און זעלבסט־זיכערקייט.
ניר ברקת איז אַ געוועזענער "ליכּוד"־אַקטיוויסט, וועלכער איז אַריבער צו דער "קדימה"־פּאַרטיי. זײַנע פּאָליטישע אָנשויונגען — זײַן קעגנערשאַפֿט צו צעטיילן ירושלים אויף אַראַבישע און ייִדישע טיילן, אויפֿבויען נײַע ייִדישע זידלונגען אויף די שטחים אַרום ירושלים; אויך די שטיצע וואָס ער באַקומט פֿון דעם עקסטרעם־רעכטן מנהיג פֿון דער פּאַרטיי "ישׂראל ביתנו", אַבֿיגדור ליבערמאַן, האָט אַרויסגערופֿן גרויס זאָרג און פֿאַרדאַכט מצד די לינקע פּאַרטייען און סעקולערע קרײַזן אין שטאָט.
די צײַטונג "האָרץ" איז לעצטנס אַרויס מיט אַ רוף אין אַ לײַט־אַרטיקל, אַז מען זאָל ניט שטיצן ניר ברקת, צוליב זײַנע נאָענטע באַציִונגען מיט די רעכטע, עקסטרעמע קרײַזן. "עס איז אַ סכּנה און ריזיקע, איבערצוגעבן ירושלים אין זײַנע הענט. שוין בעסער איבערלאָזן די לײַטונג פֿון דער שטאָט צו אַ פֿאַראַנטוואָרטלעכן חרדי, איידער צו וויילן איינעם פֿון די אַנדערע קאַנדידאַטן, ווי פּרוש, ברקת און אַרקאַדי גאַידאַמאַק", פֿאַרענדיקט די צײַטונג איר סענסאַציאָנעלן לײַט-אַרטיקל.
ווער איז אַרקאַדי גאַידאַמאַק?
ווען ער איז אָנגעקומען קיין ישׂראל מיט 10 יאָר צוריק, האָט אים קיינער ניט געקענט. אין די קרײַזן פֿון "מוסד" (געהיים־פּאָליציי) האָט מען יאָ געוווּסט, אַז ער איז אַ געוועזענער וואָפֿן־סוחר, וועלכער האָט געהאַנדלט מיט דער רעגירונג פֿון אַפֿריקאַנער לאַנד אַנגאָלאַ און דערפֿון געוואָרן אַ מולטי־מיליאָנער, אַז ער האָט אין זײַן באַזיץ נאַפֿט־קוואַלן אין רוסלאַנד און אַ סך רײַכטימער און אינוועסטיציעס אין אַנדערע לענדער אין דער גאַנצער וועלט. ער האָט מורא געהאַט זיך צו באַזעצן אין איינער פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער, ווײַל פֿראַנקרײַך וויל אים מישפּטן פֿאַר מיסברויכן און אומלעגאַלע געלט־טראַנ-זאַקציעס. בלית־ברירה איז ער געקומען אויף עליה קיין ישׂראל וווּ ער האָט גלײַך באַקומען אויטאָמאַטיש בירגערשאַפֿט און אַ פֿאַרזיכערונג, אַז ישׂראל וועט אים ניט אויסליפֿערן קיין פֿראַנקרײַך.
דער ביליאָנער אַרקאַדי גאַידאַמאַק האָט זיך שנעל אײַנגעבירגערט אין ישׂראל. ער איז געוואָרן דער באַלעבאָס פֿון דעם פֿוטבאָל־קלוב "ביתּר" פֿון תּל־אָבֿיבֿ און "הפּועל" פֿון ירושלים. ער האָט געקויפֿט באַנק־אַקציעס אין די מיליאָנען, די ראַדיאָ־סטאַנציע "99". ער האָט אָפּגעקויפֿט די אַלע בנינים פֿון אַלטן "ביקור־חולים"־שפּיטאָל אויף דער שטראַוס־גאַס אין ירושלים. ער האָט פֿיל בײַגעשטײַערט צו העלפֿן דער באַפֿעלקערונג פֿון שׂדרות און אַנדערע דערבײַיִקע ייִשובֿים, ווען עס האָבן גערעגנט אויף זיי די ראַקעטן פֿון איבער דעם עזה־פּאַס, ווי אויך געהאָלפֿן דער באַפֿעלקערונג אין צפֿון פֿון לאַנד, בעת דער צווייטער לבֿנון־מלחמה.
זײַן אַמביציע איז ווערן ראָש־העיר — בירגערמײַסטער פֿון ירושלים. ער האָט עטאַבלירט אַ פּאַרטיי א"נ "צדק חבֿרתי" — אַ פּאַרטיי פֿאַר סאָציאַלן צדק. ער פּובליקירט אַ וועכנטלעכע צײַטונג אין עבֿרית, וואָס ווערט פֿאַרשפּרייט אומזיסט איבער דער שטאָט, ספּעציעל אין די רעליגיעזע קוואַרטאַלן, און אַפֿילו אין אַראַביש, פֿאַר דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט, וווּ ער פֿאַרעפֿנטלעכט פּראָפּאַגאַנדע־מאַטעריאַלן פֿון זײַן פּאַרטיי. ער אַפּעלירט צו די לייענער זיי זאָלן שטימען פֿאַר אים אין די וואַלן פֿאַר ראָש־העיר דעם 11טן נאָעמבער.
(דרך־אַגבֿ, מער וועגן אים און זײַן איצטיקער מערכה אויף דער אַלגעמיינער בערזע, קענט איר לייענען אין דער אינטערעסאַנטער נאָטיץ אין "פֿאָרווערטס" פֿאַר דעם 31סטן אָקטאָבער, "דער גבֿיר — נעבעך..." אין דער אָפּטיילונג "פֿון צפֿת ביז אילת — אויף איין פֿוס".
אויך יצחק לודען שרײַבט וועגן אים אין דעם לעצטן נומער פֿון "לעבנס־פֿראַגן", צווישן אַנדערן, אַז גאַידאַמאַק האָט ברייטע אַמביציעס און ער האָט ניט בדעה זיך צו באַגנוגענען בלויז מיט ירושלים. ער ווייסט, אַז פֿאַר געלט קען מען קויפֿן די וועלט.
אַרקאַדי גאַידאַמאַקס לאָזונג אויף די אַפֿישן אין די גאַסן מיט זײַן שיין בילד, זאָגט "לא מדבר, רק עושׂה" — ער רעדט ניט, נאָר ער טוט. עס איז טאַקע קלאָר פֿאַר אַלעמען: די סיבה איז, אַז זײַן עבֿרית איז אַ שטאַרק "צעקאַליעטשעטער“ און זײַן ענגליש איז ניט קיין בעסערער... מיט זײַן מוטער־שפּראַך רוסיש אַליין, וועט אים זײַן זייער שווער צו דערגרייכן דעם אַמט פֿון ראָש־העיר פֿון ירושלים...
דאָס וועלן מיר שוין זען און הערן, בײַם סוף פֿון דעם טאָג פֿון די וואַלן, אין דער קומענדיקער וואָך, דעם 11טן נאָוועמבער...