ליטעראַטור
ש. י. עגנון און אורי־צבֿי גרינבערג
ש. י. עגנון און אורי־צבֿי גרינבערג

דער שעפֿערישער כּוח־הדימיון פֿון די צוויי גרעסטע גאַליציאַנער ייִדישע שרײַבער פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט — אורי־צבֿי גרינבערג און ש.י. עגנון — האָט זיך טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם באָדן פֿון זייער היימלאַנד. דער באַגריף "סלאַווישע ערד" האָט פֿאַר זיי סײַ אַ קאָנקרעט־היסטאָרישן און סײַ אַן אַבסטראַקט־מעטאַפֿאָרישן באַטײַט, און אָט די צוויי באַטײַטן איז ניט אָפּצוטיילן איינער פֿונעם אַנדערן. אין תּוך גענומען, שטעלן זיי פֿאָר צוויי זײַטן פֿון איין מטבע, וואָס אין צווישן שטעקט דער קאָמפּליצירטער און צומאָל סתּירותדיקער שעפֿערישער מהות פֿונעם מחבר.

רעדנדיק וועגן פֿאַרשידענע סלאַווישע מאָטיוון, אימאַזשן, און טעמעס, דאַרף מען אויך נעמען אין באַטראַכט דעם "ווען" און דעם "וווּ", די צײַט און דאָס אָרט פֿון דעם אָדער יענעם ליטעראַרישן ווערק. די צוויי וועלט־מלחמות, וועלכע האָבן באַזונדערס שווער געטראָפֿן גאַליציע, האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף דעם וועלטבאַנעם פֿון ביידע שרײַבער און זייער קוק אויף דעם עבֿר. אין תּוך גענומען, איז די קאַטעגאָריע פֿון "היסטאָרישקייט" גילטיק נאָר אין שײַכות מיט עגנון, ווײַל גרינבערג באַנעמט די ווירקלעכקייט אויף אַ ריין־מעטאַפֿאָרישן אויפֿן, וואָס מען קאָן אַפֿילו אָנרופֿן "אַנטי-היסטאָריש".

ווי עס האָט באַמערקט דער ישׂראלדיקער ליטעראַטור־פֿאָרשער שמואל ווערסעס, באַנוצט זיך עגנון, דער עיקר, מיט די "פֿאַרפֿרוירענע סטערעאָטיפּישע אָנזיכטן", ווען עס קומט די רייד וועגן פּוילן און פּאָליאַקן. אָבער, ווי אַ קינסטלער, "בלײַבט ער ניט צוגעבונדן צו די דורותדיקע סטאַטעטשנע סטערעאָטיפּן, וועלכע האָבן זיך אויסגעפֿורעמט בײַם פּוילישן ייִדנטום". די ייִדישע געשטאַלטן האָבן אין עגנונס ווערק אַ מער פּסיכאָלאָגישע טיפֿקייט איידער די פּוילישע, וועלכע ווערן כּסדר געזען מיט די אויגן פֿונעם ייִדישן ציבור.

עגנון שטעלט פֿאָר די פּויליש־ייִדישע געשיכטע ווי אַ קייט פֿון לעגענדאַרישע און רעאַליסטישע עפּיזאָדן. דערבײַ מאַכט ער בכּיוון ניט קיין אונטערשייד צווישן דער לעגענדע און ווירקלעכקייט. אין זײַן זאַמלבוך "עיר ומלאה" ("די שטאָט און וואָס איז דערין") מאָלט ער אויס דעם לעגענדאַרן אָנהייב פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ אין פּוילן בכלל און אין זײַן היימשטאָט בוטשאַטש בפֿרט, ווי אַ ראָמאַנטיש־העראָיִשע תּקופֿה, ווען די ייִדן האָבן געמאַכט כּלערליי טובֿות דעם יונגן פּוילישן מלכות, אויפֿגעלעבט דעם האַנדל און אַפֿילו געראַטעוועט דאָס לאַנד פֿון אַ טריקעניש מיט זייער דאַווענען תּפֿילת־גשם. אָבער מיט דער צײַט איז דער מצבֿ פֿון די פּוילישע ייִדן געוואָרן ערגער, בפֿרט ווען די קאַטוילישע קירך, אין איר קאַמף קעגן רעפֿאָרמאַציע, האָט אײַנגעשטעלט יעזויִטן אין פּוילן. די יעזויִטן האָבן מיטגעבראַכט פֿון אייראָפּע דעם בלוט־בילבול און אַנדערע אַנטיסעמיטישע זאַבאָבאָנעס.

עגנון האָט איינצלנע פּאָזיטיווע געשטאַלטן פֿון פּאָליאַקן, דער עיקר, פֿון דעם העכערן שטאַנד, ווי למשל, דער קעניג יאַן סאָבעסקי, וועלכער איז געווען פֿרײַנדלעך מיט דעם זשאָלקעווער רבֿ שאול. אינטערעסאַנט איז די געשטאַלט פֿונעם קעניג אויגוסט דעם "שטאַרקן", וועלכער האָט געצוווּנגען די ייִדן צו טראָגן שטרײַמלעך — וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַ בכּבֿודיקער מינהג. עגנון דערקלערט די נעגאַטיווע באַציִונג צו ייִדן פֿונעם קעניג אויגוסט דורך זײַן שלעכטן געוויסן. כּדי צו באַקומען די קרוין פֿון פּוילן, האָט דער פּראָטעסטאַנט אויגוסט פֿון זאַקסן געדאַרפֿט בײַטן זײַן גלויבן אויפֿן קאַטוילישן. ער האָט ניט געקאָנט מוחל זײַן די ייִדן, וואָס זיי האַלטן זיך בײַ זייער ייִדישקייט, ניט געקוקט אויף אַלע רדיפֿות און גזירות. אָבער מיט דער צײַט האָט ער געביטן זײַן מיינונג און זיך באַצויגן בעסער צו די ייִדן.

דער אַנטיסעמיטיזם פֿון דער נײַער פּוילישער מלוכה, און בפֿרט די פּאָגראָמען אין גאַליציע פֿון 1919, ווי אויך די עקאָנאָמישע ירידה פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די 1920ער—1930ער יאָרן, שאַפֿן דעם היסטאָרישן הינטערגרונט פֿונעם ראָמאַן "אורח נטה ללון" ("אַ גאַסט אויף אַ נאַכט"), וואָס שפּיגלט אָפּ עגנונס אײַנדרוקן פֿון זײַן באַזוכן בוטשאַטש אין 1929. די ביטערע ווירקלעכקייט פֿון ייִדישן לעבן, געמישט מיט די ראָמאַנטישע לעגענדעס, שאַפֿט אַן אייגנטימלעכן, זיס־ביטערן און איראָנישן טעם, וואָס איז געווען אַ סימן־מובֿהק פֿון עגנונס סטיל.

ווי באַוווּסט, האָט עגנון ניט געשריבן וועגן דעם חורבן. ער דערמאָנט וועגן דעם סוף פֿונעם פּוילישן ייִדנטום ווי אַ זײַטיקער אָבסערוואַטאָר, אַ קראָניקער פֿון אַ ווײַטערער, אויסגעטראַכטער צוקונפֿט. כּדי אָפּצוהיטן דעם זכר פֿונעם אומגעקומענעם פּוילישן ייִדנטום, האָט ער פֿאַרברייטערט די פֿריִערע, קירצערע נוסחאות פֿון זײַנע ווערק און צוגעגעבן אַ סך נײַע פֿאַקטישע און לעגענדאַרע פּרטים.

* * *

דער פּאָגראָם אין לעמבערג אין 1919 האָט שטאַרק דערשראָקן אורי־צבֿי גרינבערגן, וועלכער האָט זיך אָקערשט געהאַט אומגעקערט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. זײַן מיליטערישע דערפֿאַרונג אויפֿן סערבישן פֿראָנט, "אין באָסניעס ווילדע צעכראַסטענע פֿעלדזן", האָט געענדערט זײַן קוק אויף דער וועלט. גרינבערג, דער דיכטער, איז מער נישט געווען אַ גאַליציאַנער יונגערמאַן פֿון אַ חסידישער משפּחה. ער איז געוואָרן אַ וועלט־וואַנדערער, אַ היימלאָזער "רײַטער", וועלכער טראָגט זיך איבער די בלוטיקע שלאַכטפֿעלדער פֿון אייראָפּע, און רופֿט׃ "פֿון באַלטישן ים ביזן ברעג פֿון דער דרינאַ זאָל קלינגען מײַן נאָמען!"

דער ייִדישער דיכטער לערנט זיך בײַ די סערבישע גוסליאַרן, ווי אַזוי אויסצודריקן זײַן ייִדישן ווייטיק׃ "עס שפּילן גוסליאַרן סערביעס ווייטיק אַרײַן אין מײַן בלוט, אַרײַן אין מײַן קאָפּ". קיין פֿאָרשער פֿון גרינבערגס דיכטונג האָט, דאַכט זיך, ניט באַרירט די טעמע פֿון דער באַלקאַנישער השפּעה אויף זײַן פּאָעטישן סטיל, כאָטש די טעמע פֿון די באַלקאַנען פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט אין זײַן שאַפֿונג פֿון דער מלחמה־צײַט. די סערבישע און באָסנישע עפּישע טראַדיציע האָט, דאַכט זיך, געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף דעם יונגן ייִדישן דיכטער. דווקא דאָ האָט דער ליריקער גרינבערג באַקומען זײַן עפּישן קול ווי אַ דיכטער פֿון נאַציאָנאַלן ייִדישן ווייטיק און פּײַן. מעגלעך, אַז דווקא בײַ די סערבישע פֿאָלקסדיכטער האָט זיך גרינבערג אָנגעלערנט, ווי אַזוי צו שרײַבן דיכטונג אינעם עפּיש־נאַציאָנאַליסטישן סטיל.

די אידעאָלאָגישע און עסטעטישע ראַדיקאַליזירונג פֿון גרינבערגס שאַפֿונג און פּאָליטיק, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אויף די באַלקאַנען, האָט געפֿירט צו אַ לאָגישן סוף, דעם מאַניפֿעסט "ווייטיק־היים אויף סלאַווישער ערד", וועלכער איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם לעצטן נומער פֿונעם זשורנאַל "אַלבאַטראָס" (1923). דאָ האָט גרינבערג, דער ראַדיקאַלער ציוניסט, געמאַכט זײַן לעצטן דין־וחשבון מיט זײַן סלאַווישן היימלאַנד׃ "איך בין נישט קיין סלאַוו. אין מײַנע אָדערן רינט העברעער־בלוט, אָריענטאַלער בלוט, פֿוקסנבלוט". עס איז איראָניש, וואָס זײַן ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיטן "אָריענט" איז פֿאָרגעקומען דווקא אויף דער "סלאַווישער" ערד, אין דער מוסולמענישער באָסניע, וואָס ער האָט באַשריבן מיט אינטערעס און סימפּאַטיע אין זײַנע מלחמה־נאָטיצן.

די סלאַווישע טעמע האָט גאָר אַ פֿאַרשידענעם באַטײַט און פֿונקציע בײַ עגנון און גרינבערגן. דער ערשטער האָט זיך מײַסטעריש באַנוצט מיט דעם לעגענדאַרן מאַטעריאַל, כּדי צו שאַפֿן זײַן אייגנטימלעכן סטיליזירטן, אַרכאַיִש־מאָדערניסטישן סטיל. דער צווייטער האָט, להיפּוך, געבאָרגט בײַ דער סלאַווישער עפּיק איר אַגרעסיוון, שטורמיש־נאַציאָנאַליסטישן טאָן, וואָס האָט אים דערמעגלעכט צו זאָגן צום סוף׃ "איך האָב נישט קיין איין ברכה פֿאַר מײַן ווייטיק־היים אויף דער סלאַווישער ערד".