"פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער באַגריסט לילקע מײַזנער, לאַורעאַט פֿון אַן אויסצייכענונג לכּבֿוד אַ לעבן־לאַנגיקער איבערגעגעבנקייט צו דער ייִדישער קולטור |
די שטאָט סאַן־דיעגאָ און פֿאָרשטאָט לאַ־הויאַ אין קאַליפֿאָרניע זענען מער באַקאַנט פֿאַר זייערע וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס און טעכנאָלאָגישע פֿירמעס. אָבער פֿונעם 24סטן ביזן 27סטן אָקטאָבער האָט מען דאָרטן אָפּגעהאַלטן די יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿון דער "אינטערנאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן"; אַן אונטערנעמונג וואָס ברענגט צונויף פֿאָרשטייער פֿון אַלע עקן אַמעריקע, ווי אויך ייִדיש־ליבהאָבער פֿון מעקסיקע, קאַנאַדע, און נאָך אַנדערע לענדער. די אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן האָט זיך געגרינדעט אין 1993 אין וואַשינגטאָן און די הײַיאָריקע קאָנפֿערענץ איז געווען די צוועלעפֿטע אין איר געשיכטע. דאָס יאָר האָט מען באַטאָנט עטלעכע טעמעס און צילן.
לכּבֿוד 100 יאָר נאָך דער היסטאָרישער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ האָט מען געקענט הערן עטלעכע רעדנער וועגן דער שטאָט, איר געשיכטע און אירע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן. פּראָפֿ׳ מײַנהאַרד מייער האָט דערציילט סײַ פֿון די טשערנאָוויצער ייִדיש־שפּראַכיקע שרײַבער, ווי אליעזר שטיינבאַרג און איציק מאַנגער, סײַ פֿון די דײַטש־שפּראַכיקע ייִדישע פּאָעטן ווי פּאָל סעלאַן. ד״ר יוליוס שערצער און וויוויען פֿעלסאָן האָבן אויך גערעדט, לכּבֿוד דער דאַטע, וועגן טשערנאָוויץ און טשערנאָוויצער.
די לערערין פֿריידל גראַפּאַ־סיעלאַק באַשרײַבט איר לערן־ביכל פֿאַר קינדער "אַרעלע" |
צום ערשטן מאָל האָט מען זיך באַמיט צו אָרגאַניזירן די ייִדיש־לערערס פֿון אַמעריקע אין אַ פֿאַראייניקטער גרופּע, מע זאָל קענען זיך טיילן מיט געדאַנקען, שאַפֿן נײַע פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן, און אפֿשר זיך האַלטן בײַ אַ געוויסן סטאַנדאַרט, כּדי אַלע קלאַסן זאָלן זיך פֿירן אויפֿן ריכטיקן וועג. לאָרי כּהן־סײַמאַן, אַ לערערין אין דער "אַרבעטער־רינג"־שול אין קליוולאַנד איז געווען די איניציאַטאָרן פֿונעם אײַנפֿאַל צו שאַפֿן אַזאַ גרופּע. זי איז אויך אַ זינגערין, וואָס האָט שוין אַרויסגעלאָזט דרײַ קאָמפּאַקטלעך פֿון ייִדישע שול־ און קינדער־לידער. די פֿיר "לערער־פּאַנעלן" האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט "געזאַנג בײַם לערנען ייִדיש", "די לערן־פּראָגראַם", "די פּעדאַגאָגישע מעטאָדיק" און "די אָרגאַניזאַציע פֿון אַ לערער־גרופּע".
עס איז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו הערן וועגן די אַקטיוויטעטן און דער שאַפֿערישקייט בײַ די לערער, אָבער עס איז אויך קלאָר געוואָרן, אַז מע האָט נאָך אַ לאַנגן וועג ביז וואַנעט די גרופּע זאָל ווערן אַ יש. מע האָט געהערט אי פֿון לערער פֿון עלטערע לײַט, וועלכע ווילן נאָר הערן ייִדישע וויצן, אי לערער פֿון קינדער־שולן, וואָס זייער ציל איז להיפּוך צו דעם. כּדי אַזאַ לערער־גרופּע זאָל זיך אַנטוויקלען, דאַרף מען נאָך אויסאַרבעטן אַ פּרטימדיקן פּלאַן מיט צילן און רעסורסן. לאָרי כּהן־סײַמאַן האָט אויסגעטיילט אַנקעטעס און מע האָפֿט ווײַטער צו בויען די גרופּע דורך דער אינטערנעץ.
יעקבֿ באַסנער, מײַסטער־לערער פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, מיט טאַמאַראַ און שלום לאָנדנער, פֿאַרוואַלטערס פֿונעם לאָס־אַנדזשעלעסער "ייִדיש־קולטור־קלוב" |
בײַ די פֿיר פּלענאַרע־זיצונגען האָבן אַלע באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ זיך צוזאַמענגעקומען אינעם גרויסן זאַל צו הערן די לעקציעס פֿונעם "פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער ("די עוואָלוציע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור נאָך דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ ביז הײַנט"), פּראָפֿ׳ יוסף ווײַסמאַן ("די גאַנצע וועלט איז אַ שטעטל: ייִדיש אויף דער אינטערנעץ"), יעיל סטראָם ("לאַבושניק־לשון: די סודותדיקע שפּראַך פֿון די קלעזמאָרים"), און די זינגערין סינדי פּיילי ("ייִדיש — בראָדוויי און ווײַטער").
עס האָט זיך געפּאַסט, אַז דווקא דאָס יאָר, ווען די קאָנפֿערענץ האָט זיך געטראָפֿן אויפֿן מערבֿ־ברעג פֿון לאַנד, זאָל לילקע מײַזנער, די ייִדישיסטקע פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, באַקומען אַן אויסצייכענונג — די דריטע "אָנערקענונג פֿאַר אַ לעבן־לאַנגיקער איבערגעגעבנקייט צו ייִדיש". אַ לאָדזשער געבוירענע, האָט זי דורכגעמאַכט די לאַגערן און זיך באַזעצט אין לאָס־אַנדזשעלעס אין 1955, וווּ זי איז געוואָרן אַקטיוו אין "בונד" ווי אויך אין ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס. הײַנט איז זי די פּרעזידענטין פֿון דעם "לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדיש־קולטור־קלוב". איר אויפֿטריט בײַ דער קאָנפֿערענץ האָט באַגײַסטערט דעם עולם ווײַטער צו אַרבעטן לטובֿת ייִדיש און צו בלײַבן אָפּטימיסטיש וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער קולטור.
פּאָל מעלרוד, דער איצטיקער פּרעזידענט פֿון דער "אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן", מיט דעבי הערמאַן, הויפּט־אָרגאַניזאַטאָרן |
אין די אָוונט־פּראָגראַמען איז אויפֿגעטראָטן: דער "סאַן־דיעגאָ ייִדיש־קלוב" מיט אַ ייִדישער באַאַרבעטונג פֿונעם בראָדוויי־ספּעקטאַקל "מײַן שיין מיידל"; אַ געזאַנג־פֿאָרשטעלונג אָרגאַניזירט דורכן "אַרבעטער־רינג" מיט די אַרטיסטן אַדריאַן קופּער, מיטש סמאָלקין און העטער קלײַן; און אַ פֿאָרשטעלונג פֿון אַמאָליקן "סעקאָנד־עוועניו"־טעאַטער מיט יעקבֿ לעווין, אַרטשי באַרקאַן און "דער סעקאָנד־עוועניו קלעזמער אַנסאַמבל".
צום באַדויערן, האָט איינער פֿון די הויפּט־אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער גרופּע, פֿישל קוטנער, נישט געקענט קומען אויף דער קאָנפֿערענץ, האָט זײַן טאָכטער געהאָלפֿן אָנפֿירן מיט די אונטערנעמונגען. די איצטיקע קאָנפֿערענץ האָט, ווי די פֿריִערדיקע, דערגרייכט אירע וויכטיקע צילן — געשאַפֿן פֿרײַנדשאַפֿטן אין דער וועלט פֿון ייִדיש און געלאָזט הערן אַ קלוג וואָרט.