פּאָליטיק

די וואָרענונג אויף דער וואַנט

די וואָרענונג באַווײַזט זיך אויף דער וואַנט אין די לעצטע יאָרן יעדן אָנהייב נאָוועמבער, ווען עס פֿאַלט אויס דער יאָרטאָג פֿון דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. זי הענגט שוין אַזוי די אַלע דרײַצן יאָר, און אַפֿילו אין משך פֿון אַלע טעג פֿון דעם יאָר, נאָר מען לייגט שוין נישט אַזוי קיין אַכט, אַזוי ווי אויף יעדער זאַך, צו וועלכער מען געוווינט זיך צו. אָבער זי וועקט זיך אויף צו יעדן יאָרטאָג און מיט יעדן יאָר ווערט די וואָרענונג אַלץ שאַרפֿער און דראָענדיקער, ביז וואַנען זי הייבט אָן אַראָפּצושרײַען פֿון די ווענט.

הײַנטיקע וואָך האָט דער ראָש פֿון דעם געהיים־דינסט אין ישׂראל אויף דער זיצונג פֿון דער רעגירונג געוואָרנט, אַז די געפֿאַר פֿון אַ נײַעם פּאָליטישן מאָרד איז שוין פֿולשטענדיק רײַף — אַזוי ווי זי איז רײַף געווען מיט דרײַצן יאָר צוריק, פֿאַרן ראַבין־מאָרד. דעמאָלט איז דער מאָרד פֿון דעם פּרעמיער-מיניסטער געווען פֿאַר דער באַפֿעלקערונג אין ישׂראל אַן איבערראַשנדיקער שאָק, וואָס האָט דערשיטערט דאָס לאַנד; הײַנט זעט עס שוין אויס כּמעט אַ נאַטירלעכע, אַ זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע מעגלעכקייט, צו וועלכער מען איז געוואָרן כּמעט פּאַסיוו.

דער מערדער אין זײַן תּפֿיסה־קאַמער און זײַנע סימפּאַטיקער אין דרויסן זיצן אָבער נישט מיט קיין פֿאַרלייגטע הענט. אין די דאָזיקע טעג פֿון יעדן יאָר, וואָס האָבן געזאָלט זײַן טעג פֿון חשבון־הנפֿש, פּרובירן די פֿאַנאַטיקער נישט נאָר צו פֿאַרטיפֿן, נאָר אַלץ מער און מער אויסצוברייטערן יענעם קרײַז פֿון רשעות און שׂינאה, וואָס האָט פֿאַרסמט די אַטמאָספֿער און דערמעגלעכט דעם פֿאַרברעכערישן אַקט. יעדעס יאָר אין די דאָזיקע טעג טראַכטן זיי צו און געפֿינען אַ נײַעם פֿאָרטל, אַ נײַעם אײַנפֿאַל צו פֿאַרבײַטן דעם ווייטיק און דעם עקל צו זײַן מערדערישן אַקט — אויף מחילה און עמפּאַטיע צום פֿאַרברעכער. זיי צילן צו דערגרייכן אַ מין רעהאַביליטאַציע, אַ לעגיטימאַציע און אַ באַרעכטיקונג פֿאַר דעם מערדערס אומפֿאַרגעבלעכן פֿאַרברעכן.

אין די ערשטע יאָרן נאָך דעם מאָרד האָט ער, מיט דער הילף פֿון זײַנע חבֿרים, אַנטוויקלט די טעאָריע פֿון קאָנספּיראַציע — אַז נישט ער איז דאָס געווען דער וואָס האָט ראַבינען דערמאָרדעט, נאָר אַז דאָס איז געווען אַ פֿאַרשווערונג פֿון דעם געהיים־דינסט, דעם שב"כּ, כּדי צו לייגן אַ האַנט אויף די קעגנער פֿון דעם הסכּם פֿון אָסלאָ; פֿאַראַיאָרן האָט דער מערדער שוין געשניטן די פֿרוכט פֿון זײַן ציניש צוגעטראַכטן צולהכעיס־פּלאַן, דורכפֿירנדיק דעם ברית פֿון זײַן יורש גענוי אין דעם יאָרטאָג פֿון זײַן פֿאַרברעכערישן אַקט. אין דער זעלבער צײַט האָבן זײַנע אָנהענגער אָנגעהויבן רעדן וועגן אַ מעגלעכער באַגנעדיקונג, אַן אַמנעסטיע פֿאַר דעם מערדער פֿונעם פּרעמיער פֿון מדינת־ישׂראל.

הײַנטיקע וואָך, צום 13טן יאָרטאָג פֿון דעם פֿאַררעטערישן מאָרד, האָט דער קריגערישער לאַגער, וועלכער שטייט הינטער דעם מערדער, אויסגענוצט די נאַיִווקייט פֿון געוויסע סענסאַציע־גיריקע טעלעוויזיע־רעדאַקטאָרן און פּרובירט אַרײַצושמוגלען אַ טעלעפֿאָנישן אינטערוויו, כּדי צו ברענגען זײַן פֿונדאַמענטאַליסטישן אני־מאמין פֿאַרן ברייטן ציבור אין לאַנד. דער רעקאָרדירטער אינטערוויו איז אַנולירט געוואָרן אין די צוויי קאָמערציעלע קאַנאַלן פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע, מחמת דער שאַרפֿער קעגנערשאַפֿט פֿון דעם ציבור צו דער עצם־כּוונה צו שענקען דעם מערדער אַן עפֿנטלעכע טריבונע. אָבער די בלויזע "פּראָמאָ"־רעקלאַמעס פֿאַר דער פּראָיעקציע און דער לײַדנשאַפֿטלעכער וויכּוח, וואָס איז אויסגעבראָכן אַרום דעם ענין, האָבן אַריבערגעפֿירט דעם טראָפּ פֿון דעם מאָרד אויף דעם מערדער, ווי דאָס וואָלט ער גאָר געווען דער קרבן פֿון דעם מערדערישן אַקט.

נישט געקוקט אויף דעם באַשלוס פֿון די פֿאַרוואַלטונגען פֿון די טעלעוויזיע־קאַנאַלן, אונטער דעם עפֿנטלעכן דרוק, אָפּצורופֿן די צוגעגרייטע אוידיציעס פֿאַר דעם אָנדענק-טאָג פֿון דעם מאָרד, איז אָבער שוין אין אָט דעם וויכּוח און אין די "פּראָמאָ"־רעקלאַמעס אַרויסגעברענגט געוואָרן דער אינהאַלט פֿון דעם מערדערס דערקלערונגען און פֿון זײַן כּוונה אַריבערצוּוואַרפֿן די שולד און די אַחריות פֿאַר דעם פֿאַרברעכן — פֿון זיך און פֿון די רבנים פֿון די באַזעצטע שטחים — אויף דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט און אויף די מיליטערישע מנהיגים פֿון יענער צײַט: שרון, "ראַפֿול" (רפאל איתּן) און רחבֿעם זאבֿי ("גאַנדי"), וואָס קיינער פֿון זיי קען אים שוין נישט ענטפֿערן. נישט די רבנים און נישט די פּאָליטיקער, נאָר "די וואָס פֿאַרשטייען זיך אויף זיכערהייט", און ער, יגאל עמיר, האָבן באַשלאָסן אָפּצוראַטעווען די מדינה פֿון די "פֿאַרברעכערס פֿון אָסלאָ" און ברענגען די ישועה דעם פֿאָלק ישׂראל.

אמת, נישט בלויז די רבנים פֿון יהודה־און־שומרון און נישט בלויז די פֿונדאַמענטאַליסטן פֿון צווישן די קאָלאָניסטן זענען געווען באַטייליקט אין דער ווילדער העצע, וואָס האָט געווירקט אויף דעם פֿאַנאַטישן "פּאַטריאָט", דעם סטודענט יגאל עמיר. אָן שום ספֿק האָט אויף אים געווירקט זײַן משיחיסטישע אידעאָלאָגיע און די פֿאַרסמטע אַטמאָספֿער אין דער סבֿיבֿה, אין וועלכער די הײַנטיקע פּאָליטישע מנהיגים פֿון דעם רעכטן לאַגער האָבן זיך דעמאָלט צוגעקוקט פֿונעם באַלקאָן אויפֿן "כּיכּר ציון" אין ירושלים צו דער דעמאָנסטראַציע, אויף וועלכער עס איז געטראָגן געוואָרן פֿאַר זייערע אויגן דער ארון פֿון דעם שלום־אָפּמאַך אין אָסלאָ און די פֿיגור פֿון דעם פּרעמיער יצחק ראַבין אין אַ נאַצישן מונדיר מיט אַראַפֿאַטס "קאַפֿיע" אויפֿן קאָפּ.

אין די דרײַצן יאָר זינט דעמאָלט האָט די קעגנערשאַפֿט צום שלום דורך אַ פּשרה זיך אויסגעברייטערט און איז נישט איין מאָל געשטרויכלט געוואָרן. די ברוטאַליטעט פֿון דעם יונגן דור קאָלאָניסטן און פֿון די תּלמידים פֿון ברוך גאָלדשטיין און מאיר כּהנא האָט זיך באַדײַטנדיק פֿאַרשטאַרקט, דער רבֿ פֿון חבֿרון און קרית־ארבע, הרבֿ ליאור, וואָס איז אויך דער פֿאָרזיצער פֿון דעם רבנים־ראַט פֿון די קאָלאָניסטן פֿון יהודה און שומרון, באַצייכנט ווי "נאַציס" די זעלנער פֿון צה"ל, וואָס זאָרגן פֿאַר זייער זיכערהייט און בענטשט די כוליגאַנעס, וואָס רײַסן אַרויס די אייל־ביימער, פּאָגראָמירן און דעמאָלירן די שכנותדיקע אַראַבישע דערפֿער. די אַזכּרות צום אָנדענק פֿון יצחק ראַבין, וואָס ווערן הײַנט אָפּגעריכט איבערן גאַנצן לאַנד, זענען דורך דעם מנהיג פֿון דער רעליגיעז־נאַציאָנאַלער פּאַרטיי און פֿון די קאָלאָניסטן, יהודה קאַצאָווער, אָנגערופֿן געוואָרן מיט דער צינישער, איראָנישער באַצייכענונג: "דער ראַבין־פֿעסטיוואַל" — אין זײַנס אַן אינטערוויו אין דער טעלעוויזיע.

די דאָזיקע פֿאַרסמטע געזעלשאַפֿטלעכע אַטמאָספֿער האָט דאָס גורם געווען, אַז די טעלעוויזיע אין ישׂראל זאָל צום 13טן יאָרטאָג נאָכן מאָרד פֿון יצחק ראַבין באַשעפֿטיקן די עפֿנטלעכע מיינונג נישט מיטן שענדלעכן פֿאַרברעכן, נאָר מיט דעם וואָס עס וויל זאָגן דער מערדער. און עס איז קיין צופֿאַל נישט, וואָס דער שעף פֿון דעם געהיימען זיכערהייט־דינסט, יובֿל דיסקין, האָט הײַנטיקע וואָך אויף דער זיצונג פֿון דער רעגירונג געוואָרנט, אַז די געפֿאַר פֿון אַ נײַעם פּאָליטישן מאָרד ווערט רײַף אויפֿן פֿאָן פֿון דער העצערישער אַקטיוויטעט אין לאַנד פֿון די האָפֿענונגען.

תּל־אָבֿיבֿ, דעם 4טן נאָוועמבער 2008