פּאָליטיק, געשיכטע
אַ משפּחה פֿון פֿאַרמער קומען אַהיים פֿון די פֿעלדער, לאַרינאָ, קרים
אַ משפּחה פֿון פֿאַרמער קומען אַהיים פֿון די פֿעלדער, לאַרינאָ, קרים
JDC, NY

דעם 8טן דעצעמבער 1991 איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער אַזוי-גערופֿענער "בעלאָוועזשער אָפּמאַך", וועלכער האָט געבראַכט צום סוף פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. הגם דאָס האָט, אין תּוך אַרײַן, אויך באַטײַט דעם סוף פֿון סאָוועטישן קאָמוניזם, האָבן אַ סך געוועזענע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי אָפּגעהיט פֿאַר זיך צענטראַלע פּאָזיציעס אין נאָך-סאָוועטישע לענדער. איינער פֿון דער אַלטער גוואַרדיע פּראָפּאַגאַנדיסטן איז מיכאַיִל פּאָלטאָראַנין, דער 69־יאָריקער באַקאַנטער זשורנאַליסט פֿון ברעזשנעווס תּקופֿה און דער פּרעסע-מיניסטער אין יעלצינס רעגירונג. זינט די זומער-חדשים 2008, פֿאַרשפּרייט פּאָלטאָראַנין פֿאַלסיפֿיקאַציעס מכּוח די סאָוועטיש-ייִדישע פּראָיעקטן פֿון בויען אַ נאַציאָנאַלע היים אויף דער טעריטאָריע פֿונעם קרימער האַלב-אינדזל, בײַם שוואַרצן ים. נוצנדיק זײַן רעפּוטאַציע פֿון אַ געוועזענעם פֿאָרזיצער פֿון דער קאָמיסיע פֿאַר מאַכן צוטריטלעך די "קיי-דזשי-בי"-אַרכיוון, ציטירט ער "דאָקומענטן" (משמעות, אַלטע פֿאַלסיפֿיקאַציעס פֿון סטאַלינס גזלנים) און בויט אַזאַ מעשׂה באַזירט אויף אַ בויך-סבֿרה:

אַ פּאָר ייִדישע פֿונקציאָנערן מיט גוטע פֿאַרבינדונגען אין די סאָוועטישע הויכע פֿענצטער האָבן פֿאַרנאַרט לענינס רעגירונג אין אַן אָפּמאַך מיט אַ כּנופֿיא אַמעריקאַנער פֿינאַנציסטן, וועלכע האָבן אין די 1920ער און 1930ער יאָרן געגעבן הלוואָות אויף צו בויען אַ ייִדישע רעפּובליק אין קרים. אין 1944, פּלאַנירנדיק זיך צעצאָלן מיט די אַמעריקאַנער, האָט דער סאָוועטישער רעזשים אַרויסגעשיקט פֿון קרים אַלע היגע טאָטערן. אָבער דערנאָך האָבן די סאָוועטישע פֿירער זיך באַטראַכט און אַנשטאָט אָפּצוגעבן קרים צו די ייִדן, האָט דער קרעמל אײַנגערעדט די אוקראַיִנישע פֿירער אָנצונעמען דעם האַלב-אינדזל ווי אַ מתּנה פֿון רוסלאַנד. אַ סבֿרא, אַז סאָוועטישע שפּיאָנען האָבן אינפֿאָרמירט די מאָסקווער מנהיגים, אַז אין אַמעריקע קען מען זייער שלעכט געאָגראַפֿיע, דערפֿאַר וועלן זיי, די חובֿ-אײַנמאָנער, פּשוט ניט געפֿינען קרים, אויב ער וועט אַריבערגעפֿירט ווערן אויף דער מאַפּע פֿון אוקראַיִנע...

די רעאַלע געשיכטע פֿון ייִדישער לאַנדווירטשאַפֿטלעכער קאָלאָניזאַציע אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד זעט אויס לחלוטין אַנדערש איידער אין פּאָלטאָראַנינס פֿאַרקריפּלטער און פּאָליטיזירטער ווערסיע פֿון די געשעענישן. ייִדישע פֿאַרמערײַ איז געווען אָרגאַניזירט ניט בלויז אין קרים, נאָר אויך אין דרום-אוקראַיִנע און אין ווײַסרוסלאַנד. און דאָס האָט גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיט אַ וועלכע עס זאָל ניט זײַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנספּיראַציעס, נײַערט געווען אַן אויסערגעוויינטלעכער עפּיזאָד אין דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע. הונדערטער טויזנטער פֿאַראָרעמטע ייִדן האָבן געזוכט אַ בעסער לעבן. אַ שטיצע האָבן זיי באַקומען מצד די אַמעריקאַנער ייִדן, בפֿרט נאָך אַז ס׳איז דאַן צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער צײַט פֿון דער ליבעראַלער נאַציאָנאַל-פּאָליטיק אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. וועגן דעם דאָזיקן עקספּערימענט זײַנען אַרויס אַ צאָל ערנסטע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען, באַזירט אויף אַרכיוו-מאַטעריאַלן.

די ייִדישע קאָלאָניזאַציע אויף די טעריטאָריעס בשכנות מיטן שוואַרצן ים האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ יאָרהונדערט פֿאַר דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. צום סוף פֿונעם בירגערקריג אין רוסלאַנד, האָבן בערך דרײַ טוץ ייִדישע קאָלאָניעס זיך צעוואַקסן אין דרום-אוקראַיִנע. אין 1922, האָט זיך געעפֿנט אַ נײַ זײַטל אין דער דאָזיקער געשיכטע, ווען ייִדן האָבן סטיכעיִש גענומען זיך באַזעצן אין ניט-באַפֿעלקערטע ערטער, זוכנדיק אַן אויסוועג פֿונעם דחקות אין דעם געוועזענעם תּחום-המושבֿ. דער אַמעריקאַנער "דזשוינט" האָט אַן ערך אין דער זעלבער צײַט אָנגעהויבן שטיצן אַזאַ איבערוואַנדערונג.

אָנהייבנדיק פֿון 1924, האָט דער "דזשוינט", צוזאַמען מיט צוויי אַנדערע ייִדישע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס, אונטערגעשריבן מיט דער סאָוועטישער רעגירונג אַ צאָל קאָנטראַקטן וועגן דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער קאָלאָניזאַציע אויף די טעריטאָריעס בשכנות מיטן שוואַרצן ים. די רעגירונג האָט מסכּים געווען אויסצוטיילן ערד פֿאַר לאַנדווירטשאַפֿטלעכע ייִשובֿים און צו באַזאָרגן די קאָלאָניעס מיט אייניקע מינים אינפֿראַסטרוקטור. די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך אונטערגענומען צו פֿירן די אַרבעט, ווײַל זיי האָבן טראַדיציאָנעל געשטיצט הילף- און רעקאָנסטרוקציע-פּראָיעקטן, אַפֿילו ניט געקוקט אויף ניט-צופֿרידנקייט פֿון פֿירן געשעפֿטן מיט "די באָלשעוויקעס". ווי אַ פּועל-יוצא, האָבן זיך באַוויזן אַרום 250 קאָלאָניעס, אויפֿגעבויט לויטן לעצטן וואָרט פֿון טעכניק און באַפֿעלקערט דורך אַריבער 200,000 נפֿשות. אין משך פֿון דער גאַנצער צײַט, האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג זיך ווייניק אינטערעסירט מיט דער טעטיקייט, וואָס דער "דזשוינט" האָט געפֿירט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. הגם די ייִדישע הילף-אָרגאַניזאַציעס האָבן פֿאַרלאָזט דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אין 1938, האָבן די קאָלאָניעס הצלחהדיק עקזיסטירט ביז 1941, ווען די נאַציסטן זײַנען געקומען אין יענע מקומות און האָבן אויסגעהרגעט די קאָלאָניסטן, וואָס האָבן זיך ניט עוואַקויִרט אין סאָוועטישן מיזרח. אייניקע פֿון די ניצול-געוואָרענע האָבן זיך אומגעקערט נאָך דער מלחמה, אָבער קיין ממשותדיקער ייִשובֿ האָט זיך דאָרטן שוין קיין מאָל ניט געשאַפֿן.

דער היסטאָרישער אַנאַליז לאָזט ניט איבער אַ שטיין אויף אַ שטיין אין פּאָלטאָראַנינס טענות. די ייִדישע קאָמוניסטישע אַפּאַראַטשיקעס האָבן ניט "פֿאַרנאַרט" די סאָוועטישע מנהיגים אין דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע-קאַמפּאַניע אין קרים. אַדרבה, אין מאָסקווע האָט מען זיך אָנגעכאַפּט פֿאַרן שאַנס אויסצוסדרן איינע פֿון די אָנגעווייטיקסטע פּראָבלעמען פֿון יענער צײַט און, במילא, צו שאַפֿן אין אויסלאַנד אַ בעסערן אימאַזש פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. גאָר ווילד קלינגען פּאָלטאָראַנינס באַהויפּטונגען מכּוח די כּלומרשטע פֿאַרבינדונגען פֿונעם ייִדישן קאָלאָניזאַציע-פּראָיעקט מיטן טראַגישן אַרויסשיקן פֿון די קרימער טאָטערן און מיט ניקיטאַ כרושטשאָווס איבערגעבן קרים אין רשות פֿון אוקראַיִנע.

אין דעם אַלגעמיינעם קאָנטעקסט פֿון פּאָלטאָראַנינס מעשׂה, חידושט שוין ניט דער פֿאַקט, וואָס ער דערמאָנט אין גאַנצן ניט איינעם פֿון די סטאַליניסטישע פֿאַרברעכנס, וואָס האָט טאַקע אַ דירעקטן שײַכות צו קרים. אין 1948—1952 האָט דער סאָוועטישער רעפּרעסיווער אַפּאַראַט פֿאַבריצירט באַשולדיקונגען קעגן די פֿירנדיקע סאָוועטיש-ייִדישע טוער און לסוף דערהרגעט ס׳רובֿ פֿירער פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. לויט די אויסגעטראַכטע באַשולדיקונגען, זײַנען די ייִדישע שרײַבער און אַנדערע פּערזענלעכקייטן געוואָרן אַ טייל פֿון אַ קאָנספּיראַציע פֿונעם "דזשוינס" און דער אַמעריקאַנער רעגירונג, וועלכע האָבן כּלומרשט געוואָלט אויפֿלעבן דעם ייִדישן קאָלאָניזאַציע-פּראָיעקט, כּדי צו שאַפֿן אין קרים אַן אַמעריקאַנער פּלאַצדאַרם.

פּאָלטאָראַנינס באָבע-מעשׂה האָט זיך באַוויזן אין דער רוסישער מעדיאַ דעם 1טן יולי 2008 — דעמאָלט האָט ער געגעבן אַן אינטערוויו אויף דער טעלעוויזיע. דעם 22סטן אָקטאָבער, נאָך אַ נײַעם אינטערוויו, מיט אַ ביסל אַנדערע פּרטים, איז די מעשׂה אויפֿגעשוווּמען אין דער צײַטונג "אַרגומענטי אי פֿאַקטי" ("אַרגומענטן און פֿאַקטן"), וואָס ווערט געלייענט דורך צען מיליאָן לײַט און ווערט געדרוקט און פֿאַרשפּרייט אין צענדליקער לענדער, ישׂראל און אַמעריקע בתוכם. פֿאַר וואָס האָבן די רעדאַקטאָרן זיך אַ קער געטאָן צו דער אַלטער אַנטיסעמיטישער פֿאַלסיפֿיקאַציע? מע קען עס אינטערפּרעטירן ווי אַ פּרוּוו צו מאַכן נאָך קאָמפּליצירטער דעם ענין פֿון קרים, וווּ ס׳רובֿ תּושבֿים זײַנען רוסן און וווּ עס געפֿינט זיך — אין סעוואַסטאָפּאָל — די שוואַרץ-ימישע באַזע פֿונעם רוסישן פֿלאָט. אין דער (טיילווײַז געמאַכטער) פּאַניק, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט די שכנים פֿון רוסלאַנד נאָך דער פֿינף-טאָגיקער מלחמה מיט גרוזיע, זעט מען קרים ווי אַ מעגלעכן ציל פֿאַר רוסישער עקספּאַנסיע. די רוסישע נאַציאָנאַליסטן רעדן אָפֿן וועגן קרים ווי וועגן אַ רוסישער טעריטאָריע. אַ דאַנק פּאָלטאָראַנינען, האָבן די רוסן באַקומען אַ "לאָגישע דערקלערונג" (אַמעריקאַניש-ייִדישע קאָנספּיראַציעס זעען אויס תּמיד "לאָגיש") פֿאַר פֿאַרלירן קרים, בעת די קרימער טאָטערן האָבן זיך באַקענט מיטן "ריכטיקן שולדיקן" פֿון זייער נאַציאָנאַלער טראַגעדיע.

* ד״ר יונתן דעקעל-חן איז אַ דאָצענט פֿון מאָדערנער געשיכטע אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, ירושלים. אין 2005 איז אין פֿאַרלאַג פֿון יעלער אוניווערסיטעט אַרויס זײַן בוך Farming the Red Land: Jewish Agricultural Colonization and Local Soviet Power ("אַקערנדיק די רויטע ערד: ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניזאַציע און די פּראָווינציעלע סאָוועטישע מאַכט".